טיפס פאר'ן סדר נאכט

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איינע פון די מעלות וואס קאוויד האט געברענגט מיט זיך, אז מער אינגעלייט האבן דאן אנגעהויבן פירן א סדר.
ביי אונז גייט אויסקומען בסך הכול היי יאר צו פירן דאס צווייטע מאהל א סדר נאכט אין שטוב.

אויב איינער האט טיפס וואס צוצוגרייטן צום סדר נאכט פארדעם, אדער א ליסט פון זאכן וואס דארף ווערן איינגעקויפט און צוגערישט, ביטע אהערשטעלן.

ווען איך האב פאריגעס מאהל געפירט דעם סדר, איז "אלעס" געווען גרייט אויפן טיש איידער איך בין ארויס אין ביהמ"ד צום דאווענען (אפילו די מאסט איז געווען אינמיטן צולאזט ווערן אינעם וויין פלאש..). נאכן אהיימקומען פונעם ביהמ"ד האט מען אין 5 מינוט געהאלטן ביי קדש, אן זיך יאגן אדער זיין נערוועז. פשוט אלעס איז געווען גרייט. עס איז געווען דאן א ליסט פון אלעס, אבער איך קען דאס נישט טרעפן.

דאס איז א רשימה וואס איך האב יעצט צוזאמגעשטעלט לויטן זכרון. ביי יעדע אייטעם איז דא עפעס איינגערינגלט. אן ע' מיינט אז דאס קען מען טוהן ערב יום טוב, א ש' מיינט אז דאס איז בעסער צו טוהן שבוע שחל בו)
וזאת למודעי: פסח האט יעדער זייערע אייגענע מנהגים, דאס זענען לויט מנהגי בית אבותי ורבותי.

פלעצער:
צודעקן די בענקלעך מיט שיינע איבערציג (ש')
ווייסע טישטעך אויפן טיש (ש')
יעדעמס בעכער (געדענקן צו כשר'ן און פיצן-ש),
יעדעס הגדה (זיכער מאכן יעדער זאל זיך וועלן זיין הגדה - ש')
מצה טאש פאר יעדעם (כנ"ל כמו ההגדה - ש')
קליינע קינדער ביבס (די פסח'דיגע - ש')
קינדער'ס קונטרסים און ביכער (ע')
היי טשעיר (פסח'דיגע - אדער זויבער געמאכט און איבערגעדעקט מיט זילבער פאפיר ביים טישל - ש')
צומיס (פסח'דיגע ש')

אינמיטן טיש:
כרפס אינמיטן טיש (געדענקן צו שיילן - ע')
אייער אינמיטן טיש (געדענקן צו קאכן און שיילן - ע')
וויין פלאש - (געדענקן צו כשר'ן און פיצן-ש),
לעכט:
(קויפן מה נשתנה לעכט, ש'
געדענקן צו אפרענען אלע לעכט פאר ביידע לעכט - ע')
לייכטער (פיצן און צוגעדעקן אינמיטן מיט זילבער פאפיר - ש')
מרור (צורייבן, און צוגרייטן א קליינע שיסל פאר דעם - ש')
חזרת (קלויבן, וואשן, טריקענען און צוגרייטן קליינע שיסל פאר דעם - ע')
זאלץ וואסער (פסח'דיגע וואסער באטל, פסח'דיגע זאלץ, קליינע שיסל פאר דעם - ש')
נעפקינס און נעפקין האלטער (ש'),
כוס של אליהו (פיצן ש')
זאלץ מעסטל (כשר'ן מעסטל און אריינלייגן פסח'דיגע זאלץ - ש')

פארן טאטע:
היסב בעט, (צוגרייטן פיסל אויפהייבער, קישענעס, און ווייסע איבערדעק - ש')
טאטענס קיטל (צוריקנעמען פון קלינערס און אראפנעמען טעג - ש')
אפיקומן טאש (ארויסנעמען די מצה פון פאראיאר - ע')
קליינע טישל פאר מצות (איבערדעקן מיט זילבער פאפיר און טישטעך- ע')
אויפפיקן מצות ערב פסח (ע')
טעפל און שיסל זיך צו וואשן די הענט (ש')
צוויי האנטיכער (איינס אויפן היסב בעט, און איינס פאר זיך וואשן די הענט - ש')
מעסער פאר כרפס און ביצה (קליינע מעסער, געדענקן צו כשרן אדער טובלן ש')
סיפור יציאת מצרים (חוץ פון הגדה, ספר פונעם סיפור אליינס ש')

קערה:
קערה (פיצן ש')
זרוע (בראטן - ע')
ביצה (כנ"ל בביצה)
מרור (כנ"ל במרור)
חזרת (כנ"ל בחזרת)
חרוסת ש'
(עפל שיילן, וואשן, און צומאלן ש'
בארן שיילן, וואשן, און צומאלן ש'
ניס, עינגבר און צימערינג צומאלן ש'
און ארויפגיסן מאסט *פארן סדר*)

מצות:
אויסוועלן דריי מצות (פארן סדר ממש)
באקס שברים (אויפן קליינעם טישל - ע')
באקס רש"י (אויפן קליינעם טישל - ע')
אנגרייטן ערב פסח אין א באקס יעדעמס מצות לויט די שיעורים. פאר מצה, כורך, און צפון. און אריינלייגן אין פלעסטיק מצה טאש יעדע קאטאגאריע עקסטער.
שיעורים פאר נשים וילדים: פערטל פון מצה. איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)

אין קאך:
מאסט - 4 באטלעך. ערשטע צוויי זאל זיין צולאזט אינגאנצן פארן סדר, די אנדערע צוויי האלב צולאזט. ד.ה. ערשטע צוויי ארויסנעמען 2 שעה פארן זמן, די צווייטע סעט ארויסנעמען פארן גיין אין שוהל.
גרעיפדשוס - 2 באטל - אריינלייגן אין פרידש נאכמיטאג ערב.
גלעזלעך, עסצייג (צוגרייטן אין קאך אריינצוברענגען פאר שולחן עורך - ע')
שיסל פאר די מכות וויין (ע')
עסן און טרינקן - (חלק הנשים.. ש' וע')
פסח'דיגע וואסער פאר אויסשווענקן די בעכער'ס (ש')

זייטיגע טיפס והערות:
אנגרייטן ערב פסח מיט א צעטל, וועמענס קינד גייט זיין וועלכע תפקיד אפצוזויבערן דעם טיש נאכן סדר.
מ'עסט נישט קיין כריין ביי שולחן עורך (ביי אונז לכל הפחות),
מ'עסט נישט קיין בשר בהמה ביים סדר אפילו געקאכט (ביי אונז לכל הפחות)
מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)

נ.ב. דעם עניין פון מאנכע פון זיין נערוועז פארן סדר, קען מען יוצא זיין מיט ונשלמה פרים שפתנו- פארציילן אז מאנכע זענען נערוועז..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

נ.ב. דעם עניין פון מאנכע פון זיין נערוועז פארן סדר, קען מען יוצא זיין מיט ונשלמה פרים שפתנו- פארציילן אז מאנכע זענען נערוועז..
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ענליכע שמועסן
viewtopic.php?t=22392
viewtopic.php?f=25&t=29940
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
שיעורים פאר נשים וילדים... איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
דעמאלטס ווערט א שאלה מיט די ברכה ענט"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=39521
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

להודות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:26 pm
ענליכע שמועסן
viewtopic.php?t=22392
viewtopic.php?forms=0&t=29940
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
שיעורים פאר נשים וילדים... איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
דעמאלטס ווערט א שאלה מיט די ברכה ענט"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=39521
א טאטע ביים סדר נאכט פון שאץ מאץ

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
מ'עסט נישט קיין בשר בהמה ביים סדר אפילו געקאכט (ביי אונז לכל הפחות)
ביסט זיכער אז ס'איז געווען בדוקא, אדער ס'איז פערצופאל אזוי אויסגעקומען ווייל מ'האט עניוועי קוים געגעסן ביי שולחן עורך?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שאול ידידיה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:50 pm

בדווקא, עכ''פ ביינונז.
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה

ישר כח @ממי_שאמרו , פיינע ארבעט!
העמיר דאס ארויספרינטן און אוועקלייגן פאר ערב פסח.
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:50 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
מ'עסט נישט קיין בשר בהמה ביים סדר אפילו געקאכט (ביי אונז לכל הפחות)
ביסט זיכער אז ס'איז געווען בדוקא, אדער ס'איז פערצופאל אזוי אויסגעקומען ווייל מ'האט עניוועי קוים געגעסן ביי שולחן עורך?
בדווקא, עכ''פ ביינונז.
כנ"ל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:26 pm
ענליכע שמועסן
viewtopic.php?t=22392
viewtopic.php?forms=0&t=29940
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
שיעורים פאר נשים וילדים... איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
דעמאלטס ווערט א שאלה מיט די ברכה ענט"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=39521
אפשר טאקע שמעלצן אלע דריי אשכולות?

@יאנאש @לכאורה @אחראי

איין כזית איז גענוג פאר אלע ’עקסטער’. סארי אויב איך בין נישט געווען גענונג קלאר
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:56 pm
איין כזית איז גענוג פאר אלע ’עקסטער’
דאס איז פשוט.
די שאלה ווערט ביז ווען קען מען מצרף זיין די כזיתים אויף די כביצה וואס מ'דארף פאר ענט"י.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

זייער פראקטישע טיפס, זייער ניצבאר
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:54 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:50 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
מ'עסט נישט קיין בשר בהמה ביים סדר אפילו געקאכט (ביי אונז לכל הפחות)
ביסט זיכער אז ס'איז געווען בדוקא, אדער ס'איז פערצופאל אזוי אויסגעקומען ווייל מ'האט עניוועי קוים געגעסן ביי שולחן עורך?
בדווקא, עכ''פ ביינונז.
כנ"ל

אורח חיים תעו

סעיף א'
מקום שנהגו לאכול צלי בלילי פסחים אוכלים מקום שנהגו שלא לאכול אין אוכלין גזירה שמא יאמרו בשר פסח הוא ובכל מקום אסור לאכול שה צלוי כולו כאחד בלילה זה מפני שנראה כאוכל קדשים בחוץ ואם היה מחותך או שחסר ממנו אבר או שלק בו אבר והוא מחובר הרי זה מותר במקום שנהגו.

סעיף ב'
אפילו בשר עגל ועוף כל דבר שטעון שחיטה אסור לאכול צלי במקום שנהגו שלא לאכול צלי.

קוקט אויס ווי ס'איז נישטא קיין חילוק פון בשר בהמה ביז בשר עוף, די ]ראבלעם איז נאר אז ס'זאל נישט זיין צלי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:55 pm
להודות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:26 pm
ענליכע שמועסן
viewtopic.php?t=22392
viewtopic.php?forms=0&t=29940
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
שיעורים פאר נשים וילדים... איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
דעמאלטס ווערט א שאלה מיט די ברכה ענט"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=39521
אפשר טאקע שמעלצן אלע דריי אשכולות?

@יאנאש @לכאורה @אחראי

איך וואלט עס נישט געראטן, א פרישע אשכול ציט מער אויפמערקזאמקייט.

אויף נעקסטע יאר קען מען שמעלצן, אויב ס'איז נישטא קיין חשש אז די שמועסן זאלן ווערן צומישט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיין פיין..

איך באנוץ מיר בדר"כ מיט'ן סימן וואס די קדמונים האבן מתקן געווען.. איבערגייענדיג ער"פ די 15 סימנים.. אריינטראכטנדיג וואס מ'ברויך האבן פאר יעדן סימן..
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

נ.ב. דעם עניין פון מאנכע פון זיין נערוועז פארן סדר, קען מען יוצא זיין מיט ונשלמה פרים שפתנו- פארציילן אז מאנכע זענען נערוועז..
געווען צדיקים וואס האבן געהאט טאקע געהאט אן ענין זיך צו רעגן.. און אויב אלעס איז געווען מסודר האט מען זיך גערעגט פארוואס מ'האט נישט געלאזט אויף וואס זיך צו רעגן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:50 pm

געווען צדיקים וואס האבן געהאט טאקע געהאט אן ענין זיך צו רעגן.. און אויב אלעס איז געווען מסודר האט מען זיך גערעגט פארוואס מ'האט נישט געלאזט אויף וואס זיך צו רעגן..
אושפיזא דיצחק ביים הייליגן דברי חיים
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
פארוואס?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:18 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
פארוואס?
ווייל ביי אונז ניצט מען נישט קיין אויל א גאנצע פסח.
אפילו אחרון ווען מ'בראקט, מישט וכו' אויל ניצט מען נאכאלס נישט.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:18 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
פארוואס?
חשש קטניות
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

פשוטו כמשמעו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:22 pm
קו ירוק האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:18 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
פארוואס?
חשש קטניות
מנהג סיגוט.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

שכח @ממי_שאמרו
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

נחלתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:27 pm
פשוטו כמשמעו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:22 pm
קו ירוק האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 8:18 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm

מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
פארוואס?
חשש קטניות
מנהג סיגוט.
אלס וואס?
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

קלאר, מסודר, הערליך!
@ממי_שאמרו אזוי ווי אייביג...
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:27 pm
להודות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:26 pm
ענליכע שמועסן
viewtopic.php?t=22392
viewtopic.php?forms=0&t=29940
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:43 pm
שיעורים פאר נשים וילדים... איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
דעמאלטס ווערט א שאלה מיט די ברכה ענט"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=39521
א טאטע ביים סדר נאכט פון שאץ מאץ
א טאטע ביים סדר נאכט - שאץ מאץ
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: טיפס פאר'ן סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

א דאנק @ממי_שאמרו . זייער קלאר און בע'טעמ'ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”