טיפס פאר'ן סדר נאכט
ביי אונז גייט אויסקומען בסך הכול היי יאר צו פירן דאס צווייטע מאהל א סדר נאכט אין שטוב.
אויב איינער האט טיפס וואס צוצוגרייטן צום סדר נאכט פארדעם, אדער א ליסט פון זאכן וואס דארף ווערן איינגעקויפט און צוגערישט, ביטע אהערשטעלן.
ווען איך האב פאריגעס מאהל געפירט דעם סדר, איז "אלעס" געווען גרייט אויפן טיש איידער איך בין ארויס אין ביהמ"ד צום דאווענען (אפילו די מאסט איז געווען אינמיטן צולאזט ווערן אינעם וויין פלאש..). נאכן אהיימקומען פונעם ביהמ"ד האט מען אין 5 מינוט געהאלטן ביי קדש, אן זיך יאגן אדער זיין נערוועז. פשוט אלעס איז געווען גרייט. עס איז געווען דאן א ליסט פון אלעס, אבער איך קען דאס נישט טרעפן.
דאס איז א רשימה וואס איך האב יעצט צוזאמגעשטעלט לויטן זכרון. ביי יעדע אייטעם איז דא עפעס איינגערינגלט. אן ע' מיינט אז דאס קען מען טוהן ערב יום טוב, א ש' מיינט אז דאס איז בעסער צו טוהן שבוע שחל בו)
וזאת למודעי: פסח האט יעדער זייערע אייגענע מנהגים, דאס זענען לויט מנהגי בית אבותי ורבותי.
פלעצער:
צודעקן די בענקלעך מיט שיינע איבערציג (ש')
ווייסע טישטעך אויפן טיש (ש')
יעדעמס בעכער (געדענקן צו כשר'ן און פיצן-ש),
יעדעס הגדה (זיכער מאכן יעדער זאל זיך וועלן זיין הגדה - ש')
מצה טאש פאר יעדעם (כנ"ל כמו ההגדה - ש')
קליינע קינדער ביבס (די פסח'דיגע - ש')
קינדער'ס קונטרסים און ביכער (ע')
היי טשעיר (פסח'דיגע - אדער זויבער געמאכט און איבערגעדעקט מיט זילבער פאפיר ביים טישל - ש')
צומיס (פסח'דיגע ש')
אינמיטן טיש:
כרפס אינמיטן טיש (געדענקן צו שיילן - ע')
אייער אינמיטן טיש (געדענקן צו קאכן און שיילן - ע')
וויין פלאש - (געדענקן צו כשר'ן און פיצן-ש),
לעכט:
(קויפן מה נשתנה לעכט, ש'
געדענקן צו אפרענען אלע לעכט פאר ביידע לעכט - ע')
לייכטער (פיצן און צוגעדעקן אינמיטן מיט זילבער פאפיר - ש')
מרור (צורייבן, און צוגרייטן א קליינע שיסל פאר דעם - ש')
חזרת (קלויבן, וואשן, טריקענען און צוגרייטן קליינע שיסל פאר דעם - ע')
זאלץ וואסער (פסח'דיגע וואסער באטל, פסח'דיגע זאלץ, קליינע שיסל פאר דעם - ש')
נעפקינס און נעפקין האלטער (ש'),
כוס של אליהו (פיצן ש')
זאלץ מעסטל (כשר'ן מעסטל און אריינלייגן פסח'דיגע זאלץ - ש')
פארן טאטע:
היסב בעט, (צוגרייטן פיסל אויפהייבער, קישענעס, און ווייסע איבערדעק - ש')
טאטענס קיטל (צוריקנעמען פון קלינערס און אראפנעמען טעג - ש')
אפיקומן טאש (ארויסנעמען די מצה פון פאראיאר - ע')
קליינע טישל פאר מצות (איבערדעקן מיט זילבער פאפיר און טישטעך- ע')
אויפפיקן מצות ערב פסח (ע')
טעפל און שיסל זיך צו וואשן די הענט (ש')
צוויי האנטיכער (איינס אויפן היסב בעט, און איינס פאר זיך וואשן די הענט - ש')
מעסער פאר כרפס און ביצה (קליינע מעסער, געדענקן צו כשרן אדער טובלן ש')
סיפור יציאת מצרים (חוץ פון הגדה, ספר פונעם סיפור אליינס ש')
קערה:
קערה (פיצן ש')
זרוע (בראטן - ע')
ביצה (כנ"ל בביצה)
מרור (כנ"ל במרור)
חזרת (כנ"ל בחזרת)
חרוסת ש'
(עפל שיילן, וואשן, און צומאלן ש'
בארן שיילן, וואשן, און צומאלן ש'
ניס, עינגבר און צימערינג צומאלן ש'
און ארויפגיסן מאסט *פארן סדר*)
מצות:
אויסוועלן דריי מצות (פארן סדר ממש)
באקס שברים (אויפן קליינעם טישל - ע')
באקס רש"י (אויפן קליינעם טישל - ע')
אנגרייטן ערב פסח אין א באקס יעדעמס מצות לויט די שיעורים. פאר מצה, כורך, און צפון. און אריינלייגן אין פלעסטיק מצה טאש יעדע קאטאגאריע עקסטער.
שיעורים פאר נשים וילדים: פערטל פון מצה. איין כזית גענוג פאר אלע דריי (מצה כורך און צפון)
אין קאך:
מאסט - 4 באטלעך. ערשטע צוויי זאל זיין צולאזט אינגאנצן פארן סדר, די אנדערע צוויי האלב צולאזט. ד.ה. ערשטע צוויי ארויסנעמען 2 שעה פארן זמן, די צווייטע סעט ארויסנעמען פארן גיין אין שוהל.
גרעיפדשוס - 2 באטל - אריינלייגן אין פרידש נאכמיטאג ערב.
גלעזלעך, עסצייג (צוגרייטן אין קאך אריינצוברענגען פאר שולחן עורך - ע')
שיסל פאר די מכות וויין (ע')
עסן און טרינקן - (חלק הנשים.. ש' וע')
פסח'דיגע וואסער פאר אויסשווענקן די בעכער'ס (ש')
זייטיגע טיפס והערות:
אנגרייטן ערב פסח מיט א צעטל, וועמענס קינד גייט זיין וועלכע תפקיד אפצוזויבערן דעם טיש נאכן סדר.
מ'עסט נישט קיין כריין ביי שולחן עורך (ביי אונז לכל הפחות),
מ'עסט נישט קיין בשר בהמה ביים סדר אפילו געקאכט (ביי אונז לכל הפחות)
מ'ניצט נישט קיין אויל פאר די ליכט (ביי אונז לכל הפחות)
נ.ב. דעם עניין פון מאנכע פון זיין נערוועז פארן סדר, קען מען יוצא זיין מיט ונשלמה פרים שפתנו- פארציילן אז מאנכע זענען נערוועז..