אומפארגעסליכע שפאציר

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

פארטאגס איך שפאציר
צום ים מיט א רואיגע ציור
די מנוחה אָן קיין שיעור
אויף די גאסן יעדע ריר

דוקא די פריע און שטילע זמן
האב איך געקליבן מיטן פלאן
אז מיין מח וועט נאך זיין
פריש, נישט פיל מיט פיין

די כוואליעלעך פליסן
כ'טו די פייגלעך גריסן
רואיג איז מיין געוויסן
מיט מיין נפש טו איך שמועסן

ער רעדט שטיל צו מיך
און אזוי אויך טו איך
כ'קוק אויפן ים - די שיינע ציך
אבער פלוצלינג דערמאן איך זיך

-

כ'בין אהערגעקומען צו פארגעסן
אבער ס'טוט מיר אויפעסן
ווען נאר אהער איך קום
הער איך אין מח דיין שטילע ברום

מיר פלעגן צוזאמען קומען
דו האסט מיר ארומגענומען
די ליבשאפט האב איך געשפירט
ווען אינאיינעם דא שפאצירט

פון אויבן אין הימל אויף די מינוט
קוקסטו אראפ און זעסט מיינע טריט
אבער באמת שפאצירסטו מיט
סיי ווען כ'בלוט און סיי ווען ס'גוט

דעם אמת טו איך אנערקענען
דיין ליכט וועט אויף אייביג ברענען
ווי שטארק כ'וויל עס פארטרייבן
וועסטו אין מיר אייביג פארבלייבן

אז איך בין שוין יא דא און איך געדענק
איך דערמאן זיך פון דיר און איך בענק
וועל איך מיך לאזן פונעם רואיגן ווינט
און רעדן צו דיר ווען א טרערעלע רינט

כ'ווייס אז מיין קול יעצט דו הערסט
און איבערגענומען דערפון דו ווערסט
אזויפיל טרערן האט עס שוין געקאסט
זייט דו האסט מיר איבערגעלאזט

שפאצירן פלעגן מיר דא אינאיינעם
באטראכטן די בריאה דעם שיינעם
אבער פון איין טאג אויפן צווייטן
האב איך נישט ווער ס'זאל מיר באגלייטן

יעצט ווען דו קוקסט פון דערווייטן
פארגעס נישט די געשמאקע צייטן
כ'ווייס אז אפילו יעצט ביסטו דא מיט מיר
און כ'פארגעס נישט די אהבה עד אין שיעור.

ת.נ.צ.ב.ה.

אגב; תגובה 6,000.
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

יאפ פיינע נייעס דער שוואכער
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
איך האב נישט געמיינט צו רעדן
איך האב מיך פשוט געשעמט צי שווייגן

מאיבי תחכמני
לכבוד @בר כוזיבא
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

רירענד!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

צונומען מיין נשמה.


מזל טוב רב 'ששת'!!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
דוד הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

מע האלט שוין באלד ביי 7000 קומט א פארזעצונג?
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: אומפארגעסליכע שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

6000 איז נישט קיין אגב...
הערליך שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”