LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4398
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב שוין געשריבן אויף בלאט 2 פון די נושא מיין בויך סברות. אויב עס איז אייך אינטערסאנט, ליינט עס דארטן.
איך האב גענומען א ליניע פון גיין צווישן די טראפענס.

ווער עס קען מיך ווייסט אז איך טאנץ אביסעלע אויף צוויי חתונות. איך בין למעשה עמפלויט ביי א קאמפאני, און א מענעדשמענט פאזיציע, ווי מען האנדעלט כסדר מיט לויערס, קאנסאלטענס און אנדערע פראפעשענעלס. אידישע מיט נישט אידישע. פרומע, מיט נישט פרומע. היימישע מיט מאדערענע. קיינער קען מיך נישט חושד זיין אז איך בין א כאניאק אדער א פרומאק. אחוץ די קטני המוחות וואס מיינען אז אויפגעקלערט מיינט אז מען מעג געבן די האנט פאר א פרוי און ר' משה האט עס מתיר געווען (וואס איז א שקר גמור, ואין כאן המקום להאריך). ביז קאוויד בין איך געזעצן אין מיטינגס אפאר מאל א וואך, מימיני מיכאל משמאלי גבריאל. פארשטייט זיך אז האלב פון די צייט האט די קאמפאני אריינגעברענגט טועם צו זיין. ב"ה זייט קאוויד האט מען שוין כמעט נישט די מיטינגס אחוץ אויף זום און טיעמס. וואס פראביר איך צו זאגן? וואס האט עס מיט לינקטאין? ביי די מיטינגס זענען דא אייביג נארמאלע מענטשען וואס מאכן א קידוש השם אין די ווערקפלעיס איעדן טאג! מען רעדט פראפעשנעל, איידעל און מען ערלעדיגט ביזנעס. עס איז דא אייביג א מיעוט וואס מיינען אז ווערן א באם מיינט טרינקן נעגל וואסער אדער ארויסזאגן די טאטעס נאמען אין ביה"כ. אינגערמאנטשיקעל, טשיל. קיינער קוקט דיר נישט ארויף.

די זעלבע מיט לינקטאין. האלט עס פראפעשענעל. הער אויף מיט די אלע לייקס און סמייליס און עמוידזיס. אבער די עיקר וואס איך וויל ציקומען, אפילו איך האב עס שוין געשריבן: פאר רוב רובו היימישע אינגעלייט און היימישע פרויען איז לינקטאין נישט קיין צורך פרנסה. זיי ברויכן עס נישט האבן. נאכאמאל, איז זאג נישט אז עס איז אסור. פשוט ווייל איך האב נישט קיין דעת תורה. אבער מען ברויך עס נישט! איך דערהער וואס מאנכע שרייבן דא אז "רוב" אדער גאר זייער "גאנצע" ביזנעס איז געקומען פון די פלאטפארם. איך הער, איך הער. אויב גלייב איך עס נאר 80% און נישט 100% בין איך נאך נישט קיין אפיקורס. אבער קען זיין. איך בין אינוואוולד אין א ביזנעס ווי איעדער איז אויף לינקטאין און איעדער רעדט זיך איין אז דא טרעפן זיי זייער נעקסטע גיטע זשאב, אבער קלייענט. פאר רוב איז עס איינגערעדט. קען זיין עס איז דא אינדוסטריס ווי עס איז אנדערשט. אפשר ריקרוטינג, דיזיין פירמעס, וכו'. אבער זאג מיר פארוואס די shipping מענעדזער פון א לאמבער יארד, ווי ער ארבייט שוין פאר 20 יאר דארף זיין אויף לינקטאין? גייסט ווערן א פראפעשענעל? גייסט גיין פאר דעגרי און ווערן א לויער?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

תגובה דורך הרב זושא »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm

כ'פארשטיי דיין נקודה אבער ס'האט קיין שייכות אהער.
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm
איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
ווער באצאלט?
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

עדות ביהוסף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:30 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט זיין פוינט.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:48 pm
עדות ביהוסף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:30 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm
איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
ווער באצאלט?
זייער שיין ארויסגעברענגט זיין פוינט.
סהאט גענומען צייט צו כאפן... גוט!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4398
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm
איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
זייער גוט! אויב איך מעג עס איבערשרייבן, מיט קיין שום שינוי אין די לשון, פשוט פאר מאנכע וואס האבן נישט גלייך געכאפט...

איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני .
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
ודו''ק
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 29, 2021 11:30 am

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודו''ק »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm
איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
נישט ממש די זעלבע….. אין שליח לדבר עבירה….
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm

דא טוט א גוי אין/אויף דיין נאמען דברים אסורים.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
בעצם האט איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס, אבער דא איז עס כאטש ווי א שכיר יום און נאך אפילו הארבער. האלט איינער אז עס איז מותר צו פאוסטן פון זיין אקאונט אום שב"ק?..

נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:32 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
דא טוט א גוי אין/אויף דיין נאמען דברים אסורים.
זייטיגע נושא וואס מ'קען דן זיין. צו חלוקה האט עס קיין שייכות.
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:34 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
בעצם האט איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס, אבער דא איז עס כאטש ווי א שכיר יום און נאך אפילו הארבער. האלט איינער אז עס איז מותר צו פאוסטן פון זיין אקאונט אום שב"ק?..
אויך א זייטיגע שמועס וואס מ'דארף טאקע מאכן זיכער אז ס'נישט דא קיין שבת פראבלעם.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

ודו''ק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:19 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:16 pm
איך הער יעצט קראנט אז די גאנצע ווימ"ס חלוקה האט גארנישט מיט יואלי לאנדא, אלעס פון אויפסעטן די פאון סיסטעם ביז ארויסשיקן די קארטלעך ווערט געטון דורך א באצאלטע קאמפעני.
נישט ממש די זעלבע….. אין שליח לדבר עבירה….
דער דין פון אין שליח לדבר עבירה איז ווייל איך זאג "דברי הרב ודברי התלמיד, דברי מי שומעים" וואס גייט נישט אן ביים גוי.

דאס איז ווען דער גוי טוט עפעס פארן איד, אבער ווען ער טוט עס בשם דעם איד זאל איך דען זאגן אין שליח לדבר עבירה?
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:40 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:34 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
בעצם האט איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס, אבער דא איז עס כאטש ווי א שכיר יום און נאך אפילו הארבער. האלט איינער אז עס איז מותר צו פאוסטן פון זיין אקאונט אום שב"ק?..
אויך א זייטיגע שמועס וואס מ'דארף טאקע מאכן זיכער אז ס'נישט דא קיין שבת פראבלעם.
ווער זאגט אז שבת איז הארבער ווי אינטערעקטן מיט אנשים ונשים אויף אזא אופן?
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

נייע ניק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:37 am
די פירמע וואו כ'בין איינגעשטעלט בעהט מיר צו מאכן א לינקדין עקאונט אז מ'זאל מיר קענען קאנטעקטן דארט. זעהט וואס כ'האב געענטפערט..

Screenshot 2024-04-10 003253.png
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

שטויביג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:54 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:40 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:34 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
בעצם האט איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס, אבער דא איז עס כאטש ווי א שכיר יום און נאך אפילו הארבער. האלט איינער אז עס איז מותר צו פאוסטן פון זיין אקאונט אום שב"ק?..
אויך א זייטיגע שמועס וואס מ'דארף טאקע מאכן זיכער אז ס'נישט דא קיין שבת פראבלעם.
ווער זאגט אז שבת איז הארבער ווי אינטערעקטן מיט אנשים ונשים אויף אזא אופן?
איה"נ אבער שבת איז נישט די טאפיק יעצט.
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:30 pm
שטויביג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:54 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:40 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:34 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm
ענין אחר לגמרי והוא פשוט.

אויב איך האב א גוי וואס זיצט אויף איבעי צו פארקויפן מיינע זאכן און ער קוקט זיך אן דארט, איז עס מיין דאגה?

משא"כ חלוקה.
בעצם האט איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס, אבער דא איז עס כאטש ווי א שכיר יום און נאך אפילו הארבער. האלט איינער אז עס איז מותר צו פאוסטן פון זיין אקאונט אום שב"ק?..
אויך א זייטיגע שמועס וואס מ'דארף טאקע מאכן זיכער אז ס'נישט דא קיין שבת פראבלעם.
ווער זאגט אז שבת איז הארבער ווי אינטערעקטן מיט אנשים ונשים אויף אזא אופן?
איה"נ אבער שבת איז נישט די טאפיק יעצט.
אלעס איז זייטיג...

וואס טוט זיך מיט אינזער נושא?
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אז מען רעדט שוין יא. האב איך א חבר וואס דיעלט אסאך אין די פראפעשינעל וועלט מיט גוים.
קומט ער אמאל צו א מיטינג אין ער איז מסביר אז יודען שעקין נישט קיין הענט, נאכדעם איז אנגעקומען א היימישע פרוי פון א צווייטע קאמפעני אין פאנגט אן זאגן היי איי עם שרי אין שטרעקט די הענט צו די גויעשע מענער.
שטעלט ער זיך אויף אין גייט צו צו איר שטרעקט אויס זיין האנט צו איר היי איי עם דעוויד. אוי האט זי זיך געלערנט בלק…😂😂
דאס איז אן אמתע מעשה
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:35 pm
אז מען רעדט שוין יא. האב איך א חבר וואס דיעלט אסאך אין די פראפעשינעל וועלט מיט גוים.
קומט ער אמאל צו א מיטינג אין ער איז מסביר אז יודען שעקין נישט קיין הענט, נאכדעם איז אנגעקומען א היימישע פרוי פון א צווייטע קאמפעני אין פאנגט אן זאגן היי איי עם שרי אין שטרעקט די הענט צו די גויעשע מענער.
שטעלט ער זיך אויף אין גייט צו צו איר שטרעקט אויס זיין האנט צו איר היי איי עם דעוויד. אוי האט זי זיך געלערנט בלק…😂😂
דאס איז אן אמתע מעשה
איך האף אז איר פארשטייט אז די מעשה איז גאר מאדנע... חרידישע פרויען געבן נישט קיין האנט פאר קיין מענער עס איז ניטאמאל אין גדר נסיון.

#מאדנע מעשה
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6932
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שכולו טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:38 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:35 pm
אז מען רעדט שוין יא. האב איך א חבר וואס דיעלט אסאך אין די פראפעשינעל וועלט מיט גוים.
קומט ער אמאל צו א מיטינג אין ער איז מסביר אז יודען שעקין נישט קיין הענט, נאכדעם איז אנגעקומען א היימישע פרוי פון א צווייטע קאמפעני אין פאנגט אן זאגן היי איי עם שרי אין שטרעקט די הענט צו די גויעשע מענער.
שטעלט ער זיך אויף אין גייט צו צו איר שטרעקט אויס זיין האנט צו איר היי איי עם דעוויד. אוי האט זי זיך געלערנט בלק…😂😂
דאס איז אן אמתע מעשה
איך האף אז איר פארשטייט אז די מעשה איז גאר מאדנע... חרידישע פרויען געבן נישט קיין האנט פאר קיין מענער עס איז ניטאמאל אין גדר נסיון.

#מאדנע מעשה
הלואי. בעיני ראיתי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

שכולו טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:38 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:35 pm
אז מען רעדט שוין יא. האב איך א חבר וואס דיעלט אסאך אין די פראפעשינעל וועלט מיט גוים.
קומט ער אמאל צו א מיטינג אין ער איז מסביר אז יודען שעקין נישט קיין הענט, נאכדעם איז אנגעקומען א היימישע פרוי פון א צווייטע קאמפעני אין פאנגט אן זאגן היי איי עם שרי אין שטרעקט די הענט צו די גויעשע מענער.
שטעלט ער זיך אויף אין גייט צו צו איר שטרעקט אויס זיין האנט צו איר היי איי עם דעוויד. אוי האט זי זיך געלערנט בלק…😂😂
דאס איז אן אמתע מעשה
איך האף אז איר פארשטייט אז די מעשה איז גאר מאדנע... חרידישע פרויען געבן נישט קיין האנט פאר קיין מענער עס איז ניטאמאל אין גדר נסיון.

#מאדנע מעשה
הלוואי זענט איר גערעכט. חס ושלום איך וויל נישט מקטרג זיין חלילה אויף אידישע קינדער.
אבער די וואס דילען מיט די נישט היימישע אין גוים איז דא די נסיון פונקט ווי ביי די מענער. די פרוי האט עם נישט באמערקט אלס חסידישע יונגערמאן, זיין לבוש איז נישט ניכר אז ער איז א חסיד.
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

דאס איז דאך וואס ער וויל דא ארויסברענגן. אז די היימישע פרוי דארף דאך אוודאי האבן די סאושעל מידיע פאר איר צורך פרנסה, און דאס ברענגט איר צו שעיקן די הענט רח"ל... יא איינס ברענגט די צווייטע
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

באקומען פריער אין אימעיל פון דעהו הלכות:

טעכנאלאגיע – הלכה למעשה

"לינקד-אין"

דער מציאות:

במשך די לעצטע פאר יאר, האט זיך אין דער ביזנעס-וועלט זייער אנטוויקלט דער באנוץ מיט דער סאציאלער פלאטפארמע "לינקד-אין" אנצוקניפן באציאונגען מיט נייע קליענטן, ביזנעס-פארבינדונגען, אד"ג. איז כדאי אנצומערקן דערוועגן עטליכע נקודות:

א) ווי דערמאנט לגבי "טשעטס" און "מעסעדזשינג גרופעס", טרעפט זייער אפט אויך דא, אז עס הערשט א מצב פון לייכטזיניגקייט און היימישע באציאונגען צווישן פרעמדע מענער און פרויען, וואס דאס ברענגט אז דער באנוץ מיט דער פלאטפארמע זאל גאנץ אפט זיך גרעניצן מיט'ן איסור פון "שחוק וקלות ראש".

ב) ווען מען פרובירט זיך פארבינדן מיט פאטענציעלע קליענטן א.ד.ג., באנוצט מען זיך מיט א זייער-פריינטליכע און לייכטזיניגע שפראך, אינגאנצן פארקערט פון ערנסט און פארמעל, וואס סיי עס גרעניצט זיך מיט'ן איסור פון "שחוק וקלות ראש", און סיי עס ברענגט א נאנטשאפט צווישן פרעמדע מענער און פרויען, וואס איז פון די הארבע איסורים פון קירבה, און טיילמאל קען מען מכשיל זיין א צווייטן איד מיט הרהורים, וכדומה.

ג) אויך טרעפט זייער אפט ביים באנוצן זיך מיט "לינקד-אין", אז מען ערהאלט ווידעאס פון פרויען (ווי זיי גיבן לעקציעס, באריכטן, א.ד.ג.), וואס דאס גרעניצט זיך אפטמאל מיט'ן איסור פון "ראיות אסורות".

ד) וויבאלד דער סדר פון א פרוי וואס האלט א דרשה איז צו רעדן אויף א ציענדן אופן, איז דאס אויסהערן לענגערע (ווידעא-) לעקציעס א.ד.ג. פון א פרוי פארבונדן אויך מיט'ן איסור פון "קול באשה", ווי שוין ערקלערט. דאס איז ספעציעל ריכטיג ביים באנוץ מיט "לינקד-אין", וואס דער עיקר-ציל דערפון איז אנצובינדן און בויען פרישע באציאונגען מיט אנדערע, און פאר דעם ציל ווערן די ווידעאס ארויסגעשיקט, און די סארט רעקארדירונגען גרעניצן זיך דעריבער מיט'ן איסור פון "קול באשה ערוה".

זעט מארגען פאר די הלכה למעשה
אטעטשמענטס
וממ.png
וממ.png (100.2 KiB) געזען 960 מאל
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4114
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

צווייטע עד אינעם סעריא:
unnamed.jpg
unnamed.jpg (53.48 KiB) געזען 802 מאל
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”