באהאלטענע ליכטיגקייט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אויף די וועגן און שטעגן מ'שפאנט
צו פארשידענע ערטער אומבאקאנט
באפעלאו אדער גאר ווערמאנט
מיטצוהאלטן פונדערנאנט קראנט

אין טרעפיק לאנגע שעות מ'זיצט
דעם 'ליקוי' אלץ תירוץ מ'נוצט
אויף א טאג צוויי אוועקצופארן
א געהעריגע וואקאציע טוט מען שפארן

מיין חבר א גאנצע מבין איז ער
אלץ פארשטייט ער - נאר ביז ער
דארף מיך מסביר'ן מסתמא
ווי אזוי ארבעט א ליקוי חמה

מיט די גלעזער אויף די אויגן
מיטן קעפעלע ארויפגעבויגן
מיטצוהאלטן די שיינע מתנה
די זון ווערט באדעקט דורכן לבנה

ס'איז טונקל אינמיטן העלן טאג
געב איך צו מיין חבר א זאג
זאגט ער ניין האסט נישט פארשטאנען
'נאכט' אינמיטן טאג איז פארהאנען

-

וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם
ווען אימער מיר האבן א פראבלעם
פון טונקלקייט נישט ווערן באנומען
אט אט וועט די זון צוריק ארויסקומען

צוריק לעכטיג פונקט ווי פריער
ווייל ליכטיגקייט איז פארהאן אונטער איר
ווארט נאר צו די עטליכע מינוט
וועסטו זען ווי אלעס ווערט צוריק גוט

פון קאוויד לאמיר נישט פארגעסן
ארויסגענומען פון דארט א שטארקע לעסן
וואו עס איז באדעקט די פענסטער אלע
מיינט אז אינעווייניג מ'טאנצט פאר חתן וכלה

ווייל ווען ס'איז טונקל חושך אפילה
מיינט אז טיפער אין איר א וויילע
ליגט אמת'ע ליכטיגקייט באהאלטן
וועלכע שפראצט צווישן די שפאלטן

בעטן מיר באשעפער פון די וועלט
די זון האסטו שוין אפגעשטעלט
שטעל שוין אפ אונזער געמיינע קעלט
און נעם אונז אריין אין דיין ווארעמע געצעלט.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

נישט געוויסט דער קען די 'בידערמאן' שטיק אויך...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
ריברענדיג.....
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואוו...
די מוסר השכל איז עקסטער קרעדיט
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

די ווערסט שואכער און שוואכ--- סאררי... בעסער און בעסער!!

איין רגע דא האסטו נאך איינס
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

wooow!!!
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: באהאלטענע ליכטיגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

נישט געקענט איינשלאפן געהעריג
מיין שלאף איז געווען שטעריג
מיין מח מיט פיל שפעקולאציעס
גיי איך היינט אויך באקומען אויף אייוועלט נאטעפעקאציעס??

אינטערסאנט... ווער איז דער בעל כישרון
וואס טוט נישט קיין כוחות שפארן
מיט אזא מח א קלארן
פליסט זיך געשמאקייט אלץ מיט גראמען געפארן

אזוי ליגענדיג אין בעט, פארטראכט
ממש א גאנצע נאכט
גייט קומען היינט מעכטיגער גערוישן??
גייט ער מיך היינט אנטוישן??

און דער ענטפער איז ניין
ער איז דא מיט א שטארקייט, ער איז פיין
גלייך אינדערפרי ביים קאמפיוטער
זעה איך ווי כוחות נישט שפארט-ער

עפעס א געשמאקע ריח
גאר א נייע מפתח
יא יא @שוואכער ביסט גרויס און מעכטיג
דו מאכסט פאר אונז אייביג לעכטיג
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”