חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן
נאר די אמת איז אז אפילו חצות איז מער ווייניגער די זעלבע צייט פסח ביינאכט, איז אבער דא א גרויסע חילוק פון איין יאר צו די אנדערע, דהיינו אז ס'איז דא יארן וואס ס'איז דא ווייניגער ווי פיר שעה פונעם זמן צאה"כ ביז חצות הלילה, און ס'איז דא יארן וואס ס'איז דא מער פון פיר אהאלב שעה, וואס כמובן מאכט דאס א גרויסע חילוק.
און די חשבון איז, אז בשנת העיבור איז פסח מער איז די זומער טעג וואס דאן זענען די נעכט קורצער, און די אנדערע יארן זענען די נעכט לענגער.
און אפילו פון די שנות העיבור איז אויך נישט גלייך איין יאר מיט די אנדערע, און דאס יאר (תשפ"ד) וואס איז די אכטע יאר פון די מחזור קטן (מחזור ש"ה) קומט אויס פסח למספרם אפריל 22 וואס איז די טיפסטע אריין אין די זומער נעכט פון אלע אנדערע יארן, ממילא קומט אויס אז עס איז דא די ווייניגסטע צייט פון אלע יארן, ממילא דארף מען זיך מזרז זיין מער פון אלע יארן.
און באמת זענען דא יארן וואס בשנת ח' למחזור קטן (וואס דאן איז פסח די מערסטע אריין אין זומער כנ"ל) איז פסח למספרם אפריל 23 אדער 24, אבער ס'איז נישט קיין חילוק מיט מער ווי איין מינוט.
אין די לוח זעט מען די ניינצען יאר פון די מחזור וואס מיר שטייען יעצט (מחזור ש"ה) ווען די זמן צאת הכוכבים איז בלילי פסחים (כפי שיטת רבינו תם ע"ב דקות אחר השקיעה) באופק מאנסי, (והוא בערך הזמן גם בעיר ברוקלין וק"י) און די זמן חצות הלילה (חצי הזמן שבין השקיעה והנץ), און וויפיל צייט עס איז דא אינמיטן.
- אטעטשמענטס
-
- מחזור ש__ה1.jpg (154.37 KiB) געזען 2141 מאל
-
- מחזור ש''ה.pdf
- (117.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 59 מאל