חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זמנים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

אסאך מאל קומט אויס פסח ביינאכט אז מ'טרעפט זיך פלוצלינג נאנט צו חצות, און מ'קען נישט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין אז די צייט איז שוין אדורך, און א יאר פריער האט מען געפראוועט די זעלבע סדר און נאך אלץ איז געווען בריוח צייט צו כאפן חצות.

נאר די אמת איז אז אפילו חצות איז מער ווייניגער די זעלבע צייט פסח ביינאכט, איז אבער דא א גרויסע חילוק פון איין יאר צו די אנדערע, דהיינו אז ס'איז דא יארן וואס ס'איז דא ווייניגער ווי פיר שעה פונעם זמן צאה"כ ביז חצות הלילה, און ס'איז דא יארן וואס ס'איז דא מער פון פיר אהאלב שעה, וואס כמובן מאכט דאס א גרויסע חילוק.

און די חשבון איז, אז בשנת העיבור איז פסח מער איז די זומער טעג וואס דאן זענען די נעכט קורצער, און די אנדערע יארן זענען די נעכט לענגער.
און אפילו פון די שנות העיבור איז אויך נישט גלייך איין יאר מיט די אנדערע, און דאס יאר (תשפ"ד) וואס איז די אכטע יאר פון די מחזור קטן (מחזור ש"ה) קומט אויס פסח למספרם אפריל 22 וואס איז די טיפסטע אריין אין די זומער נעכט פון אלע אנדערע יארן, ממילא קומט אויס אז עס איז דא די ווייניגסטע צייט פון אלע יארן, ממילא דארף מען זיך מזרז זיין מער פון אלע יארן.
און באמת זענען דא יארן וואס בשנת ח' למחזור קטן (וואס דאן איז פסח די מערסטע אריין אין זומער כנ"ל) איז פסח למספרם אפריל 23 אדער 24, אבער ס'איז נישט קיין חילוק מיט מער ווי איין מינוט.

אין די לוח זעט מען די ניינצען יאר פון די מחזור וואס מיר שטייען יעצט (מחזור ש"ה) ווען די זמן צאת הכוכבים איז בלילי פסחים (כפי שיטת רבינו תם ע"ב דקות אחר השקיעה) באופק מאנסי, (והוא בערך הזמן גם בעיר ברוקלין וק"י) און די זמן חצות הלילה (חצי הזמן שבין השקיעה והנץ), און וויפיל צייט עס איז דא אינמיטן.
אטעטשמענטס
מחזור ש__ה1.jpg
מחזור ש__ה1.jpg (154.37 KiB) געזען 2117 מאל
מחזור ש''ה.pdf
(117.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 59 מאל
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

WOW קומט אויס אז היי יאר איז די ווייניגסטע צייט וואס איז שייך.
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

קוק איך יעצט ויך די זמנים אין מאנטריאל.
צאה"כ ר"ת 9:02
חצות הלילה 12:52
3:50 צווישן די צוויי!
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

בדרך אגב אמר"ש, עטליכע יאר צוריק האב איך געמאכט א חשבון פון די גאנצע (פאריגע) מחזור קטן, עס איז דאן אויסגעקומען ר"ה תשס"ו די שפעטסטע אין די גוי'שע קאלענדער, (אקטאבער 4 - בעת וואס אלע איבריגע זענען געפאלן אין סעפטעמבער) יעצט ערב תשפ"ה האלט מען פונקט 19 יאר שפעטער, און ר"ה געפאלט היי יאר נאכאמאל אין בערך די זעלבע צייט, קען זיין אז ס'האט אויך צוטוהן מיט די יעצטיגע זמנים.
זמנים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

פריפיטשיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:10 pm

ראש השנה תשס"ו העעל"ט און ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט זענען ביידע די ניינטע יאר פון א מחזור קטן, וואס דאס איז די טיפסטע אריין אין ווינטער וואס תשרי קען זיין.

(ועי' ברמב"ם קידוש החודש פ"ד הי"א: אין מושיבין לעיבור השנה וכו' ולא כהן גדול. כהן גדול מפני הצנה שמא לא תהיה דעתו נוטה לעבר כדי שלא יבא תשרי בימי הקור והוא טובל ביום הכפורים חמש טבילות).

און בד"א, דאס יאר וועט מוצאי יו"כ זיין 7:32, וואס איז מיט א האלבע שעה ווייניגער ווי שנת תשפ"ד, און גאנצע 45 מינוט ווייניגער ווי מוצאי יו"כ פון שנת תשצ"ג, (נישט אז יו"כ איז באמת ווייניגער צייט, נאר די זמן סיי ערב און סיי מוצאי איז פריער).
בערענשטיין
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

פריפיטשיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:10 pm
בדרך אגב אמר"ש, עטליכע יאר צוריק האב איך געמאכט א חשבון פון די גאנצע (פאריגע) מחזור קטן, עס איז דאן אויסגעקומען ר"ה תשס"ו די שפעטסטע אין די גוי'שע קאלענדער, (אקטאבער 4 - בעת וואס אלע איבריגע זענען געפאלן אין סעפטעמבער) יעצט ערב תשפ"ה האלט מען פונקט 19 יאר שפעטער, און ר"ה געפאלט היי יאר נאכאמאל אין בערך די זעלבע צייט, קען זיין אז ס'האט אויך צוטוהן מיט די יעצטיגע זמנים.
דיין 19 געבורוטס טאג איז אויך די זעלבע טאג למספרם
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:55 pm
פריפיטשיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:10 pm
בדרך אגב אמר"ש, עטליכע יאר צוריק האב איך געמאכט א חשבון פון די גאנצע (פאריגע) מחזור קטן, עס איז דאן אויסגעקומען ר"ה תשס"ו די שפעטסטע אין די גוי'שע קאלענדער, (אקטאבער 4 - בעת וואס אלע איבריגע זענען געפאלן אין סעפטעמבער) יעצט ערב תשפ"ה האלט מען פונקט 19 יאר שפעטער, און ר"ה געפאלט היי יאר נאכאמאל אין בערך די זעלבע צייט, קען זיין אז ס'האט אויך צוטוהן מיט די יעצטיגע זמנים.
דיין 19 געבורוטס טאג איז אויך די זעלבע טאג למספרם
אדער איין טאג געריקט
זמנים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:55 pm

דיין 19 געבורוטס טאג איז אויך די זעלבע טאג למספרם
כמעט, ערב פסח שנת תשס"ה איז געווען אפריל 23, שנת תשפ"ד אפריל 22, און שנת תת"ג אפריל 24, אבער ס'איז לכל היותר א צוויי טעג חילוק.

בנוגע אנדערע שטעט ווי אחינו בני ישראל געפינען זיך, איז אביסעל אנדערש די חילוק פון איין יאר ביז די אנדערע, און פאלגענד איז די זמנים פון די מערסטע צייט פון צאה"כ ביז חצות, שנת תשצ"ב שנה ט"ז למחזור קטן, און די קורצסטע צייט, שנת תשפ"ד שנה ח' למחזור קטן.

שנת תשצ"ב

ירושלים עיר הקודש: צאה"כ 8:07 חצות הלילה 12:44 החילוק 4 שעה 37 מינוט
(אין ירושלים איז דא געוויסע שיטות וואס רעכענען די שקיעה מיט 4 מינוט שפעטער צוליב דעם וואס ירושלים זיצט אויף א בארג, ממילא איז די צאת אויך מיט 4 מינוט שפעטער)

ניו יארק: צאה"כ 8:28 חצות הלילה 1:01 החילוק 4 שעה 33 מינוט

מאנטריאל: צאה"כ 8:28 חצות הלילה 12:59 החילוק 4 שעה 31 מינוט

אנטווערפען: צאה"כ 8:19 חצות הלילה 12:47 החילוק 4 שעה 28 מינוט

לאנדאן הבירה: צאה"כ 7:37 חצות הלילה 12:05 החילוק 4 שעה 28 מינוט
(אין אנטווערפען און אין לאנדאן איז די ערשטע נאכט פסח שנת תשצ"ב וואס געפאלט ליל שב"ק נאך ווינטער זייגער און מ'רוקט די זייגער מוצש"ק ליל יו"ט שני של פסח, וואס איז בדומה צו שנת תשפ"א וואס ליל א' של פסח איז געווען מוצש"ק און מ'האט דאן גערוקט די זייגער ליל א' מוצש"ק).

שנת תשפ"ד

ירושלים עיר הקודש: צאה"כ 8:26 חצות הלילה 12:37 החילוק 4 שעה 11 מינוט

ניו יארק: צאה"כ 8:57 חצות הלילה 1:54 החילוק 3 שעה 57 מינוט

מאנטריאל: צאה"כ 9:02 חצות הלילה 12:52 החילוק 3 שעה 50 מינוט

אנטווערפען: צאה"כ 10:03 חצות הלילה 1:40 החילוק 3 שעה 37 מינוט

לאנדאן הבירה: צאה"כ 9:22 חצות הלילה 12:58 החילוק 3 שעה 36 מינוט
***
ווי מ'זעט דא איז בשנת תשצ"ב נישט דא קיין גרויסע חילוק פון אין מדינה ביז די אנדערע, (די גאנצע חילוק פון ירושלים ביז לאנדאן איז נישט מער ווי 9 מינוט), און בשנת תשפ"ד איז דא א חילוק פון 35 מינוט פון ירושלים ביז לאנדאן.

און די הסבר איז, ווייל בימי ניסן (ותשרי) איז די טאג אייניג אין די גאנצע וועלט פון אויבן ביז אונטען און אלעס אינדערמיט, דהיינו אז סיי די טאג און סיי די נאכט איז 12 שעה, און די טאג וואס איז פונקט 12 שעה איז למספרם מארטש 17 (און סעפטעמבער 25), און פון דארט און ווייטער הייבן אן די טעג צו ווערן לענגער און די נעכט קורצער, און דא כאפט שוין א נפק"מ פון איין מדינה ביז די אנדערע, וואס נענטער צום קו המשוה (די אינמיטן פון די וועלט) ווערן די טעג נישט אזוי לאנג, און וואס ווייטער פון די קו המשוה (נענטער צום שפיץ וועלט) ווערן די טעג לענגער.

ממילא בשנת תשצ"ב-שנה ט"ז למחזור קטן-איז ערב פסח למספרם מארטש 26 וואס איז 9 טעג גערוקט פון די טאג וואס איז אייניג אין די גאנצע וועלט, איז נאך נישט דא קיין גרויסע חילוק פון איין מדינה ביז די אנדערע, אבער בשנת תשפ"ד-שנה ח' למחזור קטן-וואס ערב פסח איז למספרם אפריל 22 וואס איז שוין 36 טעג גערוקט פון די טאג וואס איז אייניג אין די גאנצע וועלט, איז שוין דא א גרעסערע נפק"מ פון איין מדינה ביז די אנדערע, לויט די ווייטקייט וואס די מדינה איז פונעם קו המשוה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זמנים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:06 pm
בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:55 pm

דיין 19 געבורוטס טאג איז אויך די זעלבע טאג למספרם
כמעט, ערב פסח שנת תשס"ה איז געווען אפריל 23, שנת תשפ"ד אפריל 22, און שנת תת"ג אפריל 24, אבער ס'איז לכל היותר א צוויי טעג חילוק.
דאס איז ווייל יעדער לוח לויפט אויף מחזורים, און גלייכט זיך אויס נאך א געוויסער צאל יארן. אזוי אז אינמיטן דעם מחזור קען מען זיין אביסל אוועקגערוקט.

דער אלגעמיינער קאלענדאר לויפט (עפ"י רוב) אויף א מחזור פון פיר יאר. דריי יאר פארמאגט 365 טעג, און דאס פערטע האט 366.

דער אידישער לוח האט צוערשט א מחזור פון עיבור יארן, 7 באשטימטע יארן אין א מחזור פון 19. דערנאך זענען חשון און כסלו, וועלכע לויפן נישט דווקא אויף א מחזור, אבער קענען זיין מלא אדער חסר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

די בתי מדרשים פלאנען צו זיך שטעלן מעריב פריה לכבוד דעם?
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
זמנים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

אין הגש"פ דברי יואל אות קצ"ט שטייט 'בלילה ראשונה הקפיד לאכול אפיקומן...קודם חצות, ובשנים הקודמים לפני המלחמה היה ממהר עוד יותר בעשיית הסדר כי זמן חצות הי' מוקדם יותר.

אבער לכאורה איז עס נישט צו פארשטיין, ווייל אין די שטאט סאטמאר (ובכל אזור ההוא) איז לכל היותר די חילוק פון וויליאמסבורג מיט 13 מינוט, ווייל בשנה ח' למחזור קטן איז דא 3 שעה מיט 45 מינוט פון צאה"כ ביז חצות, און אין וויליאמסבורג איז דא 3 שעה מיט 57 מינוט, און בשנה ט"ז למחזור קטן איז דא 4 שעה מיט 30 מינוט פון צאה"כ ביז חצות וואס דאס איז נישט מער ווי 3 מינוט ווייניגער פון וויליאמסבורג, און אלע אנדערע יארן איז עס ערגעץ אינצווישן, וצ"ע.

און די צווייטע קשיא איז...

אין ספה"ק נועם מגדים איז דא א פירוש תדרוש נועם פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ז"ל, און אין סוף ספר דברים איז דא א קונטרס 'תמר יפרח' ווי ער ברענגט עובדות והנהגות פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, און אין אות קמ"ח שרייבט ער 'וזכרוני שפעם אחת בלילה הראשונה אחר אכילת אפיקומן אמר שיש שלשה שיטות בענין זמן חצות, שיטה שלנו, ושיטת הגר"א, ועוד שיטה, ועכשיו עלה בידו לאכול האפיקומן קודם חצות של כל שיטה וכו', און אזוי אויך שטייט אין הגדה של פסח דברי יואל אות קצ"ט 'ופ"א אמר בשמחה רבה ב"ה עכשיו עלה לנו לאכול האפיקומן קודם חצות לכל הדיעות'.

איז לכאורה שווער צו פארשטיין, אז בזמן חצות הלילה איז בעצם נישט קיין מחלוקה בין הגר"א לבין שאר השיטות החולקים עליו היכן מחשבין שעות היום, ווייל סיי לויט שיטת הגר"א און סיי לויט די אנדערע שיטות, איז זמן חצות חצי הזמן שבין שקיעת החמה להנץ, וואס איז י"ב שעות אחר זמן החמה בראש כל אדם, ממילא וואס איז שיטת הגר"א שונה פון שיטה שלנו, און אזוי אויך וואס איז די דריטע שיטה. (און בעצם האט מען נישט געהערט פון רביה"ק דא אין אמעריקע בכלל אנדערע זמנים פון וואס מ'האט מפרסם געווען אין די לוח פון התאחדות הרבנים).
לעצט פארראכטן דורך זמנים אום פרייטאג אפריל 19, 2024 4:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

זמנים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:56 pm
און די צווייטע קשיא איז...

אין ספה"ק נועם מגדים איז דא א פירוש נועם לתולדות פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ז"ל, און אין סוף ספר דברים איז דא א קונטרס 'תמר יפרח' ווי ער ברענגט עובדות והנהגות פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, און אין אות קמ"ח שרייבט ער 'וזכרוני שפעם אחת בלילה הראשונה אחר אכילת אפיקומן אמר שיש שלשה שיטות בענין זמן חצות, שיטה שלנו, ושיטת הגר"א, ועוד שיטה, ועכשיו עלה בידו לאכול האפיקומן קודם חצות של כל שיטה וכו', און אזוי אויך שטייט אין הגדה של פסח דברי יואל אות קצ"ט 'ופ"א אמר בשמחה רבה ב"ה עכשיו עלה לנו לאכול האפיקומן קודם חצות לכל הדיעות'.

איז לכאורה שווער צו פארשטיין, אז בזמן חצות הלילה איז בעצם נישט קיין מחלוקה בין הגר"א לבין שאר השיטות החולקים עליו היכן מחשבין שעות היום, ווייל סיי לויט שיטת הגר"א און סיי לויט די אנדערע שיטות, איז זמן חצות חצי הזמן שבין שקיעת החמה להנץ, וואס איז י"ב שעות אחר זמן החמה בראש כל אדם, ממילא וואס איז שיטת הגר"א שונה פון שיטה שלנו, און אזוי אויך וואס איז די דריטע שיטה. (און בעצם האט מען נישט געהערט פון רביה"ק דא אין אמעריקע בכלל אנדערע זמנים פון וואס מ'האט מפרסם געווען אין די לוח פון התאחדות הרבנים).
עס איז דא דריי באוואוסטע שיטות, איינס די באוואוסטע פון רוב פוסקים 12 שעה נאך חצות היום וואס די חמה איז מאמצע הרקיע, דערנאך איז דא די שיטה פון טייל מקובלים אין די זוה”ק אז עס איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים עס ווערט געברענגט אין מג”א לענין עת רצון, דערנאך זענען דא וואס האלטן אז עס איז אינמיטן די צאת און עלות דהיינו די שעות הלילה, אויב מהאלט 72 ביים צאת און עלות מאכט עס נישט קיין נפק”מ און עס איז די זעלבע צייט ווי די ערשטע שיטה משא”כ אויב מגייט לפי האופק ביים צאת אדער עלות.
קען זיין די סאטמארע רב האט געהאלטן ווי די לעצטע שיטה, לשיטתו איז נישט געווען א נפק”מ משא”כ לשיטת הגר”א בצאה”כ.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אינטערעסאנט אז די רופסט זעך @זמנים און די האסט נישט געוואוסט פון די שיטות וואס איז אויסגעשמועסט אין די פוסקים...
דיין קשיא אויפן התאחדות לוח פארשטיי איך נישט, ביים לוח האט ער מכריע געווען די 72, לקולא ביים עלות און לחומרא ביים צאת, און לויט דעם חצות 12 שעה נאך חצות היום, פארוואס זאל מען שרייבן אנדערע זמנים? וואס מיינט ”געהערט” איר האט אמאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים אין הלכה?... (אוי הלואי... )
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 am
עס איז דא דריי באוואוסטע שיטות, איינס די באוואוסטע פון רוב פוסקים 12 שעה נאך חצות היום וואס די חמה איז מאמצע הרקיע, דערנאך איז דא די שיטה פון טייל מקובלים אין די זוה”ק אז עס איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים עס ווערט געברענגט אין מג”א לענין עת רצון, דערנאך זענען דא וואס האלטן אז עס איז אינמיטן די צאת און עלות דהיינו די שעות הלילה, אויב מהאלט 72 ביים צאת און עלות מאכט עס נישט קיין נפק”מ און עס איז די זעלבע צייט ווי די ערשטע שיטה משא”כ אויב מגייט לפי האופק ביים צאת אדער עלות.
קען זיין די סאטמארע רב האט געהאלטן ווי די לעצטע שיטה, לשיטתו איז נישט געווען א נפק”מ משא”כ לשיטת הגר”א בצאה”כ.
האט מען אמאל געהערט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאל גיין לפי האופק?
דאס יא אז ער האט מחמיר געווען פאר זיך במוצש"ק ביז 90, אבער לפי"ז לכאורה וואלט ער גערעכנט גם עלוה"ש פון 90.
והדרה קושיא לדוכתא
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא

זמנים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:08 pm
אין הגש"פ דברי יואל אות קצ"ט שטייט 'בלילה ראשונה הקפיד לאכול אפיקומן...קודם חצות, ובשנים הקודמים לפני המלחמה היה ממהר עוד יותר בעשיית הסדר כי זמן חצות הי' מוקדם יותר.

אבער לכאורה איז עס נישט צו פארשטיין, ווייל אין די שטאט סאטמאר (ובכל אזור ההוא) איז לכל היותר די חילוק פון וויליאמסבורג מיט 13 מינוט, ווייל בשנה ח' למחזור קטן איז דא 3 שעה מיט 45 מינוט פון צאה"כ ביז חצות, און אין וויליאמסבורג איז דא 3 שעה מיט 57 מינוט, און בשנה ט"ז למחזור קטן איז דא 4 שעה מיט 30 מינוט פון צאה"כ ביז חצות וואס דאס איז נישט מער ווי 3 מינוט ווייניגער פון וויליאמסבורג, און אלע אנדערע יארן איז עס ערגעץ אינצווישן, וצ"ע.
לכאורה ווייל מ'האט געדאווענט נאך שפעטער ממילא איז געווען ווייניגער צייט ביז חצות...
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

זמנים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:08 pm
אין הגש"פ דברי יואל אות קצ"ט שטייט 'בלילה ראשונה הקפיד לאכול אפיקומן...קודם חצות, ובשנים הקודמים לפני המלחמה היה ממהר עוד יותר בעשיית הסדר כי זמן חצות הי' מוקדם יותר.

אבער לכאורה איז עס נישט צו פארשטיין, ווייל אין די שטאט סאטמאר (ובכל אזור ההוא) איז לכל היותר די חילוק פון וויליאמסבורג מיט 13 מינוט, ווייל בשנה ח' למחזור קטן איז דא 3 שעה מיט 45 מינוט פון צאה"כ ביז חצות, און אין וויליאמסבורג איז דא 3 שעה מיט 57 מינוט, און בשנה ט"ז למחזור קטן איז דא 4 שעה מיט 30 מינוט פון צאה"כ ביז חצות וואס דאס איז נישט מער ווי 3 מינוט ווייניגער פון וויליאמסבורג, און אלע אנדערע יארן איז עס ערגעץ אינצווישן, וצ"ע.
רעכן אויס ווילאנג ס'האט געדויערט צו גיין פון די שטאטישע שוהל (וואו ער האט געדאווענט בלילי פסחים) ביז דעם רבי'נס הויז, פלאס די 13 מינוט חילוק, און אפשר איז דאס דער חילוק.

לאמיר זיך מעמיק זיין אין א הגדה דברי יואל...
א געשפעט האב איך
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זמנים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:08 pm
אין הגש"פ דברי יואל אות קצ"ט שטייט 'בלילה ראשונה הקפיד לאכול אפיקומן...קודם חצות, ובשנים הקודמים לפני המלחמה היה ממהר עוד יותר בעשיית הסדר כי זמן חצות הי' מוקדם יותר.

אבער לכאורה איז עס נישט צו פארשטיין, ווייל אין די שטאט סאטמאר (ובכל אזור ההוא) איז לכל היותר די חילוק פון וויליאמסבורג מיט 13 מינוט, ווייל בשנה ח' למחזור קטן איז דא 3 שעה מיט 45 מינוט פון צאה"כ ביז חצות, און אין וויליאמסבורג איז דא 3 שעה מיט 57 מינוט, און בשנה ט"ז למחזור קטן איז דא 4 שעה מיט 30 מינוט פון צאה"כ ביז חצות וואס דאס איז נישט מער ווי 3 מינוט ווייניגער פון וויליאמסבורג, און אלע אנדערע יארן איז עס ערגעץ אינצווישן, וצ"ע.
ער קען מיינען פשוט אז חצות איז געווען 12:00 נישט 1:00 (והגם אז די צייט צווישן 72 און חצות פארבלייבט די זעלבע)

חוץ מזה, פון דיין קומענדיגע תגובה זעהט מען אז דו האסט גערעכנט חצות ווען עס איז חמה בראש כל אדם, אבער כמובן וידוע איז דאס נישט געווען דער חצות וואס מען האט גערעכנט נאר לויט דעם זייגער (און אויב מאך איך נישט קיין טעות האט מען גערעכנט 1:00 פאר חצות נישט 56 ד.ה. לאו דוקא דער אלטער לאקאלער זייגער / חצות הממוצע), מעגליך לויט דעם איז אויסגעקומען אז עס איז פארבליבן ווייניגער צייט צווישן מעריב און חצות ווי דאס וואס איז געבליבן אין וויליאמסבורג.

בר מן דין ובר מן דין, וואס האסטו געטראכט מען רעדט דא פון אפאר טאג א חילוק? אוודאי רעדט מען פון מינוטן אבער פרעג נאר א חצות איד וועסטו שוין פונקטליך הערן וויאזוי יעדע פערטל מינוט שפילט א וויכטיגע ראלע אין די קריטישע צייט ווען מען דארף 'כאפן חצות'. א מינוט פאר חצות איז ווערט ווי 15 מינוט דערנאך דו"ק וטישטוך
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יידישע קהילות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:15 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 am
עס איז דא דריי באוואוסטע שיטות, איינס די באוואוסטע פון רוב פוסקים 12 שעה נאך חצות היום וואס די חמה איז מאמצע הרקיע, דערנאך איז דא די שיטה פון טייל מקובלים אין די זוה”ק אז עס איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים עס ווערט געברענגט אין מג”א לענין עת רצון, דערנאך זענען דא וואס האלטן אז עס איז אינמיטן די צאת און עלות דהיינו די שעות הלילה, אויב מהאלט 72 ביים צאת און עלות מאכט עס נישט קיין נפק”מ און עס איז די זעלבע צייט ווי די ערשטע שיטה משא”כ אויב מגייט לפי האופק ביים צאת אדער עלות.
קען זיין די סאטמארע רב האט געהאלטן ווי די לעצטע שיטה, לשיטתו איז נישט געווען א נפק”מ משא”כ לשיטת הגר”א בצאה”כ.
האט מען אמאל געהערט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאל גיין לפי האופק?
דאס יא אז ער האט מחמיר געווען פאר זיך במוצש"ק ביז 90, אבער לפי"ז לכאורה וואלט ער גערעכנט גם עלוה"ש פון 90.
והדרה קושיא לדוכתא
קוקט נישט אויס ווי די האסט פארשטאנען, ער האט געזאגט לפי הגר”א.
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8209
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

געמבלער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 6:33 pm
די בתי מדרשים פלאנען צו זיך שטעלן מעריב פריה לכבוד דעם?
נײן די שולן מיזן זיך נישט רעכענען מיט קײנעמ׳ס פעניערײ, 4 שעה איז מער װי געניג אױב זיכט מען זיך נישט אױפציטאהן פארן חבר אין ס׳מעדריש װי שפעט מ׳האט גענדיגט
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:07 am
יידישע קהילות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:15 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 am
עס איז דא דריי באוואוסטע שיטות, איינס די באוואוסטע פון רוב פוסקים 12 שעה נאך חצות היום וואס די חמה איז מאמצע הרקיע, דערנאך איז דא די שיטה פון טייל מקובלים אין די זוה”ק אז עס איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים עס ווערט געברענגט אין מג”א לענין עת רצון, דערנאך זענען דא וואס האלטן אז עס איז אינמיטן די צאת און עלות דהיינו די שעות הלילה, אויב מהאלט 72 ביים צאת און עלות מאכט עס נישט קיין נפק”מ און עס איז די זעלבע צייט ווי די ערשטע שיטה משא”כ אויב מגייט לפי האופק ביים צאת אדער עלות.
קען זיין די סאטמארע רב האט געהאלטן ווי די לעצטע שיטה, לשיטתו איז נישט געווען א נפק”מ משא”כ לשיטת הגר”א בצאה”כ.
האט מען אמאל געהערט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאל גיין לפי האופק?
דאס יא אז ער האט מחמיר געווען פאר זיך במוצש"ק ביז 90, אבער לפי"ז לכאורה וואלט ער גערעכנט גם עלוה"ש פון 90.
והדרה קושיא לדוכתא
קוקט נישט אויס ווי די האסט פארשטאנען, ער האט געזאגט לפי הגר”א.
אה, גערעכט!
כאטש לפי הגר"א ורוה"פ רעכנט מען פון שקיעה ביז הנץ
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יידישע קהילות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:27 am

לאו דווקא. דער טאג פאנגט זיך אן ביים עלות השחר, נישט ביים נץ. די נץ החמה איז נאר נוגע כלפי די שעות היום.

דאס אז חצות לילה איז אייביג בערך די זעלבע צייט ווי חצות היום איז נישט אזוי פשוט. אויב האלט מען אז נאכט איז פון 13.5 מינוט נאך דער שקיעה (צאת הכוכבים לויט'ן גר"א) ביז'ן עלות השחר, וועט חצות הלילה זיין א האלבע שעה פריער. וכ"ש אויב רעכנט מען עלות השחר מער ווי 72 מינוט (ווי רוב כלל ישראל נעמט היינט אן).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:13 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:27 am
אה, גערעכט!
כאטש לפי הגר"א ורוה"פ רעכנט מען פון שקיעה ביז הנץ
לאו דווקא. דער טאג פאנגט זיך אן ביים עלות השחר, נישט ביים נץ. די נץ החמה איז נאר נוגע כלפי די שעות היום.

דאס אז חצות לילה איז אייביג בערך די זעלבע צייט ווי חצות היום איז נישט אזוי פשוט. אויב האלט מען אז נאכט איז פון 13.5 מינוט נאך דער שקיעה (צאת הכוכבים לויט'ן גר"א) ביז'ן עלות השחר, וועט חצות הלילה זיין א האלבע שעה פריער. וכ"ש אויב רעכנט מען עלות השחר מער ווי 72 מינוט (ווי רוב כלל ישראל נעמט היינט אן).
חצות איז אזוי ווי שעות היום.
סוף שש שעות.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דו זאגסט? דו פרעגסט? איך האב געזאגט ס'איז א דיון דערוועגן. אפנים סאטמאר רב האט פארשטאנען אז לויט'ן גר"א רעכנט מען אנדערש.

זע אשל אברהם תנינא תעז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”