Re: חצות בליל פסח בשנה זו שנה ח' למחזור קטן
ייש"כ פאר דעם א"א.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ייש"כ פאר דעם א"א.
די שיטה אז חצות הלילה איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים איז א שערי ציון (תלמיד ר"ח וויטאל) שער תיקון חצות געבויט אויף די ווערטער פונעם זוה"ק פרשת ויקהל, און ער ברענגט א ראי' צו דעם פון עץ חיים, און די מג"א סימן א' וסימן רל"ג סק"ד נעמט אזוי אן, אבער למעשה קריגט אויף דעם דער רש"ש און די ליקוטי האור, שלמי ציבור, שב יעקב, און אזוי אויך כמעט אלע אנדערע מקובלים אז אפילו לויט די זוה"ק איז די זמן חצות י"ב שעות אחר חצות היום, און די אחרונים אויפ'ן פלאץ (מחצית השקל, יד אפרים, שערי תשובה) ברענגן צו די חולקים אויפ'ן מג"א, און אזוי אויך נעמט אן די שועה"ר.ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 amעס איז דא דריי באוואוסטע שיטות, איינס די באוואוסטע פון רוב פוסקים 12 שעה נאך חצות היום וואס די חמה איז מאמצע הרקיע, דערנאך איז דא די שיטה פון טייל מקובלים אין די זוה”ק אז עס איז אייביג 6 שעה נאך צאת הכוכבים עס ווערט געברענגט אין מג”א לענין עת רצון, דערנאך זענען דא וואס האלטן אז עס איז אינמיטן די צאת און עלות דהיינו די שעות הלילה, אויב מהאלט 72 ביים צאת און עלות מאכט עס נישט קיין נפק”מ און עס איז די זעלבע צייט ווי די ערשטע שיטה משא”כ אויב מגייט לפי האופק ביים צאת אדער עלות.זמנים האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:56 pmאון די צווייטע קשיא איז...
אין ספה"ק נועם מגדים איז דא א פירוש נועם לתולדות פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ז"ל, און אין סוף ספר דברים איז דא א קונטרס 'תמר יפרח' ווי ער ברענגט עובדות והנהגות פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, און אין אות קמ"ח שרייבט ער 'וזכרוני שפעם אחת בלילה הראשונה אחר אכילת אפיקומן אמר שיש שלשה שיטות בענין זמן חצות, שיטה שלנו, ושיטת הגר"א, ועוד שיטה, ועכשיו עלה בידו לאכול האפיקומן קודם חצות של כל שיטה וכו', און אזוי אויך שטייט אין הגדה של פסח דברי יואל אות קצ"ט 'ופ"א אמר בשמחה רבה ב"ה עכשיו עלה לנו לאכול האפיקומן קודם חצות לכל הדיעות'.
איז לכאורה שווער צו פארשטיין, אז בזמן חצות הלילה איז בעצם נישט קיין מחלוקה בין הגר"א לבין שאר השיטות החולקים עליו היכן מחשבין שעות היום, ווייל סיי לויט שיטת הגר"א און סיי לויט די אנדערע שיטות, איז זמן חצות חצי הזמן שבין שקיעת החמה להנץ, וואס איז י"ב שעות אחר זמן החמה בראש כל אדם, ממילא וואס איז שיטת הגר"א שונה פון שיטה שלנו, און אזוי אויך וואס איז די דריטע שיטה. (און בעצם האט מען נישט געהערט פון רביה"ק דא אין אמעריקע בכלל אנדערע זמנים פון וואס מ'האט מפרסם געווען אין די לוח פון התאחדות הרבנים).
קען זיין די סאטמארע רב האט געהאלטן ווי די לעצטע שיטה, לשיטתו איז נישט געווען א נפק”מ משא”כ לשיטת הגר”א בצאה”כ.
דו מאכסט א טעות צווישן חצות היום און חצות הלילה. חצות היום איז ווען חמה בראש כל אדם, אבער חצות הלילה איז נישט מוכרח צו זיין די זעלבע צייט. זע אשל אברהם וואס איך האב אויבן צוגעצייכנט, און ס'איז דאך נאך מראה מקומות אויף דעם, איך האב נישט יעצט די צייט נאכצוזוכן.זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 4:33 pmאון בנוגע די צווייטע שיטה אז חצות איז חצי זמן שבין עלות לצאת, איז די מקור א מאמר מרדכי סימן רל"ג און אזוי אויך ברענגט די ספר דברי יוסף בשם הגה"ק ר' נתן אדלער זצ"ל, און עס איז דא אפאר פריעדיגע מקורות, אבער למעשה איז דא אפענע גמרות אז חצות איז ווען ס'איז חמה בראש כל אדם, און ס'איז זייער שווער צו זאגן אז חצות איז פריער, און אפילו די מנחת כהן וואס זאגט אז צאה"כ איז ווען מ'זעט ג' כוכבים זאגט אויך אז מ'רעכנט שעות היום פון די זעלבע צייט אינדערפרי, און די גר"א וואס אין או"ח סימן רס"א און יו"ד סימן רס"ב ועוד קריגט מיט ר"ת און אלע ראשונים און נעמט אן א פריעדיגע צאה"כ, נעמט אן באו"ח סימן תנ"ט און אין שנות אליהו ברכות פ"א ועוד אז מ'רעכנט שעות היום פון די נץ ביז די שקיעה, און אזוי אויך די סידור הרב וואס נעמט אן שיטת מהר"ם אל אשקר (סימן צ"ו) בשיטת הגאונים, שרייבט אויך אין סידור בהלכות קרי"ש ותפילה אז מ'רעכנט אזוי די זמני היום, אנדערש ווי אין חיבור וואס דארט נעמט ער יא שיטת ר"ת, און אין הלכות קרי"ש ותפילה וכן לענין פלג המנחה רעכנט ער יא די זמנים בין עלות לצאת.
וע"ע בשו"ת מנחת יצחק ח"ד סימן נ"ג אותיות ט"ז-ח"י וסימן נ"ד.
און היות די שיטה איז בפשטות קעגן מפורש'דיגע גמרות, און די פוסקים נעמען עס נישט אן, (חוץ המאמר מרדכי הנ"ל), כנראה אז נישט צו די שיטה האט רביה"ק חושש געווען.
חצות היום איז נישט טייטש 'חמה בראש כל אדם', נאר ווען די טאג האלבט זיך (רש"י בא י"א ד'), נאר די גמרא זאגט אז דעמאלטס איז חמה בראש כל אדם, וואס לויט ר"ת קען עס מיינען האלב טאג וואס מיינט הלכה'דיג טאג, דהיינו פון עלות השחר ביז צאה"כ, און לויט די גר"א מיינט עס די אסטראנאמישער טאג, דהיינו נץ שקיעה, הגם להלכה איז שוין אדורך מער ווי האלב טאג, אבער ווען מ'רעדט פון שעות היום אין חז"ל איז די כוונה מציאות'דיג טאג נישט הלכה'דיג.גרשון האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 5:49 pmדו מאכסט א טעות צווישן חצות היום און חצות הלילה. חצות היום איז ווען חמה בראש כל אדם, אבער חצות הלילה איז נישט מוכרח צו זיין די זעלבע צייט. זע אשל אברהם וואס איך האב אויבן צוגעצייכנט, און ס'איז דאך נאך מראה מקומות אויף דעם, איך האב נישט יעצט די צייט נאכצוזוכן.זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 4:33 pmאון בנוגע די צווייטע שיטה אז חצות איז חצי זמן שבין עלות לצאת, איז די מקור א מאמר מרדכי סימן רל"ג און אזוי אויך ברענגט די ספר דברי יוסף בשם הגה"ק ר' נתן אדלער זצ"ל, און עס איז דא אפאר פריעדיגע מקורות, אבער למעשה איז דא אפענע גמרות אז חצות איז ווען ס'איז חמה בראש כל אדם, און ס'איז זייער שווער צו זאגן אז חצות איז פריער, און אפילו די מנחת כהן וואס זאגט אז צאה"כ איז ווען מ'זעט ג' כוכבים זאגט אויך אז מ'רעכנט שעות היום פון די זעלבע צייט אינדערפרי, און די גר"א וואס אין או"ח סימן רס"א און יו"ד סימן רס"ב ועוד קריגט מיט ר"ת און אלע ראשונים און נעמט אן א פריעדיגע צאה"כ, נעמט אן באו"ח סימן תנ"ט און אין שנות אליהו ברכות פ"א ועוד אז מ'רעכנט שעות היום פון די נץ ביז די שקיעה, און אזוי אויך די סידור הרב וואס נעמט אן שיטת מהר"ם אל אשקר (סימן צ"ו) בשיטת הגאונים, שרייבט אויך אין סידור בהלכות קרי"ש ותפילה אז מ'רעכנט אזוי די זמני היום, אנדערש ווי אין חיבור וואס דארט נעמט ער יא שיטת ר"ת, און אין הלכות קרי"ש ותפילה וכן לענין פלג המנחה רעכנט ער יא די זמנים בין עלות לצאת.
וע"ע בשו"ת מנחת יצחק ח"ד סימן נ"ג אותיות ט"ז-ח"י וסימן נ"ד.
און היות די שיטה איז בפשטות קעגן מפורש'דיגע גמרות, און די פוסקים נעמען עס נישט אן, (חוץ המאמר מרדכי הנ"ל), כנראה אז נישט צו די שיטה האט רביה"ק חושש געווען.
דער חילוק איז פשוט. חצות היום איז א מציאות, ווען די זון איז אינמיטן הימל. חצות הלילה איז אבער נישט קיין שום מציאות, נאר מ'צעטיילט די נאכט אין אן ערשטער העלפט און א צווייטער העלפט, ממילא איז א סברא אז מ'זאל רעכענען די נאכט כמות שהיא און דאס צעטיילן. מצד שני, אפשר רעכנט מען פון ווען די זון גייט אונטער ביז ווען זי שיינט צוריק אויף.
די שיטה פון רעכענען שעות זמניות צווישן נץ-שקיעה זעט מען שוין אין די גאונים, נאר דאס קען האבן צוטון מיט'ן זמן צאת הכוכבים; אויב האלט מען נישט ווי רבינו תם האט נישט קיין פשט צו רעכענען די שעות פונעם עלות. אבער וואס ס'איז יא שווער לויט שיטת מגן אברהם איז אז דער "יום לוה מן הלילה" איז נישט פינקטליך, ווייל א טאג פון צוועלף שעה לויט'ן מגן אברהם קומט אויס אינמיטן ווינטער.
נאך אן אינטערעסאנטע זאך קומט אויס לויט'ן מגן אברהם, אז פלג המנחה ווינטער איז כמעט די זעלבע צייט ווי די שקיעה (ווי דער מג"א מערקט אליין אן). ביי אונז אין קאנאדע, למשל, קומט פלג המנחה אויס אינמיטן ווינטער נאך דער שקיעה, וואס מיינט אז מ'קען נישט צינדן ליכט נאכ'ן פלג פאר דער שקיעה.
הגם ס'איז טאקע דא פוסקים וואס זאגען טאקע אז חצות איז איז פריער, אבער למעשה די גר"א האלט בפירוש נישט אזוי, און אזוי נעמען אן כמעט אלע פוסקים, זע באריכות אין די לענגערע תגובה וואס כ'האב געשריבען.גרשון האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 1:13 pmלאו דווקא. דער טאג פאנגט זיך אן ביים עלות השחר, נישט ביים נץ. די נץ החמה איז נאר נוגע כלפי די שעות היום.יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 11:27 amאה, גערעכט!
כאטש לפי הגר"א ורוה"פ רעכנט מען פון שקיעה ביז הנץ
דאס אז חצות לילה איז אייביג בערך די זעלבע צייט ווי חצות היום איז נישט אזוי פשוט. אויב האלט מען אז נאכט איז פון 13.5 מינוט נאך דער שקיעה (צאת הכוכבים לויט'ן גר"א) ביז'ן עלות השחר, וועט חצות הלילה זיין א האלבע שעה פריער. וכ"ש אויב רעכנט מען עלות השחר מער ווי 72 מינוט (ווי רוב כלל ישראל נעמט היינט אן).
בנוגע די אשל אברהם, די לעצטע צירוף וואס ער ברענגט איז אז מ'קען זיך פארלאזן אויך די זמן חצות פון אר"י, אבער לפי"ז וועט אויסקומען אז חצות ווערט פריער נישט שפעטער, און כנראה וויל ער מצרף זיין אז חצות זאל ווערן שפעטער.
אין אות ע"ה מיינט די רבי טאקע די חצות פונעם שערי ציון, און די רבי צייכענט טאקע צו די מג"א, נאר די רבי זאגט אז די יאר פון יציאת מצרים איז פון ווען ס'איז געווארן לילה ביז האלבע נאכט איז געווען מער ווי זעקס שעה ודלא כמ"ש בארצות החיים סימן א'), ממילא איז די חצות פונעם שערי ציון געווען פריער ווי די חצות זמניות.יצחק הערש האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 7:26 pmאין דברי יואל אויף פסח (שבת חוה“מ אות עה) זאגט די רבי אז עס איז דא 2 וועגן צו רעכענען חצות
שעות שוות מיט שעות זמניות
די רבי זאגט דארט אז די ביי יציאת מצרים איז אויסגעקימען די חצות פון שעות שוות פאר שעות זמניות
אויב די רבי מיינט די שערי ציון'ס חצות, איז אביסל שווער אזוי צו זאגן
סא די רבי שרייבט א זאך וואס למעשה במציאות קען עס נישט שטומען?זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 11:53 pmאין אות ע"ה מיינט די רבי טאקע די חצות פונעם שערי ציון, און די רבי צייכענט טאקע צו די מג"א, נאר די רבי זאגט אז די יאר פון יציאת מצרים איז פון ווען ס'איז געווארן לילה ביז האלבע נאכט איז געווען מער ווי זעקס שעה ודלא כמ"ש בארצות החיים סימן א'), ממילא איז די חצות פונעם שערי ציון געווען פריער ווי די חצות זמניות.
אבער ווי שוין געשריבען איז במציאות נישט שייך אז די חצות פונעם שערי ציון זאל זיין פאר די חצות זמניות (ממילא איז נישט שייך חושש צו זיי צו דעם).
ייש"כ פאר'ן מעורר זיין.וואדקע האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:55 amסא די רבי שרייבט א זאך וואס למעשה במציאות קען עס נישט שטומען?זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 11:53 pmאין אות ע"ה מיינט די רבי טאקע די חצות פונעם שערי ציון, און די רבי צייכענט טאקע צו די מג"א, נאר די רבי זאגט אז די יאר פון יציאת מצרים איז פון ווען ס'איז געווארן לילה ביז האלבע נאכט איז געווען מער ווי זעקס שעה ודלא כמ"ש בארצות החיים סימן א'), ממילא איז די חצות פונעם שערי ציון געווען פריער ווי די חצות זמניות.
אבער ווי שוין געשריבען איז במציאות נישט שייך אז די חצות פונעם שערי ציון זאל זיין פאר די חצות זמניות (ממילא איז נישט שייך חושש צו זיי צו דעם).
אפשר האט די רבי געהאלטן אז לויט די חשבון פון שעות שוות איז חצות אויך אייביג שוהזמנים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 7:47 amייש"כ פאר'ן מעורר זיין.וואדקע האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:55 amסא די רבי שרייבט א זאך וואס למעשה במציאות קען עס נישט שטומען?זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 11:53 pmאין אות ע"ה מיינט די רבי טאקע די חצות פונעם שערי ציון, און די רבי צייכענט טאקע צו די מג"א, נאר די רבי זאגט אז די יאר פון יציאת מצרים איז פון ווען ס'איז געווארן לילה ביז האלבע נאכט איז געווען מער ווי זעקס שעה ודלא כמ"ש בארצות החיים סימן א'), ממילא איז די חצות פונעם שערי ציון געווען פריער ווי די חצות זמניות.
אבער ווי שוין געשריבען איז במציאות נישט שייך אז די חצות פונעם שערי ציון זאל זיין פאר די חצות זמניות (ממילא איז נישט שייך חושש צו זיי צו דעם).
די רבי שרייבט עס אויף די יאר פון יציאת מצרים, און היות מיר ווייסען נישט וויאזוי עס איז דאן געווען, ממילא קען עס יא זיין במציאות.
די כוונה איז געווען אז די רבי האט חושש געווען צו דריי שיטות, און היות לויט די היינטיגע לוח איז די חצות פונעם שערי ציון אייביג שפעטער ווי די חצות זמניות וואס דאס איז די עיקר הלכה, איז לכאורה נישט שייך חושש זיין צו דעם.
איך וועל בעסער מסביר זיין וואס איך האב געמיינט צו זאגען.יצחק הערש האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 10:05 amאפשר האט די רבי געהאלטן אז לויט די חשבון פון שעות שוות איז חצות אויך אייביג שוהזמנים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 7:47 amייש"כ פאר'ן מעורר זיין.וואדקע האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:55 amסא די רבי שרייבט א זאך וואס למעשה במציאות קען עס נישט שטומען?זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 11:53 pmאין אות ע"ה מיינט די רבי טאקע די חצות פונעם שערי ציון, און די רבי צייכענט טאקע צו די מג"א, נאר די רבי זאגט אז די יאר פון יציאת מצרים איז פון ווען ס'איז געווארן לילה ביז האלבע נאכט איז געווען מער ווי זעקס שעה ודלא כמ"ש בארצות החיים סימן א'), ממילא איז די חצות פונעם שערי ציון געווען פריער ווי די חצות זמניות.
אבער ווי שוין געשריבען איז במציאות נישט שייך אז די חצות פונעם שערי ציון זאל זיין פאר די חצות זמניות (ממילא איז נישט שייך חושש צו זיי צו דעם).
די רבי שרייבט עס אויף די יאר פון יציאת מצרים, און היות מיר ווייסען נישט וויאזוי עס איז דאן געווען, ממילא קען עס יא זיין במציאות.
די כוונה איז געווען אז די רבי האט חושש געווען צו דריי שיטות, און היות לויט די היינטיגע לוח איז די חצות פונעם שערי ציון אייביג שפעטער ווי די חצות זמניות וואס דאס איז די עיקר הלכה, איז לכאורה נישט שייך חושש זיין צו דעם.
עס איז טאקע שווער אזוי צו זאגן אבער עפעס א פשט דארף די שטיקל דברי יואל האבן
אזוי ווי דער תניא ברענגט אין סידור ביי ספירת העומר.זמנים האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 11, 2024 12:24 amנאך א נקודה בנוגע ליל שבועות בשנת העיבור.
אין די לוחות פון לאנדאן איז דא צוויי זמנים פאר די עלות השחר, איינס 72 מינוט פאר די נץ אזוי ווי די התאחדות לוח, און די צווייטע איז ווען די זון איז ביי 16.1 מעלות, (ועי' בקונטרס אתא בקר וגם לילה סימן ב' להגאון ר' חנוך דוב פאדווא זצ"ל גאב"ד לאנדאן-ונדפס אח"כ בספרו שו"ת חשב האפוד סימן קמ"ד-שהאריך בביאור השיטות והטעם שקבעו ב' זמנים), און היות אין לאנדאן פון june 2 ביז july 7 למספרם גייט נישט די זון אונטער ביז 16 מעלות, קומט אויס אז בשנת העיבור וואס דאן איז שבועות אייביג נאך june 2, איז לויט די וואס רעכענען די פריעדעגע עלות, ענדיגט זיך שוין די נאכט ביי חצות הלילה!
און בעצם אין מאנטריאל רעכענט מען אויך א פריעדיגע עלות כפי הוראת הגאון ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, אבער דארט איז עס נישט ביי חצות צוליב וואס עס איז נישט אזוי הויעך ווי לאנדאן, און מ'רעכט די עלות ביי 14 מעלות נישט 16, און בכלל איז מבואר אין שו"ת אגורה באהלך עולמים להגרי"י ניימאן (ח"ב סימן קכ"ח) אז די פריעדיגע עלות איז נאר לחומרא אבער שבועות דארף מען ווארטען צו גיין שלאפען (וכ"ש אויב ליינט מען דעמאלטס קרי"ש של שחרית) ביז 72 מינוט פאר די נץ.
וזמן התחלת עמוד השחר מח"י אייר ואילך במדינות אלו הצפוניות הוא בחצות הלילה לכך אין לספור אחר חצות אלא בלא ברכה וזמן זה של ע"ה נמשך כך עד י"ז בתמוז ועד בכלל ולכן משהגיע חצות ליל י"ז בתמוז אסור לאכול:
און אזוי קומט אויך אויס פונעם גר"א או"ח סימן רס"א ויו"ד סימן רס"ב.עלינו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 11, 2024 12:32 amאזוי ווי דער תניא ברענגט אין סידור ביי ספירת העומר.זמנים האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 11, 2024 12:24 amנאך א נקודה בנוגע ליל שבועות בשנת העיבור.
אין די לוחות פון לאנדאן איז דא צוויי זמנים פאר די עלות השחר, איינס 72 מינוט פאר די נץ אזוי ווי די התאחדות לוח, און די צווייטע איז ווען די זון איז ביי 16.1 מעלות, (ועי' בקונטרס אתא בקר וגם לילה סימן ב' להגאון ר' חנוך דוב פאדווא זצ"ל גאב"ד לאנדאן-ונדפס אח"כ בספרו שו"ת חשב האפוד סימן קמ"ד-שהאריך בביאור השיטות והטעם שקבעו ב' זמנים), און היות אין לאנדאן פון june 2 ביז july 7 למספרם גייט נישט די זון אונטער ביז 16 מעלות, קומט אויס אז בשנת העיבור וואס דאן איז שבועות אייביג נאך june 2, איז לויט די וואס רעכענען די פריעדעגע עלות, ענדיגט זיך שוין די נאכט ביי חצות הלילה!
און בעצם אין מאנטריאל רעכענט מען אויך א פריעדיגע עלות כפי הוראת הגאון ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, אבער דארט איז עס נישט ביי חצות צוליב וואס עס איז נישט אזוי הויעך ווי לאנדאן, און מ'רעכט די עלות ביי 14 מעלות נישט 16, און בכלל איז מבואר אין שו"ת אגורה באהלך עולמים להגרי"י ניימאן (ח"ב סימן קכ"ח) אז די פריעדיגע עלות איז נאר לחומרא אבער שבועות דארף מען ווארטען צו גיין שלאפען (וכ"ש אויב ליינט מען דעמאלטס קרי"ש של שחרית) ביז 72 מינוט פאר די נץ.וזמן התחלת עמוד השחר מח"י אייר ואילך במדינות אלו הצפוניות הוא בחצות הלילה לכך אין לספור אחר חצות אלא בלא ברכה וזמן זה של ע"ה נמשך כך עד י"ז בתמוז ועד בכלל ולכן משהגיע חצות ליל י"ז בתמוז אסור לאכול:
דאס יאר בשנת תשפ"ה איז עס די מערסטע בולט, צוליב דעם וואס מ'האט מעבר געווען שנת תשפ"ד, און דאס איז גורם אז יום כיפור איז אקטאבער 12 (למס'), וואס איז די טיפסטע אריין אין די ווינטער וואס עס איז שייך (כמעט), און בעצם איז דא א סברה אז מ'זאל נישט מעבר זיין די אכטע יאר פון די מחזור, וויבאלד לויט תקופת שמואל קומט נאך אויס פסח בחודש האביב, און מ'קען ערשט מעבר זיין די ניינטע יאר פון די מחזור, וואס דאן וואלט יום כיפור דאס יאר געווען סעפטעמבער 12 (למס'), נאר היות מיר רעכענען די קביעות השנה לויט תקופת רב אדא, ממילא איז מען מעבר זיין די אכטע יאר, וואס דאס איז גורם אז יום כיפור פון די ניינטע יאר איז מיט 30 טעג אריין אין די ווינטער. אבער למעשה איז דא א חשש אז די כהן גדול זאל נישט וועלן מעבר זיין די יאר, ממילא האט מען אים נישט געקענט שטעלן בעיבור השנה.אין מושיבין לעיבור השנה לא מלך ולא כהן גדול. מלך מפני וכו'. וכהן גדול מפני הצנה שמא לא תהיה דעתו נוטה לעבר כדי שלא יבא תשרי בימי הקור והוא טובל ביום הכפורים חמש טבילות.