בעזרת השם יתברך האבן מיר צוגעשטעלט א פרישע ווינקל צום הערליכן קרעטשמע - אידישע וועלט פארומס, א פארום וואס וועט דינען אויסצושמועסן און אנאליזירן די היסטאריע פונעם אידישן פאלק, און בכלל די קורות הדורות מימות עולם ועד היום הזה.
אלע אשכולות וואס זענען שוין אין די פארגאנגענהייט געגרינדעט געווארן אויף די ספעציפישע טעמע, זענען אריבערגעברענגט געווארן אינעם נייעם לאקאל דורך די חשוב'ע חברי הנהלה. דער גבאי בית המדרש איז געקרוינט געווארן אלס אחראי צו האלטן דעם פלאץ אין ארדענונג.
עס מוז ווערן אפגעטיילט ימות עולם וועלכע באלאנגט צו רעדן אין בעסמעדרעש דיכּהילאסייני און ימות עולם וועלכע האבן נישט קיין שייכות אהין, וועגן ימות עולם וואס מ'רעדט אין מקוה דארף מען דן זיין אבער ס'זיכער נישט דאס פלאץ אין היימישע קרעטשמע פאר אזעלכע טעמעס ווי ציפערן פון חסידות, אגודת הרבנים וכו', ממילא וואלט מען געדארפט מסדר זיין נאך אן אפטיילונג אין בית המדרש דקהלתינו וועלכע רעדט איבער אידישע/צדיקישע היסטאריע, און ימות עולם וועלכע האבן נישט קיין דירעקטע שייכות צו צדיקים, אבער זיכער אז ידיעות באלאנגט נישט אין היימישע קרעטשמע וועלכע איז מער געמאכט אויף צו שמועסן.
בן בוזי האט געשריבן:

בכבוד רב, בוזי
איהר ברויכט צו פארשטיין, אז ווען מען שמועסט און מען גייט מענין לענין אפילו שלא באותו ענין איז זייער שווער צו טוישן סצענעס, ווען מען זיצט אין בייסמעדרעש און מ'שמועסט פון צדיקים למשל, און פלוצלינג טוישט זיך דער שמועס אויף עפעס אנדערש, לויפט מען עפעס אפאר אין מקוה שמועסן?
די נייע פירצה וואס איז אריינגעברענגט געווארען לגבי די עניני בית החיים דארף זיין אין א אפטיילונג פארזוך. אסאך מאהל וויסעך נישט ווי טעמעס ברוכען צו געהערען. בית המדרש דארף זיין אזוי: ידיעות התורה על הצדיקים ועל ספרים עיירים ועיירות בתי חיים
דער זכור ימות עולם דארף אויך א טשעינדש הבריאה היסטוריה אדער איינגעטיילט לויט די תקופות אבות הקדושים תקופת נביאים כתובים תנאים ואמוראים רבנן סבראי וגאונים ראשונים אחרונים תלמידי בעש"ט (זאל בלייבען ביי על הצדיקים)
אזוי ווי עס איז דא זייער פיל אידן וואס זענען אינטרעסירט אין אינפארמאציע פון פאר'ן צווייטן וועלט קריג, און ווייסן נישט צו וועמען זיך צו מעלדן. פון די אנדערע זייט איז דא פיל אידן - וואס אפילו זענען נישט אזעלכע ידענים - אבער פון זייער שטאט ווייסן זיי זייער פיל. דערפאר בין איך מציע צו עפענען אן אשכול, וואס זאל זיין אויסגעשטעלט לוי'ט'ן סדר אל"ף בית, אויף די נעמען פון אלע שטעט, און יעדער וואס ווייסט פון אן עלטערע יוד, - אדער אפילו פון צווייטן דור אבער האט צו פארקויפן - פון א געוויסע שטאט, זאל ביטע דארט ארויפלייגן די אינפארמאציע, כולל: נאמען, אדרעס, טל. נומבער וכו'. איך בעט די מנהלים, אחראים וכו' אז אויב געפעלט זיי דעם רעיון, אפשר קען זיי אויסשטעלן דעם אשכול עס זאל זיין אויף א מסודרדיגע וועג. יישר כוחכם