בטחון כיצד

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

און יעצט צו די אלע שאלות, למעשה פיין איך אנערקען די חסד ה', למעשה כדארף א ישועה יעצט, קען עס זיכער העלפן?

תשובה: בלי ספק, א מענטש איז מחוייב צו גלייבן און ישועת ה' און חזרן אז סאיז נישט דא קיין מציאות אויסער דער אייבערשטער, ה' האט שוין אנגעגרייט מיין ישועה, און זיך בוטח זיין בישועת השם אז אין מעצור לה' מלהושיע ברב או במעט, פאר השם יתברך איז אלעס די זעלבע, און אז מען איז זיך בוטח, שטייט און פסוק ובטוח בה' ישגב.

איינער וואס פארזיכערט זיך און ה' באמת וועט זיכער געהאלפן ווערן. אזוי שטייט איבעראל, פון די ראשונים ביז תלמודי בעל שם, און סשטייט בפירוש און רבינו יונה, א יעדע צרה זאל זיך א מענטש מצייר זיין די ישועת ה' און דאס אליין וועט ברענגען די ישועה.

אבער, איינער וואס האט די הכרה דלעיל^ באמת, אפילו אויף די קלענסטע מדרגה, פרעגט ניטאמאל די שאלות, ער איז אזוי זיכער אויף די חסד ה" אז ער פילט שוין יעצט אז ער גייט געהאלפן ווערן. (א מין בחינה פון והתענג על ה').

דאס איז זייער גרינג צו שרייבן און עבודה קשה וואס מען דארף לעבן מיט דעם כסדר בעפאר די צרה קומט.
יו"ר שנזכה לזה, ישועת ה' פאר אלע יודן.
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:20 am
בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:24 pm
בועז האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 7:15 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:56 pm
בועז האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:41 pm

ס'איז דא אן הבטחה פון די אלע צדיקים אז ס'מוז זיין אזוי?
איך פרעג ווייל איך ווייס טאקע נישט.
וואס איז פשט פון דיינע ווערטער " איך ווייס נישט" וואס ווייסטו נישט?
viewtopic.php?p=5122504#p5122504

זעה דא וואס גראדע האט פריער געברענגט. זעה, מדריגת האדם אויף בטחון וויאזוי ער זאגט ממש קלאר אזוי.

איך בין נישט דא אויף טרייעל מיט א חיוב צו געבן יא אדער ניין תשובות אויף זאכן וואס גרעסערע ווי מיר האבן שוין קלארגעשטעלט, און איך האב עס זיך איבערצייגט ביי מיר פערזענליך.

טעיק איט אר ליעוו איט.
איך פרוביר צו פארשטיין זאכן, פארדעם פרעג איך די מערסטע ספעציפישע פראגן וואס איך קען. אנשטאטס דעם שפירסטו לכאורה ווי דו ביסט דא אויף טרייעל און איך זיך דיר צו כאפן מיט עפעס און פארדעם באקום איך אזעלכע האלבע תירוצים. לא עליך המלאכה לגמור, מוזט נישט פארשטיין און וואלסט מיר געקענט דאס זאגן פון גאנץ אנהויב.
לעצם הענין די אלע מקורות וואס זאגן אז א שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער וועט טון די הצטרכותער וועט טאקע צוברענגן דערצו. וואס דארף מען מער פון דעם אז ממאכט א ברכה יעדן טאג שעשה לי כל צרכי. בכל אופן איז פשוט אז הצטרכותער איז נישט כולל אלעס וואס דער מענטש וויל, און עס איז אויך נישט כלל אז אויב א מענטש האט ביטחון מוז דער אייבערשטער טאקע אים צושטעלן. יא חסידישע ספרים ברענגן אז ביטחון אליין האט א גאר שטארקע השפעה אבער דאס איז נישט די איינציגסטע שיקולים וואס איז דא. ס'איז קלאר אז לא מחשבותי מחשבותיכם, ווי האט דער קאצקער געזאגט אזא גאט וואס איך קען פארשטיין וואס ער טוט וויל איך נישט דינען.
בסדר. בעת וואס איך האב פרובירט מסביר צו זיין וואס שטייט ביסטו אריינגעקומען אביסעל אגרעסיוו און איך האב מער נישט געזעהן די תועלת פון די הין-און-צוריק. עניוועי, לאמיר עס צוזאמנעמען..

דאס איז זיכער אז אמונה איז ווען ס׳איז קלאר פאר די מענטש, בשכל, די ערשטע אני מאמין.

דאס איז אויך זיכער אז בטחון טייטשט ווען די אמונה איז אזוי קלאר אז ער שפירט עס ברמ״ח איבריו און איז מקבל די הנהגת השם מיט רוהיגקייט. ער שפירט בחוש וויאזוי דער אייבערשטער פירט אים. די בטחון ברענגט אויף אים אזא שלווה ווי ווען זיין חסרון איז שוין נתמלא געווארן.

דאס איז אויך זיכער אז זיך פארלאזן אויף השי״ת כגמל עלי אמו אויף סיי וועלכע זאך, האט אין זיך אזא מאכטפולע כוח אז דאס אליין קען מבטל זיין גזירות און טוישן די טבע, אפילו אויב די מענטש איז עס נישט ווערד. דאס זעהט מען בפירוש אין גאר אסאך ספרי קדמונים.

יעצט אויף די שאלה אויב בטחון גייט בהכרח ברענגען די ישועה וואס ער דארף - ס׳איז קלאר אז מען האט געזעהן אזא הנהגה ביי פריעדיגע, און ס׳איז ידוע כמה מעשי ניסים ביי צדיקים וואס זענען געגאנגען ממש נאר מיט דעם, אבער איך ווייס נישט צו דאס איז געמאכט פאר אנשים כערכנו. פון מדריגת האדם איז משמע אז יעדער קען דאס פועלן אבער איך האב נישט געזעהן פון אנדערע וואס האבן דאס אוועקגעשטעלט אלץ א נחלת הכלל. איך ווייס באמת נישט די תשובה אויף דעם.
איך מיז מגיב זיין דא, ועל הכלל כולו יצא.
סאיז א שאד צו ענטפערן ווייל " די בטחון שטיק" איז נישט עפעס א "סגולה" וואס מען דארף טון × און מען ווערט געהאלפן... אקעי איך האב "בטחון" נא ווי איז די ישועה?

איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן פון די אלע קושיות איז מוכח איין זאך א חסרון און אמונה וביטחון עשא"כ איז דא די קשיות.

אשע"כ בעז"ה וועל איך פרובירן צו שרייבן וואס איז און מיין מיינד.

איינער וואס האט ביטחון
1) פארשטייט און אנערקענט שטענדיג אז אלעס איז פון אייבערשטען, און חס ושלום ווען סגעשעט א צרה ל"ע די ערשטע זאך אנערקענט מען און מען זאגט רבונו של עולם איך האב באקומען די מעדזעדזש און איך טוה תשובה - ראה ענני ועמלי ושא לכל חטותי.

2) איך פארלאז מיר און איך בין בטוח אז נאר דיר קענסט און וועסט מיך העלפן.

פון די אלע שאלות דא איז ניכר אז עס פעלט אן הכרה אז דער אייבערשטער איז אינזער טאטע, אבינו אב הרחמן!!

פונקט ווי דיינע קינדער האבן ביטחון אויף דיר אז די וועסט זיי געבן פרישטאג און זיי זענען בכלל נישט אנגעצויגן צו נעקסטע חודש וועט זיין ברויט אינדערהיים, אדער צו די וואסער וועט נישט ווערן אפגעהאקט וכ"ו

טאטעלע, השם יתברך שטעלט דיר שוין צו אלע דיינע צרכים פאר לאנגע יארן נאך במעי אמך, ווילאנג די האסט נישט די הכרה האלסטו פאר א.

און יעצט ניצענדיג די משל, מארגן צופרי דיין קינד שטייט אויף אינגאנצען דערשראקן און פארזארגט, טאטע גייט זיין שבועות צופרי חלה? די ענטפערסט שעפעלע זיכער וועט זיין סקומט גוטע זאכן לכבוד יום טוב, אביסל שפעטער שוין ווידער אנגעצויגן טאטי אר יו שאר? איך בין נישט 100 פראצענט אז סוועט זיין חלה דעי יום טוב.. איך האב ענעקסייעטי וואס איך זאל טון.. אזוי קיק מיר אינז נעבעך אויס...

איינמאל די וועסט האבן די הכרה אוון א געזינטע ביטחון נפשי כגמול עלי אמו מיט ה' וועט אוטאמאטיש שוין נישט זיין
קיין שאלות צו "מען קען" האבן ביטחון און ה'.
זייער א שיינע משל אבער בכלל נישט דומה לנמשל. די ריכטיגע משל וואלט געווען צו זאגן אז א קינד זאל זיין זיכער אז דער טאטע וועט אים נישט נעמען צום דענטיסט, ווייל ס'טוט אים דאך וויי, בעת וואס דער טאטע פלאנט אים אוודאי יא צו נעמען ווייל ער פארשטייט אז דאס איז פארן קינד'ס טובה.

און דאס איז וואס כ'האב געפרעגט און כ'בין נאכאלץ נישט קלאר אין די נקודה.
יעדע זאך נעמט צייט
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

איינס האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 9:54 pm
בועז האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:29 pm
אויב א מענטש וואס איז קראנק פון קענסער גייט האבן ביטחון אינעם אייבערשטען אז ער וועט אים צושיקן א ישועה "מוז" זיין אז ס'גייט טאקע זיין אזוי.
ריכטיג?
אויב וועט ער האבן אמונה און בטחון מוז זיין אז סגייט אים זיין גוט.
ער וועט האבן שלוות הנפש און הרחבת הדעת אפגעזען זיין געזונט צושטאנד.
סאו צו סאמערייזן: נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק", שטימט?
יעדע זאך נעמט צייט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:07 am

בטחון נישט, אמונה יא.

באט סאיז נישט ריכטיג צי זאגן נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק".

א מענטש קען האבן בטחון אז דער באשעפער גייט אים אויסהיילן, ער קען לעבן אזוי פארזיכערט אין דעם אז ער זאל דאס גלייבן אזוי קלאר ווי ער גלייבט אז די זון וועט מארגן אויפשיינען.

די שאלה איז נאר צי דעמאלטס איז 100% אז סגייט געשען.
איני יודע. ביי מעשר שטיין בחנוני נא בזאת, דאכצעך ביי אנדערע זאכן שטייט אז סאיז אפילו א סכנה, תורה ומצוות זענען נישט קיין טעסט (אויסער ביי מעשר).

אבער וואס איז יא זיכער איז אז ער גייט האבן א גוט לעבן און זיין צופרידן.
געזונטהייט געלט כבוד אדער סיי וואס זענען נישט דאס וואס מאכן א מענטש לעבן גוט, והמציאות יוכיח לב׳ הצדדים.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך מאי 29, 2024 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:09 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:07 am
איינס האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 9:54 pm
בועז האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:29 pm
אויב א מענטש וואס איז קראנק פון קענסער גייט האבן ביטחון אינעם אייבערשטען אז ער וועט אים צושיקן א ישועה "מוז" זיין אז ס'גייט טאקע זיין אזוי.
ריכטיג?
אויב וועט ער האבן אמונה און בטחון מוז זיין אז סגייט אים זיין גוט.
ער וועט האבן שלוות הנפש און הרחבת הדעת אפגעזען זיין געזונט צושטאנד.
סאו צו סאמערייזן: נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק", שטימט?
בטחון נישט, אמונה יא.

באט סאיז נישט ריכטיג צי זאגן נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק".

א מענטש קען האבן בטחון אז דער באשעפער גייט אים אויסהיילן, ער קען לעבן אזוי פארזיכערט אין דעם אז ער זאל דאס גלייבן אזוי קלאר ווי ער גלייבט אז די זון וועט מארגן אויפשיינען.

די שאלה איז נאר צי דעמאלטס איז 100% אז סגייט געשען.
איני יודע. ביי מעשר שטיין בחנוני נא בזאת, דאכצעך ביי אנדערע זאכן שטייט אז סאיז אפילו א סכנה, תורה ומצוות זענען נישט קיין טעסט (אויסער ביי מעשר).
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
יעדע זאך נעמט צייט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6748
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

תגובה דורך בניהו »

געזונטהייט געלט כבוד אדער סיי וואס זענען נישט דאס וואס מרכא א מענטש לעבן גוט, והמציאות יוכיח לב׳ הצדדים.
נאופ, דאס איז אומריכטיג.

דאס צוזאמשטעלן כבוד מיט געזונט איז בכלל אינגאנצן אףף. געזונט, פרנסה כדי חייו וכדו זענען זאכן וואס מ'מוז האבן און ס'איז בלי ספק אז א מענטש דארף לעבן מיט בטחון ממש אז דער אייבערשטער גייט עס אים ממלא זיין.
אני הוא הנער, נער המדבר
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

This is from the holy Sefer Likutim Yekurim by the Magid Hakodosh miRopshitz ztz"l.
Likutim Yekorim.jpg
Likutim Yekorim.jpg (227.9 KiB) געזען 293 מאל
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנו: (תהלים פרק לב פסוק י).
לעצט פארראכטן דורך retiredprofessor אום מיטוואך מאי 29, 2024 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:57 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנו: (תהלים פרק לב פסוק י).

https://www.google.com/search?q=%D7%95% ... e&ie=UTF-8
איך ווער שוין אביסל הייזעריג פון איבערזאגן אזויפיל מאל די זעלבע זאך...

אוודאי דארף א איד שפירן רואיג אז דער באשעפער וועט אים טון נאר גוט, און זיכער אז דאס איז ממשיך ישועות, ווי מ'זעט טאקע פון דעם פסוק וואס דו ברענגסט. אבער וויאזוי איז שייך צו האבן 'בטחון' אויף עפעס וואס איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען? איך רעד נישט פון האבן בטחון אז ס'גייט זיין גוט, נאר פון האבן בטחון אז דאס וואס איך וויל און האף וועט טאקע פאסירן.
יעדע זאך נעמט צייט
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:01 pm

You can type instead...

Right. As I have cited from the Ropshitzer Tzadik, and other's from the Chazon Ish.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6748
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:01 pm
retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:57 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנו: (תהלים פרק לב פסוק י).

https://www.google.com/search?q=%D7%95% ... e&ie=UTF-8
איך ווער שוין אביסל הייזעריג פון איבערזאגן אזויפיל מאל די זעלבע זאך...

אוודאי דארף א איד שפירן רואיג אז דער באשעפער וועט אים טון נאר גוט, און זיכער אז דאס איז ממשיך ישועות, ווי מ'זעט טאקע פון דעם פסוק וואס דו ברענגסט. אבער וויאזוי איז שייך צו האבן 'בטחון' אויף עפעס וואס איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען? איך רעד נישט פון האבן בטחון אז ס'גייט זיין גוט, נאר פון האבן בטחון אז דאס וואס איך וויל און האף וועט טאקע פאסירן.
דוד המלך נוצט די משל כגמול עלי אמו פאר א סיבה. טאקע ווייל א קינד מאכט נישט די חשבונות, ער קוקט נישט וואס גייט פאר ביי אנדערע, און חשבונ׳ט נישט וויאזוי און ווילאנג עס האט גענומען צו באקומען דאס עסן פאריגע מאל. יעצט איז דאס קינד הונגעריג, ער וויינט און ער ווייסט אז דאס עסן גייט קומען.

דזשאסט גיי דערמיט, אן חשבונות.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:09 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:07 am
איינס האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 9:54 pm
בועז האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:29 pm
אויב א מענטש וואס איז קראנק פון קענסער גייט האבן ביטחון אינעם אייבערשטען אז ער וועט אים צושיקן א ישועה "מוז" זיין אז ס'גייט טאקע זיין אזוי.
ריכטיג?
אויב וועט ער האבן אמונה און בטחון מוז זיין אז סגייט אים זיין גוט.
ער וועט האבן שלוות הנפש און הרחבת הדעת אפגעזען זיין געזונט צושטאנד.
סאו צו סאמערייזן: נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק", שטימט?
בטחון נישט, אמונה יא.

באט סאיז נישט ריכטיג צי זאגן נישטא אזא זאך "איך האב בטחון אז דער באשעפער וועט מיך אויסהיילן פון דעם קרענק".

א מענטש קען האבן בטחון אז דער באשעפער גייט אים אויסהיילן, ער קען לעבן אזוי פארזיכערט אין דעם אז ער זאל דאס גלייבן אזוי קלאר ווי ער גלייבט אז די זון וועט מארגן אויפשיינען.

די שאלה איז נאר צי דעמאלטס איז 100% אז סגייט געשען.
איני יודע. ביי מעשר שטיין בחנוני נא בזאת, דאכצעך ביי אנדערע זאכן שטייט אז סאיז אפילו א סכנה, תורה ומצוות זענען נישט קיין טעסט (אויסער ביי מעשר).
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
סאיז צוויי שאלות
1) קען א מענטש לעבן מיט א זיכערקייט אז ער גייט ווערן אויסגעהיילט?
2) אויב איינער איז זיכער גייט עס געשען?

לכאורה אויב די צווייטע איז די ענטפער ניין, ווי אזוי קען זיין די ערשטע זאל זיין יא.

דאס איז אבער נאר ווען איינער האט אפגעמאכט אז ״איך מוז זיין געזונט״. און דאס איז אבסעלוט.
אויב לעבט ער אזוי האט ער נישט קיין ריכטיגע אמונה בה׳ (בטחון אפשר יא אבער נישט אמונה) ווייל אמונה בה׳ מיינט אז איך גלייב און ווייס אז דער אויבערשטער טוט דאס בעסטע פאר מיר און אנדערש קען נישט זיין און אויב וועט זיין אנדערש וועט מיר זיין סאך ערגער.

מיט זיינע אויגן איז דאך פשוט אז זיין געזונט מיינט גוט, און אויב גלייבט ער באמונה אז דער פון אויבן מאכט פאר אים גוט און וועט מאכן פאר אים גוט מוז דאך זיין אז ער גייט ווערן אויסגעהיילט און דערפאר איז ער פארזיכערט אז ער גייט ווערן אויסגעהיילט.

אבער דא קומט אריין איין נקודה, ווען א מענטש איז מאמין ובטוח בה׳ איז ״זיין געזונט״ (אדער פונקטליכער, זיין שכל) בכלל נישט קיין אבסעלוט זאך אז דאס איז גוט, און ממילא האט ער אמונה און בטחון אז ס׳וועט אים זיין גוט (לאו דוקא אז ער גייט זיין געזונט). און וויבאלד מיט זיין ארימע שכל איז געזונט גוט איז ער פארזיעכרט אז ער גייט זיין געזינט. אבער סאיז דא איין זאך וואס ער איז קיינמאל זיכער און דאס איז צי געזונט איז גוט פאר אים צי נישט.

איך וואלט דאס צאמגענומען אזוי:
ער איז בטוח אז ס׳גייט אים זיין גוט.
ער איז מאמין אז דער באשעפער טוט מיט אים נאר גוט.

נאכדעם ברענגט ער אריין זיין שכל און מאכט קאלקעלעישנס, כאטש ער ווייסט אז ס׳קען זיין ער איז נישט גערעכט.
ער פארשטייט (און האפט...) אז געזונט איז גוט פאר אים.
און ממילא מיט די אויבערשטע נקודות (אז ער מאמין ובטוח אז דער אויבערשטער טוט אים און וועט טון גוט) איז ער יעצט פארזיכערט ביי זיך אז ער גייט ווערן געזונט.

אבער וויבאלד זיין אמונה אווערייט זיין שכל איז דאס נישט קיין עקספעקטעישן וואס ס׳מוז געשען, און אויב געשעט עס נישט איז ער ווייטער מאמין ובטוח אז ס׳איז גוט און וועט זיין גוט.

וואס איז אבער איינמאל זיכער אז א מענטש וואס קומט צי צי אזא מדריגה איז עני וועי מוראדיג רואיג און צופרידן. און דאס איז דאך דער עיקר וואס ער וויל מלכתחילה.

איך האף איך בין קלאר. ווייל דו ביסט גערעכט אז אין א וועג קומט דא אויס א פראדוקס אז א מענטש איז פארזיכערט אין א זאך כאטש ער איז רואיג ביי זיך אפילו אויב סוועט נישט געשען.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:19 pm

קריסטאל קלאר!
יעדע זאך נעמט צייט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:01 pm
retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:57 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנו: (תהלים פרק לב פסוק י).

https://www.google.com/search?q=%D7%95% ... e&ie=UTF-8
איך ווער שוין אביסל הייזעריג פון איבערזאגן אזויפיל מאל די זעלבע זאך...

אוודאי דארף א איד שפירן רואיג אז דער באשעפער וועט אים טון נאר גוט, און זיכער אז דאס איז ממשיך ישועות, ווי מ'זעט טאקע פון דעם פסוק וואס דו ברענגסט. אבער וויאזוי איז שייך צו האבן 'בטחון' אויף עפעס וואס איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען? איך רעד נישט פון האבן בטחון אז ס'גייט זיין גוט, נאר פון האבן בטחון אז דאס וואס איך וויל און האף וועט טאקע פאסירן.
מיט דיין שאלה דא ברענגסטו ארויס זייער גוט די נקודה.

א מענטש וואס האט אמונה און בטחון זיכט בכלל נישט צו זיין פארזיכערט אז דאס וואס ער ווילדאס זאל פאסירן.
כל זמן ער איז נאך סטאק אז נאר דאס וואס ער וויל דאס דארף פאסירן מיינט אז זיין אמונה אז דער אויבערשטער טוט מיט אים נאר גוט איז נאכנישט אויסגעארבעט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

אין אנדערע ווערטער: אפילו אויב דו ביסט נישט זיכער אז ער וועט דיר געבן וואס דו ווילסט, ביסטו זיכער אז דער איינציגסטער צו וועמען צו ווענדן איז צו אים, ווייל ער וועט דיר העלפן און נאנט-ברענגען צו וואס דו דארפסט באמת - אין דעם וועג אָדער אין אנדערן. איר קענט נאָך האָפֿן אַז עס זאָל זיין אין די וועג וואָס איז מערסט גינסטיג פֿאַר דיר (און אפילו גיין אַרום מיט די הרגשה אַז איר זענט אַ געהאָלפענער).
In other words: even if you are not sure that he is going to give you what you want, you are sure that the only one to whom to turn to, is to him, because he's gonna help you - to what you really need - in this way or in another. You can still hope that it should be in the way that's most favorable for you (and even walk around with the Hargosho that you are a GeHolfener).

in andere verter: afilu aoyb du bist nisht zikher az er vet dir gebn vas du vilst, bistu zikher az der eyntsigster tsu vemen tsu vendn iz tsu im, veyl er vet dir helfn - tsu vas du darfst bams - in dem veg oder in andern. ir kent nokh hofn az es zol zeyn in di veg vos iz merst gintsik far ir (aun afilu geyn arum mit di hargosho az ir zent a geholfener).
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6748
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:32 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:01 pm
retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:57 pm
שמעי' לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:11 pm
זייער נישט קלאר. אויב איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען, דאן וויאזוי קען מען זיין פארזיכערט דערין?
רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנו: (תהלים פרק לב פסוק י).

https://www.google.com/search?q=%D7%95% ... e&ie=UTF-8
איך ווער שוין אביסל הייזעריג פון איבערזאגן אזויפיל מאל די זעלבע זאך...

אוודאי דארף א איד שפירן רואיג אז דער באשעפער וועט אים טון נאר גוט, און זיכער אז דאס איז ממשיך ישועות, ווי מ'זעט טאקע פון דעם פסוק וואס דו ברענגסט. אבער וויאזוי איז שייך צו האבן 'בטחון' אויף עפעס וואס איז נישט זיכער אז ס'גייט געשען? איך רעד נישט פון האבן בטחון אז ס'גייט זיין גוט, נאר פון האבן בטחון אז דאס וואס איך וויל און האף וועט טאקע פאסירן.
מיט דיין שאלה דא ברענגסטו ארויס זייער גוט די נקודה.

א מענטש וואס האט אמונה און בטחון זיכט בכלל נישט צו זיין פארזיכערט אז דאס וואס ער ווילדאס זאל פאסירן.
כל זמן ער איז נאך סטאק אז נאר דאס וואס ער וויל דאס דארף פאסירן מיינט אז זיין אמונה אז דער אויבערשטער טוט מיט אים נאר גוט איז נאכנישט אויסגעארבעט.
אזוי ווי איך האב געשריבן דא

viewtopic.php?p=5113106#p5113106
אני הוא הנער, נער המדבר
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Right, but it is true even on life or death issues ch"v, because if the death is good for a person, he should be mekabel mesiras nefesh beahava. I don't know from where you took the Chiluk and made another machlokes between Chasidim and Misnagdim, bifrat that the Chazon Ish is definitely not Cholek on a Posuk.
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:40 pm
זענען דא גענוג מענטשען וואס נאטורלעך זענען זיי טעיק איט איזי מענטשען. האט גארנישט מיט בטחון.
וואס האט דער מיט בטחון מער פון זיי?
Kirvas Elokim, which is the main goal. And the reason why we are notified that there is something to ware about.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

צ"ק

איך ארבעט אויף א וויקלי פעי טשעק, און דאס איז מיין איינציגסטע אינקאם.
וויאזוי קען איך האבן בטחון אז די אייבערשטער גייט מיר שיקן לויט מיין געברויך?
איך גיי נישט באקומען יעצט קיין רעיז, איך קויף נישט די לאטעריע עס צו קענען געווינען, איך ווייס און זעה אז אין די קומענדיגע האלבע יאר גייט דאס זיין מיין אינקאם.

ס'נישט דא פון ווי נאך איך זאל קענען פארדינען.

וויאזוי איז מען זיך מחזק?
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זושא צוקער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:50 pm

דו דארפסט ארבעטן אויף דיין אמונה אז ער שיקט דיר וויפל דו ברויכסט און ער וועט דיר אייביג שיקן וויפל דו ברויכסט.
איינמאל דו וועסט דאס וויסן קלאר און גלייבן באמת וועסטו אטאמאטיש האבן בטחון אז ער גייט דיר עס שיקן. (דו וועסט ניטאמאל דארפן טראכטן וויאזוי גייט ער דאס שיקן. בד״ו ער איז זייער קריעיטיוו און האט גאר געלונגענע בייפעלער וויאזוי צו שיקן וואס ער וויל שיקן...)

איז עס נישט אזוי, אז ער שיקט דיר טאקע וויפיל דו ברויכסט?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך מאי 29, 2024 2:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:51 pm
זושא צוקער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:50 pm
צ"ק

איך ארבעט אויף א וויקלי פעי טשעק, און דאס איז מיין איינציגסטע אינקאם.
וויאזוי קען איך האבן בטחון אז די אייבערשטער גייט מיר שיקן לויט מיין געברויך?
איך גיי נישט באקומען יעצט קיין רעיז, איך קויף נישט די לאטעריע עס צו קענען געווינען, איך ווייס און זעה אז אין די קומענדיגע האלבע יאר גייט דאס זיין מיין אינקאם.

ס'נישט דא פון ווי נאך איך זאל קענען פארדינען.

וויאזוי איז מען זיך מחזק?
דו דארפסט ערשט ארבעטן אויף דיין אמונה אז ער שיקט דיר וויפל דו ברויכסט און ער וועט דיר אייביג שיקן וויפל דו ברויכסט.

איז עס נישט אזוי, אז ער שיקט דיר טאקע וויפיל דו ברויכסט?
מיט אסאך חובות...
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צום אלעס ערשט: זאלסט עס קענען גרינג באצאלן.

אבער לעניננו, ובכן?

דו האסט אפגעמאכט אז האבן חובות איז א פראבלעם. הייבט זיך נישט אן.

דו האסט א חוב וואס דו דארפסט היינט באצאלן און דו האסט נישט די געלט? נו אויף דעם דארף מען ארבעטן אז די אמונה זאל דיר מאכן רואיד אז די געלט גייט זיין, צו דער זייט תפלה והשתדלות.

(איך רעד ווי כאילו איך בין אויסגעארבעט אין דעם... איך ברענגט נאר ארויס די פוינט, כאטש איך ווייס איך האב נאך ביי מיר א לאנגע וועג)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך מאי 29, 2024 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:54 pm
צום אלעס ערשט: זאלסט עס קענען גרינג באצאלן.

אבער לעניננו, ובכן?

דו האסט אפגעמאכט אז האבן חובות איז א פראבלעם. הייבט זיך נישט אן.
אמן!

אז מ'קען נישט קויפן אלע וויכטיגע זאכן איז עס א גרויסע פראבלעם!
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

It might be a message that I should start to look around for more income, and be Botuach that Hashem would help me in one way or another, even while things sound dark.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בטחון כיצד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גייען מיר צוריק.
דו האסט אפגעמאכט וואס וויכטיג איז, ער ווייסט אבער וואס איז וויכטיג און וואס נישט.

ווי געשריבן פריער, מען קען נישט האבן א ריכטיגע בטחון פאר די אמונה איז פעלדזן פעסט אז דער אויבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר און ער געבט מיר וואס איך דארף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”