איך האלט איז דער חרדישער עולם גלייבט אין ביאת המשיח' פון ווי ווייס איך עס? ווייל קיינער האט מאכט נישט קיין פלאן פאר האוזינג ווייל משיח וועט קומן עני רגע
דאס וואס מען בויט יא איז פשוט פארן יעצטיגן געברויך סא מיין מייננוג איז אז יעדע אפעניונג פאר הייזער איז דא אן געברויך דערפאר.. זאל עס זיין א עיר ואם בישראל אדער א געגענט נאר פון 200 הייזער וכל המוסיף מוסיפין
(כקען נישט כאפן אין וועלעכע וועג זאל בלומבערג נישט ווערן פארעכנט אלטס הצלחה, פשוט אלטס דאס אז ווען נישט דאס מקום ווי וואלט מען אריינגעשטופט אפי' נאר 100 משפחות אין די אויסגעוואקסענע היימישע געגענטער?)
די אמאליגע פריצים ימ''ש האבן געזאגט פארן פארצייטישן מאשקע: גיידיר פון דא איך קען היינט שוין באקומען מער פאר די ארענדער!! און וואס זאגן רח''ל די היינטיגע אידישע לענלארדס פאר זיינע אייגענע אידישע ברודערס??!