און גאט לאכט
וואס פארשטייט ער אין ערב פסח׳דיגע זמנים? ווען זי האט מיר געבעטן איך זאל מיטנעמען מיין קליינעם ווען איך לויף ארויס צאמקויפן איר אנגעגרייטע ליסטע, פארקויף אים אים די בריזדש איבער א שפאציר און מיר גייען.
ער זעצט זיך אריין אין פראנט סיעט. מיינע בעטערייען אז טאטי קען באקומען א טיקעט העלפן א רעטעך. א טיקעט איז עפעס וואס ביי קינדער איז א גוטע זאך, סאו אדרבה. עניוועי איך פאר דא צוויי גאסן לאז איך אים אזוי, און ער פילט זיך משה גרויס, ער בעלט זיך צו און מען פארט ארויס.
די פאון איז קענעקטעט און איך צינד אן עפעס זאל שפילן אין די בעקראונד. לוי זינגט דארט עפעס וועגן וויליאמסבורג, די מוזיק שפילט און דער קליינער דרייט ארויף די וואליום. העכער, העכער, העכער, העכער…. זיין שמייכל אויסגעצויגן אויפן אויער האט מיר נישט געלאזט שרייען אויף אים (אויך לכאורה ווייל איך בין געווען אין א גוטע גוסטע. ומכלל הן אתה שומע לאו. קומט אונז טאטעס צוויי גוטע פעטש ווען אונז געבן זיך אויס אויפן מחוצף. נו, גיי פיקס די וועלט.)
האב איך אבער אראפ געדרייט מיט די קנעפלעך אויפן סטירינג וויעל.
ס׳איז אים געפאלן די געים, איך מאך שטילער און ער מאכט העכער.
עט סאם פוינט האט ער פאלוירן טרעק, און געווארן צעמישט, צי ווען מען דרייט רעכטס ווערט העכער אדער ווען מען דרייט לינקס. דרייט ער רעכטס, לינקס, איך רוק אראפ און צוריק ארויף צו האלטן די באלאנס. זעענדיג אז ער איז ענערדזשייזד און ארבעט שווער צו אויפהייבן די גאס גייערס געמיטער מיט לעבעדיגע מוזיק, האב איך אראפ געריקט די וואליום אויף מיין פאון. ער דרייט ארויף אראפ, זיין שמייכל איז פון דא ביז קאנערעסי, ער איז זיכער אז ער פאפט מיך אויס. און איך לאך מיר אונטער.
איך באטראכט אים אזוי, און פרוביר אריינגיין אין זיין קאפ, ער איז זיכער אז ער האט עס, א מינוט איז ער זיכער אז ער האט אויסגעטראפן דעם מהלך, אויב דרייט מען רעכטס גייט ארויף די וואליום, און אויב דרייט מען לינקס גייט עס אראפ. א מינוט שפעטער זעט ער אז עפעס ארבעט עס נישט, און ס׳ווערט נאר שטילער און שטילער, דרייט ער די צווייטע זייט, דערווייל דריי איך ארויף די וואליום אויפן פאון און ער איז זיכער אז יעצט האט ער געכאפט די נקודה, אויב דרייט מען לינקס גייט ארויף די וואליום. וחוזר חלילה. וחלילה. וחלילה. און איך לאך מיר א גוטס פון זיינע שטותים.
האב איך מיר געכאפט אז נישט אנדערש זע איך אויס. דער חילוק איז נאר אז מיין געים איז א לענגערע, עס נעמט נישט צוויי מינוט נאר זיבעציג יאר.
צוויי יאר פיר איך די וועלט און איך בין זיכער אז איך האב עס געמאכט, א יאר דערנאך טרעף איך א נייעם ריכטונג, און נאך צוויי דריי יארן שטומט ווייטער עפעס נישט, איך דריק דאך אלע קנעפלעך לויט מיין מהלך, און פאריגע מאל האט עס געארבעט. מאדנע. גיימיר טוישן א פרישן מהלך און פרישע סטראטעגיעס.
און דערווייל זיצט טאטי און לאכט א גוטס. אוי לאכט ער!
כאפסט טאקע נישט אז איך האב קאנטראל אינדרויסן פון דיין באקס? איך האב שוין אפגעמאכט פון פריער ווי הויעך די וואליום זאל זיין, אויב דרייסטו ארויף אויף דיין קנעפל וועל איך אראפדרייען מיינס, דער תוצאה וועט בלייבן מיינס, ארבעט נישט אזוי שווער ווייל איך האב שוין אפגעמאכט וואס ס׳איז גוט פאר דיר.
—-
קעי, קעי, שריי נישט די העכטע מעשה איז געווען ביים ווארטן אין פארקינג לאט זי זאל ארויסקומען פון א סטאר. איך לאז נישט מיין קליינער זיצן אין די פראנט סיעט.