**בלויז נייעס** איראן אטאקירט ארץ ישראל - ו' ניסן תשפ"ד
מנהלים ביטע אריבערפירען דא
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קעפל: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:
איש ציון האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:30 pmדאס איז די ערשטע תגובה פון די מלחמה יעצט מוצאי שבת
ליינט פון דא אין ווייטער
viewtopic.php?p=5036476#p5036476
קעפל: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, ארום 1,200 קרבנות הי"ד - שמח"ת תשפ"דאת פתח לו האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:54 pmקעפל: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:
איש ציון האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:30 pmדאס איז די ערשטע תגובה פון די מלחמה יעצט מוצאי שבת
ליינט פון דא אין ווייטער
viewtopic.php?p=5036476#p5036476
פיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 13, 2024 8:38 pmקורצן ס"ה פאר די אידן וואס קומען יעצט אן
מוצאי שבת איז די דראמא און פאניק אין ארץ ישראל ארויף צו די העכסטע שטאפלען באלד ווען די מדינה האט געמאלדן אז אלע סקולס גייען זיין פארמאכט ביז מאנטיג, און אמעריקאנער אפישלס האבן געשאצט אויף א מאסיווע איראנער אטאקע אין די נאנטע שעות,
ארום 11.30 ביינאכט האט איראן ארויסגעשאסן די ערשטע באראזש פון צענדליגער דראונס באגלייט מיט א ווארימע ברכה פון דער הויפט אייתאלע חמינאי, די דראונס זענען געזעהן געווארן אין איראק און און נאך פלעצער און זענען מער ווייניגער געווארן אראפגעשאסן אויפן וועג, בשעת ווען איין דראון איז געפאלן אין ירדן און געהארגעט 3 ירדענער בירעגער (אם ד' לא ישמור עיר)
ארום 1.30 ביינאכט האט איראן געשאסן חוץ פון די דראונס און מיסלס אויך א בארזש פון כאטש "100 באליסטישע מיסלס" זייענדיג די גרעסטע באליסטשע מיסל אטאקע אין די וועלט אין היסטאריע, און דאס האט אויפגעוועקט כמעט גאנץ מד"י מיט פייפערייען און ווילדע שיסערייען פון די "חץ" אנטי-מיסל סיסטעם, (וואס האט שוין ביז די שעה אפגעקאסט איבער 400 מילאן שקלים) ווען כמעט אלע באליסטישע מיסל זענען געווארן אראפגעשאסן און בלויז 7 מיסלס זענען געפאלן אין "נבטים עירקרעפט באזע" אין דרום און אנגעמאכט שאדן, אזוי אויך איז א בעדואינער 10יעריגער אראבער פון רהט געשעדיגט געווארן פון שרויפנעל, און דערנאך האט מד"י געווארנט מיט גאר א שארפע נקמה אקציע אין איראן נאך אין די נאכט,
משכ'ן אטאקע זענען פולע דראונס געווארן אראפגעשאסן דורך אמעריקע ענגלאנד ירדן סאודי אראביע און די אמיראטן, אזוי אויך איז ארויסגעקומען שטיצע סטעיטמענט פאר מד"י פון עטליכע לענדער,
יעצט הייסט נאך אז ס'איז דא דראונס אויפן וועג וואס נאכנישט אלע אראפגעשאסן,
זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט
גא'מ איין אשכול