בלאט 4פון 4

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:43 pm
דורך ממה נפשך
עס שטייט צום סוף "ראש חודש פראיעקט". פאר ווער עס האט שוין געהערט דערפון איז פשוט אז די עיקר ציל איז חיזוק/מוסר השכל און נישט דראמא.

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:14 am
דורך שוואכער
ממה נפשך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:43 pm
עס שטייט צום סוף "ראש חודש פראיעקט". פאר ווער עס האט שוין געהערט דערפון איז פשוט אז די עיקר ציל איז חיזוק/מוסר השכל און נישט דראמא.
האבן זיי דאס געדארפט זאגן פריער...

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:24 am
דורך Big joe
ווער געט עס ארויס?

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:38 am
דורך שוואכער
Big joe האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:24 am
ווער געט עס ארויס?
ס'שטייט Liel Shalom אויב געדענקעך גוט

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:02 am
דורך צוויי גראשן
האבעך עס געענדערט וואטשן און די פריערדיגן שעות, ווי ווייט פ.ר.קען טראגן א מענטש איז אנבעליוועיבל מ'האט געמיינט ס'קומט א מאווי וואס סנאך נישט געווען אין די אידישן וועלט.
כהאב ליטערלי זיך געדארפט צווינגען אריינצוגיין אין די מעשה, אן קיין שום עקסטערע דראמע,
די מעשה זעלבסט איז אויך נישט די בעסטע... נאך א מזל איך האב נישט אויסגעגעבן א פיאעסטער פאר דעם, ווייל מיינע גילטי פילינגס וואלטן מיר ממש אראפגעברענגט!!!

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:33 am
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
צוויי גראשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:02 am
האבעך עס געענדערט וואטשן און די פריערדיגן שעות, ווי ווייט פ.ר.קען טראגן א מענטש איז אנבעליוועיבל מ'האט געמיינט ס'קומט א מאווי וואס סנאך נישט געווען אין די אידישן וועלט.
כהאב ליטערלי זיך געדארפט צווינגען אריינצוגיין אין די מעשה, אן קיין שום עקסטערע דראמע,
די מעשה זעלבסט איז אויך נישט די בעסטע... נאך א מזל איך האב נישט אויסגעגעבן א פיאעסטער פאר דעם, ווייל מיינע גילטי פילינגס וואלטן מיר ממש אראפגעברענגט!!!
און ווען דו וואלסט ווען יא הנאה געהאט פון עס וואלטן דיך דיינע ׳גילטי פילינגס׳ נישט אראפגעברענגט פארן נישט באצאלן?

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 8:33 am
דורך צוויי גראשן
הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:33 am
צוויי גראשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:02 am
האבעך עס געענדערט וואטשן און די פריערדיגן שעות, ווי ווייט פ.ר.קען טראגן א מענטש איז אנבעליוועיבל מ'האט געמיינט ס'קומט א מאווי וואס סנאך נישט געווען אין די אידישן וועלט.
כהאב ליטערלי זיך געדארפט צווינגען אריינצוגיין אין די מעשה, אן קיין שום עקסטערע דראמע,
די מעשה זעלבסט איז אויך נישט די בעסטע... נאך א מזל איך האב נישט אויסגעגעבן א פיאעסטער פאר דעם, ווייל מיינע גילטי פילינגס וואלטן מיר ממש אראפגעברענגט!!!
און ווען דו וואלסט ווען יא הנאה געהאט פון עס וואלטן דיך דיינע ׳גילטי פילינגס׳ נישט אראפגעברענגט פארן נישט באצאלן?
געכאפט ביים ווארט! געמיינט צו זאגן פאר א משל און נמשל איז גענוג גדי פולק, מ'דארף נישט מאכן א מאווי פאר דעם...

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:58 am
דורך אין די וועלט אריין
יעצט געענדיגט.

כ'קען פארשטיין פארוואס די עולם איז אנטוישט.
איך, אלס איינער וואס האט זייער ליב פילם מעיקינג, קוק איך עס אויף מער א טיפערע וועג.

די קוואליטעט איז אויף זייער א הויכע לעוועל

די שאטס איז זייער גוט אפגעכאפט

די מעסעדזש רעדט פאר זיך

יאך האב עס ליב געהאט

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:44 am
דורך אחיעזר ווייספעלד
נאכן וואטשן דעם פילם האב איך געכאפט וואספארא חכמה עס איז צו זיין א ווידאוי עדיטער ווען עס קומט צו מאכן טרעילער'ס פאר פילמ'ס...
באמת איך פארשטיי נישט אויב זענען זיי אזוי טאלאנטפול פארוואס האבן זיי נישט געקענט אויפקומען מיט א בעסערע מעשה און ווייטער ארויסברענען א שטארקע מיסור השכל ביים סוף,
אזא מין מעסעדש איז גוט ארויסצוגעבן און א קליפ פון אפאר מינוט נישט אין א צוויי שעה'דיגע פילם.

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 10:35 pm
דורך מצה טאש
נישט דא מער? 404 אויף Mostly Music

Re: Eternity (אייביגקייט) - פרישע ענגלישע פילם - חוה"מ פסח פ"ד

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:34 pm
דורך א שטרענגע סוד
איך האב עס אנגעהויבן צו קוקן און נישט געהאט קיין נערוון צו ענדיגן, איינער קען מיר ביטע זאגן אין קורצן וואס די מעשה איז?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: