איך נוץ אויך די שמיציגע מייערן, אבער איך זעה נישט קיין שום חילוק פון דעם און די לויזע מייערן אגאנץ יאר (כ'מיין צו זאגן נישט די בעגס) איז וואס איז די מעלה אז ס'איז שמיציג? אז מ'עקל זיך דערפון און אז אין גראסערי זיכט מען וואו אפצורייבן די שמיציגע הענט?
סאיז קלאר א חילוק, ווענט זיך ווי א סיזען, יא גערעכט געוויסע לויזע מייערן א גאנץ יאר קענען האבן די זעלבע קרעפטיגקייט, אבער די שמוציגע דאכט זיך אז סאיז די נקודה אז סאיז גאר פריש און געווענליך גאר פיין, ביי צוויקעל מאכט א גרויסע חילוק די קוואליטי , שוואכע סחורה איז נישט קרעפטיג און שפירט זיך ווי וואסער ביים טרונקען און די חריין האט א טעם פון ערד.., בקיצור פרישע געזונטע סחורה ווילט געוואקסען פון פעלד איז געווענליך גאר פיין
די אומגעוואשענע מייערען ווערט דאכט זיך אימפארטירט פון די state of Georgia, און זענען פיל זיסער ווי די געוואשענע. לגבי אייער שפייז, בראט עס אין פוטער עס האט אלע טעמים.
עס איז דא א שטיקל דור הפלגה דא... דא אסאך לעוולס פון חומרות.
למשל ביי אונז האט מען: נישט געטרונקען קיין מילך אדער געגעסן מילכיגס. נאר שמאלץ נישט קיין אויל. נישט געגעסן גרינצייג אויסער צוויבל, מייערן, פעטרישקע, סעלערי, קארטאפל. נישט געגעסן פאטעיטא סטארטש אדער סיי וועלכע געקויפטע סטארטש. גיי איבער די ליסטע און דאס נעמט אוועק רוב פון די רעצעפטן. יא, עס בלייבט איבער מעש פאטעיטאס און לאטקעס, אויך אייער לאקשן און קוגל, און קאמפאט. דאס וואס גאנץ כלל ישראל עסט אלע יארן. סאו וואס האסטו מחדש געווען?...
אני כשלעצמי בין ב"ה זאט איבערן קאפ גאנץ פסח, מיינע קינדער זענען מער ווי צופרידן מיט די מאכלי יו"ט (זיי עסן גראדע יא אוואקאדא, פונקט ווי איך האב געגעסן אין זייערע יארן), אבער אז מ'רעדט כאילו מ'האט אנטדעקט אמעריקא מיט א ריזן אויסוואל, איז די הערה אז ס'איז פשוט אומפארשטענדליך.
צולייגערהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:55 am

צום ערשט די אשכול הייסט א רעצעפט בוך, און געפלאנט/פלאן צו שרייבן וואס אונז מאך מיר, טאקע וועגן דעם וויל איך פארשטיין וויאזוי מענטשן קרעכצן אז סאיז נישט דא וואס צו עסן, טאמער טרינקסטו קאווע און עסט פרוכט קענסטו מאכן פיינע קאפי אייז קריעם און פרוכט סארבעי, צושפייזן קען מען מאכן פיינע אויף 20 וועגן אפילו פון דיינע אינגערידענטס, מרור האבן ענק נאר געגעסן די ציפעדיגע? נישט די בלעטער?