מיין פסח רעצעפט און טאג בוך
עס האט מיר אביסעל געבאדערט ווי אידן קרעכצן דא אז זיי הונגערן פסח, עס האט מיר פשוט וויי געטין צו זען אזאנס דא אויפן וועלטעל אז די לעכטיגע יום טוב פסח האבן נישט אידן הנאה פון דעם לכם, גראדע נישט נאר פון היינט, נאר נאך אלס קליין אינגעל ווי איך פלעג הערן אנדערע אינגעלעך אין חדר זאגן אז זיי הונגערן פסח, אלזא דאס איז מיין מיליאן דאלאר שאלה וואס איך פארשטיי נישט עד היום הזה,
פסח איז נישט דא געשמאקער פון דעם, די עסן איז ריין, זויבער, אן קיין גארבעדזש, מען עסט צו די זעט , הלוואי א גאנץ יאר געווינטשן,
גראדע עס מיר אונז נישט קיין פיש,און ב"ה מען עסט לכבוד יום טוב צו די זעט, ווער איז די אונז? איך, מיין טאטע'ס משפחה , מיין טאטעס טאטע האט יא געגעסן פיש, פארשטייט זיך קארפ פיש, אבער מיין מאמעס טאטע איז פיש געווען יהרוג ועל יעבור , וועגן ער געדענקט אין דער אלטער היים ווי מען האט זיי געפיטערט חמץ, איז למעשה עס מיר אונז נישט קיין פיש עד היום, אני כשעלעצמי וואלט געגעסן פיש, אבער סאיז א חלק פון די טרעדישען ווי מען רופט עס , סאיז די לעכטיגקייט פינעם הייליגען יום טוב פסח אז די 8 טעג איז אנדערש, איך זע עס נישט אלס מסורה, חומרה אדער עפעס אנדערש, פשוט דאס איז א חלק פון דעם אמאל , אנדערש ווי א גאנץ יאר , און סאיז געשמאק אז 8 טעג פסח עסט מען אנדערש פאר א טשעינזש , עס געשעט נישט גארנישט, קארפ פיש אפילו די גוטע ווינטער קארפ, איז נישט עפעס וואס ציט מיר, און קארפ געפילטע אויך נישט.
די געשמאקע פאלטשע פיש , עכ"פ וואס מיר מאכן , וואס איז ווייעך און צו די זיסע זייט מיט פרישע שמוציגע מייערן ,איז גארנישט אנדערש ווי געפילטע פיש, אז די ווייסט ווען נישט,...אבער סאיז אסאך בעסער, דאס שרייב איך פאר די אידן וואס גייען זאגן אז זיי "עקלען זיך" , בכלל עקלען איז פאר קינדער נישט פאר עדאלטס, בקיצור אז גוטע פאלטשע פיש איז געשמאק, כאב שוין טועם געווען נישט גוטע, און אויך די וואס מאכן עס געזאלצען און הארט, איך קען דערהערן אז איינער גלייכט עס נישט.
למעשה לאמיר צונעמען די סעודת היום פון די 8 טאג פונעם היילייגען לעכטיגן יום טוב פסח ביי אונז מיט די רעצעפטען פון די זיידעס און באבעס ,
●ליל הסדר הייבט מען מיט מצה, אונז קויף מיר פון עטליכע סאטמאר'ע מצה בעקערייען, עקסטער דין, נשרפים, האל וויט, ספעלט, שברים, אויך א חלק וואס מען קען דיסקאסען איבער וועלכע מתה איז בעסער וכיוצא בו;
זאלץ טאקע בליל הסדר עסט מען נישט, אבער די מצה מיט כשר לפסח זאלץ איז אויך עפעס נישט אוועקצומאכן וואס האט א עקסטערע געשמאק, בכלל היות די פאלטשע פיש איז פלייש ווערט מען מער פול דערפון מער ווי פיש.
ווייטער הייבט מען אן מיט פאלטשע פיש ווי פריער דערמאנט, דערנאך די
●טשיקן זופ דארף א עקסטער שמועס פאר זיך; אז די אינגע דור זאל וויסן , נישט צו זיין קלוג און קויפן די געהעריגע , נאר דייקא קויפן די עכטע שמוציגע גרינצייג , דאס איז א עקסטערע מתנה פון באשעפער , נאטירלעך פון פעלד , דאס קרעפטיגקייט אינעם טשיקן זופ איז קיין פארגלייך מיט געהעריגע ירקות; איבערהויפט די מייערן , מען קען דאס נישט ביישרייבן מיט ווערטער, אזש אז ערב די צווייטע טעג פסח די לעצטע מינוט קויף מיר איין דאס איבריגע פון געשעפט צו האבן פאר די נעקסטע פאר חדשים, יא דאס איז אזוי פריש אז עס האלט אפאר חדשים, דערנאך קויף מיר זוממער אין א פארם אין אפסטעיט פריש פון פעלד, די קרעפטיגקייט פון די אלע סארט שמוציגע גרינצייג מיט די פרישע טשיקן, געווענליך איז פסח די פלייש און אלעס זייער פריש, פשוט מען פארקויפט אזויפיל סחורה אז עס רעדט ווערטער,
●די לאקשן איז שוין נאר א טשערי אן די טאפ, און אונז מאך מיר די לאקשן פאר די זופ וועל דאן , דאס הייסע קריספי מיט א שטיקעל קראסט פאר ווער עס פארשטייט.
דערנאך קומט די פלייש טעלער וואס מען קען שוין נישט צופיל עסן , אבער לכבוד יום טוב ברויך מען דאך,
●פארשטייט זיך אז מען עסט בשר בהמה , אונז פיר מיר זיך כמעט נישט צו עסן קיין טשיקן במשך יום טוב, נישט אלס חומרה, נאר פשוט וועגן סאיז גוט... דאס האב איך געהערט פון הרב אלימלך שווארץ פון קרית יואל ווען אונז האב מיר געגעסן דארט שבת יארן צוריק, די טעם פום עסן טאמעיטא דיפ.
די פלייש געווענליך איז א סלייס פרענטש ראוסט , לדעתי איז עס די בעסטע ראוסט פון בהמה פלייש, איז מאכן א שנעלע סך הכל וואסערע אינגערעדיענטס מען קען נוצן פאר פלייש,
●פליישן וואס מיר נוצן
French roast°
Flanken/short ribs°
Veal chops°
Lamb chops°
Chuck eye°
Tongue°
Sweetbreads°
Chicken liver°
rib steak°
baby back ribs°
lamb riblets°
●אינגרעדיענטס פאר פלייש צו קאכן אדער באקן,
°צוויבעל פרישע אדער געדינסטע
°וויין טריקענע רויטע
°פרישע סלייסעס ארענזשעס/גרעיפ פרוכט אדער פריש געקוועטשטע זשאוס
°אביסעל זשינזשער/אונגבער, געשולטע קעכערס נוצן דאס א גאנץ יאר, אבער ממש א משהו, צו סאך איז צו שטארק
°זאלץ כשר לפסח איז א עקסטערע געשמאק,
°פרישע מייערן אבער די שמוציגע דייקא,
°אביסעל קאווע אויסגעמישט מיט וואסער פאר א ראב
°מען קען פרובירן צוריבענע מרור, אז די האסט איבריגע לייגן אויפן פלייש
°צוריבענע עפל אויף די פלייש
צוריק צום ליל הסדר טעלער איז א שטיקעל בהמה פלייש געווענליך פרענטש ראוסט (מיין זיידע פלעגט מקפיד זיין דייקא נישט צו עסן בהמה, אבער דאס האב מיר געטוישט) מיט פרישע לאטקעס געמאכט בו ביום, אונז פריר מיר נישט רוב פון די עסן , עכ"פ לאטקעס קומט פריש פאר די בעסטע רעזולטאטען! עס קומט מיר נישט אויס צו עסן קיין פאטעיטא קוגל ביי מיר אינדערהיים גאנץ יום טוב ,נאר קריספי פאטעיטא לאטקעס ביי די נאכט יום טוב סעודות, און פאר טועמיה פארשטייט זיך,
●פאטעיטא לאטקעס
ווי געשמועסט פרישע פאטעיטא לאטקעס איז א עקסטער אור פשוטו כמשמעו פאר די לעכטיגע יום טוב פסח , צומאל מאך מיר עס מיט שמאלץ פעטענס, אבער סאיז העווי, סאיז נישט אייביג כדאי,
פאר די אלע וואס ווינדערן זיך וויאזוי מען קען מאכן פריש לאטקעס ערב יום טוב און יום טוב, איז פשוט איינע פון די הויפט עצות טאמער ווילט איר זיך אריינלאזן אין קאך , איז פשוט צו האבן די געניטע געצייג, אין אונזער פאל האב מיר פארשאפט 2 גוטע גרויסע פענדלעך מיט דעקלעך, וואס קלעבט נישט צו, מיט גוטע איבערדרייערס געצייג, אונז מאך מיר א הויעכן פלאם, צווישען ביידע טעפ האב מיר 16 לאטקעס אויף אמאל , בקיצור אין א האלבע שעה , דריי פערטעל האב מיר בערך 75 לאטקעס, און מען קען טין אנדערע זאכן בשעת מעשה ווען עס פרעגלט זיך,
א עקסטערע וויכטיגע זאך אז מען ווי פארשטייט זיך א געשמאקע קריספי לאטקע,איז אויסלייגן די לאטקעס נאכן פרעגלען, אויף א ווייער רעק מיט לעכער, אז די אויל זאל אראפרינען, אז עס זיצט איינער אויפן צווייטען ווערט עס צוריק ווייעך, אז איר ווילט בלייבן מיטן קריספ איז דאס די עצה.
°לאטקע רעסעפי איז זייער גרינג , מען לייגט די זעלבע צאל אייער פאר פאטעיטאס , ווי למשל 6 פאטעיטאס און 6 אייער מיט אויל אדער שמאלץ און זאלץ און אריין אין פענדעל, דאס מאכט בערך 30 לאטקעס ..
°דערנאך די לאטקעס קומט מיט קאלטע פרישע חריין , געמאכט מיט די בעריקעס/צוויקעל/beets פון די בארשט , וואס איז וועל מיר באלד רעדן, א לאטקע מיט היימישע חריין קען מען פשוט זאגן וואס פארשטייט א גוי, געמאכט מיט מרור און לימענע,און צוקער, בכלל היות מיר עסן נישן קיין פיש, איז חריין מיט פלייש גייט באנאזאם ביי יעדע סעודה אן א אויסנאם חק ולא יעבור, פרובירט עס אויס און לאזט וויסן,
°פארשטייט זיך ווי קען מען פארגעסן פון די פרישע אייז קאלטע עפל אדער בארן קאמפאט , וואס דאס איז די אויבן אן עכט פונעם יום טוב, דאס אריינרוקן און אפשווענקען דעם מאגן איז לעילא ולעילא,
●קאמפאט פון עפל און בארן ,
°פשוט אויפגעקאכט ריזיגע טעפ מיט עפל , פארשטייט זיך אן צוקער, אז מען קאכט עס גענוג לאנג , ווערט עס נאטירלעך זיס
ווען אונז הייב מיר אן קאכן , שייל מיר אונז אפ א גאנצע באקס אדער צוויי עפל, צושניידט עס אויף שטיקלעך, א חלק גייט פאר קאמפאט,
apple cider●
א חלק מאכט מען אביסעל apple cider, עס איז זייער גרינג צו מאכן, די אלע וואס האבן די באקאנטע braun food processor , קומט אזא שטיקעל צו מאכן זשוס פאר ארענזשעס/ גרעיפפרוכט צו קוועטשען וכדומה, און דערנאך איז דא א שטיקעל, וואס מסתם אסאך ווייסן נישט וואס דאס איז , וואס איז א זשוסער פאר עפל און מייערן וכדומה, עס נוצט אסאך עפל, אבער סאיז פונקט וואס מען קויפט אין געשעפט, נאר פרישער, מאך מיר א פלעשעל אדער צוויי אז עס זאל זיין לכבוד יום טוב פרישע עפל סיידער,
●דערנאך מאכן מיר עפל קוגעל אין בעקעלעך וואס אונז פריר מיר , בעסיקלי שטיקלעך עפל , צומאל מיט אביסעל ניס פון אויבן, אביסעל מאך מיר אין רעמקינס אזאנע פארצילאנע קליינע מאפין האלטערס פאר די סעודת לכבוד יום טוב, דערנאך איז פערטיג מיט עפל,
●לאמיר רעדן פון היימישע טרינקען לכבוד יום טוב ביי די סעודת,
°עפל סיידער ווי פריער דערמאנט
°פרישע ארענזש זשוס, אונז מאך מיר עס בעיקר א געמיש פון דריי פערטעל ארענדזש זשוס , דערנאך א בערך א פערטעל גרעיפ פרוכט, סאיז א עקסטערע געשמאק, פרובירט עס אויס, מען אויך לייגן אביסעל פרישע לימענע זאפט,
די פראצודער פון עס מאכן איז אזוי, קודם כל קען מען מיט דעם האלטן פארנומען די קינדער פאר א שעה צוויי , מיט א באקס ארענזשעס און א באקס גרעיפ פרוכט האט איר בערך 8 פלעשער , וואס קען אנציען בערך דעם יום טוב, אז נישט מאכט מען נאך, אונז פריר מיר עס נישט, אבער מען קען, עס באקומט א אנדערע טעם,
קודם כל מען קלעבט ארום פלעסטיק טישטעכער , עס מאכט א גרויסע שמוץ , דאבעל הענטשוך אז עס זאל זיך נישט צורייסן, און אויך אז די הענט זאל נישט ווערן ארענזש און אויפגעגעסן פון די עסיד, מען הייבט אן מען שווענקט אפ אלע ארענזשעס אין די סינק באנאזאם; דערנאך שנייט מען אלעס אין האלב אין שיסלעך, און מען הייבט אן די עבודה, אונז נוץ מיר די פוד פראסעער , די Bosch פוד פראסעער האט א פיינע שטארקע מאטאר, מען פילט אן אלע פלעשער דריי פערטעל , און אונז ניץ מיר א זייער , דורך צו זייען די זשוס אז עס זאל זיין לויטער אן שטיקלעך, אזוי ווי וואס מען טרינקט א גאנץ יאר און אויך האלט זיך עס פרישער, עס איז דא וואס גלייכן דייקא מיט שטיקלעך, על וטעם וריח אין להתווכח, דערנאך חוזר חלילה מיט די גרעיפ פרוכט און היידא און א שעה קען מען האבן 7 אדער 8 פלעשער צום געזונט.
ווייטער סעלעדס צו צו עסן מיט די מעין קאורס
●סעלעדס
°חריין ווי אויבן דערמאנט
Cucumber salad°
פרישע געשניטענע קיוקאמבערס מיט צוויבעל און לימענע, זאלץ און צוקער; געמאכט מיט די פוד פראססער ממש אין אפאר מינוט.
Potato salad°
געמאכט פון געקאכטע פאטעיטאס, מיט מייערן שרעדעד , מיט היימישע מאיעניז וואס נעמט ממש אפאר מינוט צו מאכן, מיט שטיקלעך קיוקומבערס אז מען וויל דערינען
Cole slaw°
געמאכט פון שרעדעד קאלאאבי מיט מייערן, היימישע מאינעיז מיט לימענע און צוקער, ממש מען שפירט נישט קיין חילוק פון קרויט,
°beet salad
שטיקלעך צוויקעל מיט ציבעלע מיט לימענע און צוקער
°pineapple carrot salad
פאר עפעס דיפרענט שטיקלעך פיינעפעל מיט שרעדעט קערעטס, מיט לימענע
°מענגא לעטוס סעלעד,
עפעס מער מאדערן, שטיקלעך מאנגא, שטיקלעך בלעטער לעטוס וואס מען נוצט פאר מרור, אוואקאדא שטיקלעך , רויטע צוויבעל לבנה שטיקלעך, א שפריץ מייענעיז מיט לימענע , מען קען לייגען אביסעל פאמעגרענעט , מיט מאנדלען
אז די עולם ווי הנאה האבן וועל מיר אי"ה אראפשרייבן דעם גאנצע יום טוב מעניו מיט רעצעפטען און בילדער אפשר אויך