איפה מושי, איפה שלומי..?
מיין נאנטע חבר מושי, אוי, די הארץ רייסט... אונז זעמיר דאך אזוי נאנט געווען, אונז האמיר געהייט לאנגע אין טיפע שמועסן, אונז זעמיר ארויס געגאנגען כסדר אויף פארברענגען, אונז האמיר דורך געשמועסט לאנגע לשון הרע'ס אין די טיפע נאכט שעות... נאך פון ישיבה קטנה ווי אונז האמיר זיך באקענט און צוזאמען געלערענט בלעטער גמרא.
ניין, איך גיי נישט זאגן אז דו ביסט געווען דער גרעסטער צדיק'ל, אבער איך וועל אויכעט נישט רעדן אויף דיר קיין שלעכטס, נישט צו אויפרייצן די מקטריגים.
ס'בענקט זיך מיר נאך דיין ווארעמע שמייכל, כאטש נאך איין מאל גרוס מיך א גוט מארגן...
ס'איז געווען אזוי גוט צוזאמען, אין יעצט זעמיר שוין געשיידט...
מיין טייערע חבר שלומי... ווי ביסטו?...
וואס האסטו דיך פון אונז געשיידט?..
מיין טייערע חברותה שלומי, וואס טוה איך אן דיר?..
האסט מיר איבערגעלאזט מיט שווערע פאטענטן וואס דו האסט שטענדיג אויסגעטראפן...
האסט מיר איבערגעלאזט אן דיין ווארעמע הארץ...
האסט מיר איבערגעלאזט אזוי ווי... אזוי ווי א בחור אן א חברותה...
מיין הארץ איז מיר צובראכן, כ'ווייס נישט ווען ס'וועט זיך צאמשטעלן...
מיין נפש וויינט... ס'פרעגט... האסטו נישט געקענט עפעס העלפן?..
איך שטיי דא ביי דיין מצבה,
ס'רעדט צו מיר, ס'שרייט... עס קוקט מיר אן ווי א קאלטע שטיין, עס דערציילט מיר א לאנגע געשיכטע וועגן איינעם מושי... וואס האט אמאל עקזיסטירט.
ווי א קאלטע סאלדאט שטייט ער, ער לאזט מיר וויסן וועגן איינעם שלומי.
איך קען גארנישט ליינען, אבער די מצבה דערציילט מיר א גאנצע לעבענסגעשיכטע מיט אלע דעטאלן...
קיינער באשילדיגט מיר נישט, אבער הלוואי ווען איך וואלט ווען געקענט העלפן...
איך געב נאך איין בליק אויפן קאלטן מצבה,
ס'איז נישט פון שטיין.
אין ס'שטייט נישט פה נטמן.
ס'שטייט אייפאון פיפטין...
- - -
אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט אין א קליין שטעטל, אין א רואיגע סביבה, לערענענדיג אין א קליין ישיבה קטנה, האב איך פארמאגט צוויי גוטע פריינד, איינס מיט די נאמען מושי, אין איינס שלומי,
צוויי וואוילע בא'חנ'טע בחורים. פיל מיט יראת שמים אויסגעגאסן אויף זייער איידעלע שטערן...
גאט האט אראפ געקוקט אין הנאה געהייט פון זיין וואונדעליך וואוילע פאלק,
ס'האט זיך געלויט צו קלייבן דאס פאלק.
מיט אזאנעכע איידעלע בחורים, ווער דארף מעקסיקאנע...
אונז פלעג מיר צוזאמען זיצן, לערנען אין שמועסן, אין צוזאמען אריין אינעם גרויסן ישיבה גדולה.
איך געדענק נאך ווי אין צווייטע עידש האמיר צוזאמען געגאנגען קויפן א פאון, פארשטייט זיך א כשר'ע,
נישט מער ווי רעכט, מיר האבן אפילו נישט געהאט די בחירה, אמער, די גאנצע עידש האט נאר אונז נישט??
פארשטייט זיך אז מען קויפט נאר מיט אן הכשר, א כשרע טאלק אין טעקסט פליפ-פאון.
ניין, נישט דארט האט זיך עס אנגעהויבן...
בין הזמנים נאכדעם וואס די מנהל האט דיר צוגעכאפט דיין פאון, האסטו מיר געוויזן אויף דיין נייע פאון ווי די האסט ארויף געלייגט עטליכע עפפ'ס צו פארגרינגערן די לעבן, האסט געהייט אידיש קיבארד, צו זיך פארגרינגערן פון זיך מוטשענען צו שרייבן פון ענגליש, אויכט אן עפפ וואס קען צו שרייבן אויף פיקטשערס,
אבער איך האב דיר געזאגט אז איך גיי נישט אזוי טון, ווייל דו האסט נישט אזוי קיין גוטע פילטער, אינטערנעט האסטו אוודע געבלאקט, אבער מ'ברויך האבן געהעריג 'משומר'.
אבער דו האסט געטון וואס דו האסט געוואלט.
צום סוף האב איך אויך געקויפט א צווייטע פאון, נאך וואס די מנהל איז ארויפגעקומען אויף די שפירן פון מיינס, אין עס אפגענימען, אבער דאסמאל האב איך שוין יא ארויפגעלייגט די עפפ'ס וואס דו האסט מיר פארשאפט,
שכח, אזוי האב איך געהייט אידיש קיבארד, אויך אן אימעדש עדעטער עפפ, די לעבן איז מיר גרינגער געווארן,
שפעטער האט מיר איינער ארויף געלייגט אייוועלט, באמת האב איך נישט געוואלט, אבער די ישיבה איז געווען שילדיג, זיי האבען נישט צוגעשטעלט וואס צו טון, ס'סאיז דעפענעטלי זייער שילד. אין בעצם וואס איז די פראבלעם פון א כשרע חסידישע זייטל.
איין טאג, ווען אונז האמיר ארויס געגאנגען שפאצירן, אונז האמיר געכאפט א ציגרעטל צוזאמען, אין מיט א רואיגקייט אראפגעוואקט גאסן,
האסט מיר געוויזן א נייע עפפ וואס דו האסט פארשאפט,
וואטס עפפ.
האסט מיר מיט הנאה געוויזן ווי געשמאק ס'איז, האסט מיר מחי'דיג געוויזן סטעטוס, אין ווי דו קענסט ארויסלייגן דיין אייגענע סטעטוס, באמת א געשמאקע עפפ, ס'פעלט נישט אויס צו טרעפן פרעמדע עלעמענטן, ס'איז לאקעל, היימיש, ביסט אויפגעסיינט אויף פארשידענע געשמאקע גרופ'ס, עס איז אמת'דיג געשמאק,
כ'האב דיר מקנה געווען.
א שטיק צייט האב איך מיר גע'ישב'ט צו איך זאל עס אויף ארויפלייגן, ס'האט מיר באמת געצויגן, נאכדערצו ווען איך האב נישט וואס צו טון דא אין ישיבה.
למעשה האב איך עס נישט ארויף געלייגט, ווייל איך האב נישט געהייט גענוג דעטא, כ'וואלט געדארפט צוצאלן נאך אפאר דאללער וואס איך האב נישט געהייט,
כ'בין געבליבן אן וואטס עפפ.
- - -
ס'איז שוין איבער א יאר שפעטער, אונז זעמיר שוין פערטע עידש, איך שטיי דא יעצט נעבן דיין אייפאון אין איך וויין...
אונז פלעג מיר זיין אזאכע גוטע חברים, ס'איז געווען ממש א פארגעניגן צו זיין אין דיין געזעלשאפט, מ'האט פשוט געפילט דיין הארץ.
היינט צוטאגס זיצטו אויף דיין פאון ביז אין די נאכט אריין, תיכף ווען די שטייסט אויף זיצטו שוין אויף דיין פאון, ביז... ביז מ'דארף שוין גיין נאכאמאל שלאפן...
רופסט מיר צו ארויס קומען פאר א ציגרעטל, איך פריי מיר צו האבן אפאר מינוט צו פארברענגען מיט דיר, אבער איינער האט דיר אריינגעשיקט א וויכטיגע ווידיאו.
איך טריי דיר צו שלעפן פאר א סאפיר אין רעסטעראנט, אבער דו באשטעלסט אובער איט'ס.
איך בעט דיר ארויסצוקומען צו א פארק, אבער דו האסט ווירטשל געימ'ס.
איך ווייס נישט וואס איז דא אזוי צו טון אויף דיין סקרין אז ס'זאל זיין מער ווי סאושעלייזן...
אבער ס'איז נישט פון וועם צו רעדן.
איך טראכט צוריק, זענען די שומרים קארטלעך יא געווען גערעכט..?
אונז האמיר א קאוטש, א טיש, א פרידשעדער, אין א מענטש וואס זיצט אויף א פאון...
ווי איז די יונגל פון אמאל?
איך פארשטיי אז דו רעגסטיך פארוואס איך רוף דיר נישט מיט, גערעכט, דו קענסטיך נישט אפרייסן פון דיין פאון,
אבער דו הערסט נישט ווי איך רוף דיך יא.
אייפאון, אייפאון, אל תכסו דמיו...
---
איך שרייב דא מיט מיין צווייטע ניק, וואס מיינע חברים קענען נישט, אזוי אויך האביך געטוישט קליינע פאקטן, איך וויל נישט אז זיי זאלן זיך רעגן אז איך מיין זיי...
אבער אז דו מיינסט אזוי...
-אפשר טאקע?