מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!
פון איין זייט פריידט דאס הארץ זעענדיג די אידישע ליטעראטור אינדוסטריע שיינען און בליען ווי קיינמאל בעפאר. זאגסטו ווען פאר פופצן יאר צוריק אז עס וועט איין טאג ערשיינען פינף טויזענט בלעטער מיט די רייכסטע און קריעיטוויסטע שטאף, וואלט מען אייך געלייכט אין פנים. ס'וואלט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז פאר אזא קליינע געמיינדע זאל אזויפיל סחורה ארויסגערוקט ווערן. דאס איז באמת באגריסנד, און איז שוין אייגנטליך באגריסט געווארן לאנג צוריק. די רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום, לייגן אריין ים'ען מיט כוחות דערינען. פון וואו ווייסעך דאס? ווייל כ'קוק אויף די רעזולטאטן. קויפט מען ווען אפילו נאר איינס פון די דריי הויפט מאגאזינען, קען מען אנפאנגען ביי קדש, און נישט ענדיגן פאר מוצאי אחרון אויסרייניגען דאס גאנצע אינהאלט. אין איין ווארט: באגריסנד!
ס'איז אבער פארהאן א צווייטע זייט דערצו. זייער א גרויליגע, זייער א זינלאזע, און זייער א קינדישע.
די תגובות אין די יו"ט מאגאזינען אשכולות זענען אן אפשיין פון די שכל'לאזע פארמעסט טאנץ אין וואס די אלע אויבנדערמאנטע רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום נעמען אנטייל.
ווען G&G און GB האבן זיך צומאל ארומגעריסן און קאנקורירט אויף א צומאל נידריגע שטאפל, איז עס טאקע געווען פארשעמנד, טאקע געווען נישט אידישליך, און טאקע קאקא-קאלע און פעפסי'דיג. אבער וואס איז למעשה געווען די ענד גאול פון די קאמף? די ציל איז נישט געווען כבוד, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען נקמה, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען כיתה א' סטיל "איך בין גרעסער! אונאו איך בין גרעסער..." אפשר דאס אויך. די ענד גאול איז געווען איין זאך, און דאס איז געלט. ביידע האבן געוואלט ציען ווי מער קאסטומער, און ביידע האבן געוואלט אז זיי זאלן זיין די אנגענומענע ברענד וועלכע "האט עס", כדי: צו מאכן געלט.
ווען ס'קומט אבער צו די קאנקורענץ צווישן די מאגאזינען, איז עס איין זאך: זייער זייער קינדעריש. זייער מיט א גאר גרויסע "ז".
מיינע טייערע פריינט, א מערהייט מענטשן קויפן סייווי ביידע מאגאזינען (די וואס נעמען אריין מאמענט אין שטוב, אלע דריי) וואס איז די נערישקייט פון זיצן א גאנץ ווינטער מיט א שווערע אטעם אז אפשר גייט מיין קאמפעטישען אריינקומען מיט א גרעסערע חידוש? וואס איז די נערישקייט פון שפירן אז מ'איז ארויס די געווינער ווייל מ'האט דיקערע פעידזשעס און מער בלעטער?
טייערע עורך המאגאזין, דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז דיין קליענטעל גייט פארלוירן גיין אויב האסטו נאר איין ביכל אין די צייט וואס די קאמפעאטישען האט צוויי? דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז די גייסט פארלירן קאסטומער'ס אויב דו האסט נישט געהאט קיין מעידזשער נסיעה און דיין קאמפעטישען יא?
די גאנצע געווינס פון דיין ביכל איז נאר אויב דו קענסט ארויפשטעלן בעסערע ברענד נעימס, און מער רייסעריש-אויסקוקנדע פראיעקטן, צו קענען פארלייכטערן דיין אטעם אז די עולם אויף אייוועלט זאגט אז דיין בוק איז די בעסטע דעי יו"ט? אר יו סיריעס? דיין גאנצע עפארט איז צו קענען איבערשטייגן דיין קאמפעטישען? ביסט זייער א קליין קינד.
אויף וועלכע וועג מ'זאל עס ווילן דרייען, האבן שריפט, שטיבל, און מאמענט א גענצליך אנדערע ליינער באזע. די מאמענט קליענטעל גלייכט די מאמענט פאר סיי וועלכע סיבה (ס'דא אסאך, און ס'איז זייער קלאר) און זיי וועלן פון דארט נישט אוועקנויגן, אפגעזען וואס דו שטעלסט ארויס אויף יו"ט.
די שריפט האט ווייטער זיין קליענטעל וועלכע פארמאגט א סובסקריפשען, אדער איז שוין אנגעשטעלט אראפצוריקן איינס פון די פאליצעס יעדע וואך אין גראסערי. זיי גייען נישט אנהייבן קויפן שטיבל אדער מאמענט ווייל יו"ט האבן זיי געהאט א חידוש. פינטל. עינט העפענינג.
ווידער שטיבל איז די זעלבע זאך. ער קויפט עס ווייל דאס קויפט ער, און פרשת אחרי געדענקט ער שוין פון קיין מאמענט אדער שריפט מער. די נעקסטע מאל ער וועט זיי זען וועט זיין ביים שווער אויף קימפעט.
איי וועסטע מיר וועלן זאגן אז למעשה קויפט יעדער אלע דריי אויף יו"ט, און דעמאלטס איז טאקע א גוטע צייט צו איינקויפן פרישע קליענטן, דורכ'ן עפלייען צו די מענטשן וועלכע קויפן לאו דוקא שטיבל איבער שריפט, נאר אזוי האט זיך אויסגעשטעלט און שוין אזוי געבליבן. און דאן ווען ער קוקט אריין ביי דיר אין ביכל זעט ער אז דו זאגסט וואויל, און באשליסט דיר אויספרובירן עטליכע וואכן.
פיין, איז לייג אריין כוחות אין דיין תוכן. מאך זיכער צו האבן די ריכטיגע שרייבער. מאך זיכער אז דיינס אן ארטיקל זאל זיין אן ארטיקל. מאך זיכער אז ווען מען פרעגט איינעם נאך יו"ט פון וועלכע ארטיקל ער האט הנאה באקומען, זאל ער קענען ציווייזן איינע פון דיינע זאכן.
ניין. אנטשאט דעם גייט מען אנפאנגען גיין אין סורקל'ס אויב מאמענט האט שוין אמאל געהאט סקולען, און אויב משפחה האט שוין געהאט רוסלאנד. סיריעסלי? די סקולען ארטיקל פון שריפט איז איין טראפ מער אדער ווייניגער אינטערעסאנט אויב ס'איז שוין געווען אזאנס אין מאמענט אכט יובל'יך צוריק? ארי ווייזער'ס רוסלאנד נסיעה איז א בלאט פלעק ווייניגער מאסיוו ווייל אריה ארליך האט שוין געהאט אקוראט דאס מיט א יאר אהאלב צוריק? שטיבל'ס וואשינגטאן פראיעקט איז א צענט ווייניגער אינפארמירנד ווייל מענדי אונגאר איז שוין אמאל געווען אין וואשינגטאן מיט אלי' יואל?
וואספארא סארט נערישע תגובות זעט מען דא אגאנצע טאג, אז 'דער האט שוין געהאט דאס, און יענץ איז שוין געווען דארט...'??? סי-ען-ען מעג שוין נישט אינטערוויוען טראמפ ווייל פאקס האט עס שוין נעכטן געטון? א ען-בי-סי דאקומענטאציע ווערט אנגעקוקט א לעק ווייניגער ווייל סי-בי-עס האט שוין אמאל געהאט ענדליכס?
אבסורד!
כ'ווייס נישט אויב מען כאפט וואס דא קומט פאר. ס'זיצן דא דריי מאגאזינען, אויף א געמיינדע פון דריי און אהאלב מענטשן, און רייסן זיך ביי די קעפ... מאדנע ביז גאר. מ'זעהט דאס צווישן די ענגלישע משפחה און די עמי? קיינמאל. און דארט וואלט די קאמפעטישען אסאך מער אויסגעמאכט, דען זיי האבן אבאנטש מאל מער פלייש אויף וועם זיך אנצולענען...
פאני.
מ'זיצט מיט אלע צען פינגער אויסגעשפרייט, און מ'כאאאפט.... מ'גאפלט אריין אין די מארקעט, טוצעך א כאפעראציע... WOW דו האסט געכאפט עפשטיין, און איך האב געכאפט קופטייל...יעדער זאל קלאטשן.
ס'איז א ברייט אנגענומענע קאנסעפציע אז מ'האט שוין געענדיגט אינטערוויען יעדעם איינעם וואס מ'קען אינטערוויען, און מ'האט שוין געענדיגט פריעקטירן יעדע סארט פראיעקט. מיין פריינט איר זענט זילטש קריעיטיוו. זעראו. ס'איז פארהאן א מיליאן מאל מער מענטשן וואס מ'קען אינטערוויוען, און א מיליאן מאל מער פראיעקטן וואס מ'קען מאכן, אנשטאט זיצן און וויינען אז מ'האט שוין אלעס אויסגענוצט, און מ'האט נאר א פיצי מארקעט פון וואס צו רעדן, און און און און...
אקעי, כ'האב נישט קיין אנונג וואו כ'בין דא אנגעקומען, כ'גיי כאפן א ציגערעטל. הצלחה!