תושבי קרית יואל - פסח חלוקות אנקעטע
כל דכפין ייתי ויכול אין פולן זין פון ווארט.
סאיז אינטערסאנט צו כאפן א נאנטערן בליק און זעהן וויפיל אידן זענען געהאלפן געווארן פון יעדע סארט חלוקה.
קומט אריין שטימען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קאן זיין אז מענטשן שעמען זיך ציצוגיין זאגן אז זיי האבן באקומען
איך גלייב נאך נישט אז ער האט זיך אפגערעדט, איינער וואס איז אין די ליין פון טיילן צדקה, וייסט אז ס'איז דא מענטשן וואס שעמען זיך אז זיי דארפן זיי מקבלים
ווי אזוי הייסט ר' אברהם שמואל'ס חלוקה? קופת קהלתינו? רב חסד?
גערעכט. איך האב אויך פארגעסן פון געגנט בתי מדרשים חלוקות. מקען אבער נישט צולייגן צו א אנקעטע. והוא רחום יכפר
ניין , סאיז מיסודו פון הרב יוסף מרדכי וואגשאל פון קרית יואל ראש הכולל און רב ערב שבת, הנקרא בלשון חיבה "טאטע העלף" , אנגעהויבן איז עס געווען בעיקר פאר חסידי מהר"א, רבי אברהם יודא איז מנדב דעם חלק הארי פארן פאריעקט די לעצטע יאר צוויי , אבער עס גייט שוין אן א שיינע פאר יאר אויף א קלענערע פארנעם פון אסאך נדיבים פסח און סוכות
געוואלט פרעגן פארוואס דאס ליגט נישט אלס אפציע...
צרכי עמך ישראל מרובים,פארטאגס איד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:34 pmגערעדט צו א שנה ראשונה יונגערמאן און ער האט זיך זייער אפגערעדט אז ער האט נאך נישט געטראפן א פרנסה זיין ווייב'ס פעי טשעק דעקט ניטאמאל די רענט זיינע טאטע און שווער האבן נישט גענוג עם צו העלפן ער האט אריינגעבן אפליקאציעס פאר אלע חלוקות / קמחא דפסחא נאר אז ער זאל קענען קויפן א נייע קלייד פאר זיין ווייב און אביסל מצה צו קענען עסן חול המועד פרישטיג אינדערהיים און צדקת העיר האט גלייך געשיקט קיופאנס אן פרעגן א ווארט מפעל שמחת יוט האט געקאלט און נאכן אראפלייגן זיין מצב האבן זיי געשיקט און ער זאגט אז עס האט עם ממש געראטעוועט אשריך ר אברהם יודא
ווי אויך דארף מען זאגן פאר די אלע וואס פירן אן קופת אדער קמחא דפסחא אז ווען מען זעהט א אפליקאציע פון א שנה ראשונה יונגערמאן האט ער עס אריין געשיקט פאר א סיבה און מען דארף געדענקן א שנה ראשונה יונגערמאן פלאגט זיך צו דעקן די היינטיגע רענט פרייזן
מקען יא, קענסט עדיטען די תגובה