קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.
די מדינת ישראל פירער באטראכטן אלע וועגן וויאזוי זיי זאלן רעאגירן אויף איראן'ס מיסיל און דראון אטאקע וואס איז פארגעקומען פארריגע וואך שבת אויף די מדינת ישראל טעראטאריע, וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אלס נקמה פאר א לופט אטאקע וואס מדינת ישראל האט אונטערגענומען אויף דער איראנער אמבאסאדע אין דמשק. און מדינת ישראל האט בכלל נישט אויסגעשלאסן דעם געדאנק פון באמבעדירן צילן אין איראן.
ביז אין יאר 2006, האָבן די מדינת ישראל באאמטע אָנגעוויזן אז מדינת ישראל קען באמבאדירן איראן'ס נוקלעארע וואפן פראגראם, און פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט אפט איבערגע'חזר'ט דעי סטראשע זייט דעמאלסט. אבער עקספערטן האבן געווארנט אז די מדינת ישראל עיר פארס קען פעלן קריטישע פעאיקייטן צו דורכפירן אזא סטרייק.. אין אנדערע ווערטער איז עס נישט אזוי פשוט ווי מדינת ישראל לייגט אראפ זייער סטראשע.
איראן:
איראן טאקע איז בכלל נישט אויסגעצייכנט אין א גוטע פארגעשריטענע עיר-פארס, אבער אנשטאטסן ארבעטן אויפצובויען זייער עיר-פארס האט טעהראן געבויט געוואלדיקגע לופט פארטיידיגונגס סיסטעם. אין יאר 2007 האט טעהראַן געקויפט די S-300 אַנטי-ערקראַפט סיסטעם פון רוסלאַנד, וואס איז אפגעלופערט געווארן פולשטענדיג אין יאר 2016, און אין דעי צייט האט איראן געארבעט אויף זיין אייגענע ווערסיע לופט פארטיידיגונגס סיסטעם באוואר-373. די באַוואַר-373, וואס איז איינע פון די בעסטע פארגעשריטענסטע לופט פארטיידונגס סיסטעם אין די וועלט. וואס לויט איראן איז עס אויסשטאפירט מיט ראדאר וואס קען אויפכאפן סטעלט פליגער, און איז אויסשטאפירט מיט די Meraj-4. וואס קען אויפכאפן סטעלט.
עקספערטן זאגן אז אפילו אמעריקא וואס האט די בעסטע עיר-פארס וועלן זיך אויכט אנשטויסן אין פראבלעמען ביים פרובירן צו באמבאדירן איראנע טעראטאריע מיט סטעלט פליגער.
אמעריקע האט שוין אונטערגעשטראכן אז אמעריקע וועט נישט אנטיילנעמען אין א מדינת ישראל אפעראציע קעגן איראן. אויב אמעריקע האלט זיך ביי זייער ווארט, גייט מדינת ישראל מוזן דורכפירן די אטאקע אן די פארגעשריטענע אמעריקאנע שטיצע.
אמעריקע איז די איינציגסטע לאנד וואס וואס איז גענוג פארגעשריטן אין אלע פעלדער צו קענען ווארענען און דערשנאפן סכנות פון הונדרעטער קילאמעטער ווייט וואס דאס דארף עכט מדינת ישראל האבן צו קענען באמבעדירן איראן. אן די אמעריקאנע ISR וואס איז די אויגן אין אויערן האט מדינת ישראל שוואכע טשאנסן עס צו געווינען. אבער דעיס נאר אויב אמעריקע מיטש זיך בכלל נישט אריין מיט גארנישט.
S-300 קעגן F-35
די סוקסעס אדער דורכפאל פון אַ מדינת ישראל'דיגע סטרייק וועט זיך ווענדן אויף אַ צונויפשטויס צווישן די פארגעשריטענע f-35 און די איראנע-רוסישע s-300 פאַרטיידיגונגס סיסטעם. פאר דעי אפעראציע וועט מדינת ישראל'ס מיזן שיקן די סטעלט f-35 צוזאמען מיט די נישט סטעלט f-161 צו קענען געווינען די s-300.
אבער איראן וועט אויך באנוצן מיט פארגעשריטענע ראדארס ווי דער רוסישער פראדוצירטער Rezonans-NE, וואס מען זאגט אויך אז זיי קענען דערשנאפן די עף-35 פון ווייטע שטרעקעס. טראץ דעם וואס די F-35 איז בארימט פארן זיין סטעלט און שווער אויפצוכאפן.
אויב אזוי וועט מדינת ישראל האבן די אויפגאבע פון (SEAD / DEAD) א שווערע קאמפ פון דארפן קודם צושטערן די לופט פארטיידיגונגס סיסטעם צו קענען באבאדירן איראן.
עס איז א קאמפליצירטער אמאל אומזעיבארע קאמף, וואו ביידע זייטן נוצן ראדארס און סענסארס, ווי למשל אינפרארעד זוכערס צו דערשנאפן איינער דעם אנדערן בשעת עלעקטראנישע מלחמה ווערט גענוצט אלעס צו צומישן די קעגנערס סענסארס, קאמיוניקאציעס און ראדארס.
איין טעות קען זיין טויטלעך.
איראן האט אויכט איין גרויסע שטארקע פראבלעם.
איראן'ס ערד-באזירטע ראדאר סיסטעמעס וועלן דורכזוכן די הימלען פאר די מדינת ישראל דזשעטס, אבער דאס קען גלייכצייטיג ארויסגעבן זייער לאקאציע וואו די S-300 ליגט, און מדינת ישראל ןןעט עס דעמאלסט קענען זעין און אראפשיסן. פארדעם וועלן דארפן די F-16I פון מדינת ישראל באַגלייטן די F-35.. די F-16I זענען אויסשטאפירט מיט די Elisra Airborne Electronic Warfare וואס שיקט א ווארענונג פּיילאט איבער פיינטליכע ראדארן און מיסלס וואס קומען צו פליען.
אבער איראן קען ניצן דעי טאקטיק וואס ווערט יעצט אויף באניצט דורך אקריינא.. זיי קענען ניצן לופט פארטיידיגונגס סיסטעמעס וואס מ'קען פירן פון איין פלאץ צום צווייטן, און אויסלעשן און אנצינדן. סאו זיי וועלן עס אנצינדן און אויפכאפן א פליגער און אין איינוועגס וועט מדינת ישראל זיי אויפכאפן, דעמאלסט וועט איראן פארלעשן די ראדאר סיסטעם און עס פירן צו א אנדערע פלאץ.
סאו מדינת ישראל וועט מוזן האבן פונקליכע בילדער פון די איראנע פארטיידיגונגס סיסטעם און ריעל לייף לאקעישן עס צו קענען אראפשיסן.. און זייער סיסטעם קען זיין אוועקגעשטעלט טיף אינרהאלב איראן וואס דא ס איז א שטארקע שטער פאר מדינת ישראל.
אבער אפילו איראן לעשט אויס און צינד עס אן וועלן זיי האבן נאך איין שטארקע פראבלעם. זיי וועלן מיזן זיין זיכער אז זיי שיסן טאקע אויף א מדינת ישראל קאמפס פליגער. מדינת ישראל קען ניצן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו מאכן פאלטשע און צומישן די ראדארן וואס דאס וועט מאכן איראן מיינן אז זיי שיסן אויף א פליגער.
ביזדערווייל זאגט סיי איראן און סיי רוסלאנד אז עס קען אויפכאפן א סטעלט פליגער פון ווייטע שטרעקעס. אבער דארפמער ווארטן צו זעין צו דעי ליגענערס זאגן איין ווארט אמת.
דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידן אז קיין שום שלעכטס זאל נישט ארויסקומען דערפון.
חיריק איז אוט.