כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

לקראת ימי הפסח הבאה לקראתינו לטובה.

דא קענט איר נעמען אפאר מינוט בריעק פון די פארנומענע ערב פסח הכנות זיך אביסעל צו אויסליפטערען.

ווי באוויסט זענען די לענדער און צפון העולם דארט ווי רוב אידן וואוינען א שטייגער ווי ארה"ב, אייראפע, און ארץ ישראל, קאלט און די ימי החורף און ווארים און די ימי הקיץ. ווידעראם און דרום העולם ווי דרום אמעריקא, אוסטרליה, און דרום אפריקא איז פארקערט ביי זיי און ווארים און די ווינטער און קאלט און די זומער.

פארוואס איז עס אזוי?

לאמיר גיין נאך מער.

ווי באוויסט איז די ווינטער און ארץ ישראל נישט אזוי קאלט. און ניו יארק איז סאך קעלטער ווי און ארץ ישראל. ווידער ארויף און קאנאדע און אין אייראפע איז נאך מער קעלטער ווי ניו יארק. געט א מינוט א קוק אראפ קיין פלארידע דארט איז איז ווארים א גאנץ יאר.
פארוואס איז עס אזוי?!

דאס איז א בילד פון די וועטער בשעת די שורות ווערען געשריבען.
Screenshot_20240421_141936_Weather.jpg
Screenshot_20240421_141936_Weather.jpg (157.69 KiB) געזען 1065 מאל
לאמיר א מינוט געבען א קוק אויפען לוח.

שבת פרשת תולדות וועט זיין שבת און ניו יארק בערך 4:15
און ארץ ישראל וועט עס זיין בערך 4:35 און לונדון בערך 3:55 און מיאמי 5:15.
וואס איז דער סיבה דערצו.

איז לאמיר עס פראבירען צו געבען צו פארשטיין מיט די אלעמען באקאנטען hoop ring שפילצייג וואס די קינדער שפילען זיך.
71fI03hptzL._AC_UF1000,1000_QL80_ (1).jpg
71fI03hptzL._AC_UF1000,1000_QL80_ (1).jpg (121.08 KiB) געזען 1065 מאל
איז אזוי. די זון דרייט זיך ארום די רינג און מאכט יעדע 24 שעה א פולען רינג. ווען די זון איז און פראנט פון די אינגעלע לויט די אויבען דערמאנטע רינג וועלען די לענדער און פאראנט זיין טאג און אין די לענדער און בעק זיין טונקעל און די זעלבע פארקערט.

אבער ווער סקען די געים ווייסט אז די רינג קען אמאל זיין אויבען פון די אינגעל נעבען די קאפ און אמאל קען עס זיין נידריגער נעבען די פיס. איז ממילא די זון דרייט זיך טאקע ארום און די רינג איינמאל און 24 שעה אבער אמאל דרייט ער זיך אויבען און אמאל אונטען.

דאס איז ממש וואס די זון טוט במשך די יאר ארום אונזער וועלטעל.
און די זומער דרייט זיך די זון ארום (יעדען טאג פון מזרח צו מערב) נאנט צו די קאפ פון די אינגעלע.אויבען פון די וועלט וואס ווערט אנגערופען צפון העולם דארט ווי ארה"ב קאנאדע א"י און אייראפע איז. אשר על כן איז ווארים פשוט ווייל די זון איז נענטער צו אינזערע מדינות. ווי אויך איז די טאג לענגער וויבאלד די זון איז נענטער האט מען א מעגליכקייט עס צו זעהן פאר לענגער. ווידער און די ווינטער דרייט זיך די זון ארום ביי די פיס פונעם אינגעלע אדער ווי סווערט אנגערופען דרום וועלט ממילא זענען די לענדער און דרום העולם ווי אוסטרליה דעמאלטס ווארים.

ניסן און תשרי איז די רינג פונקט אינמיטען פון די וועלט נעבען קו המשווה ממילא איז די וועטער רעגאל מעסיג ווי אויך זענען די טעג נישט צו קאלט ווי אויך נישט צו הייס.
דאס איז די חודש האביב. אדער ווי די גמרא זאגט און סוטה אויף די פסוק און תהילים מוצאי אסירים בכושרות אז די באשעפער האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים בכושרות און די זמן פון יאר וואס די וועטער איז כשר לא חמה ולא צינה.
seasons.en.jpg
seasons.en.jpg (56.19 KiB) געזען 1065 מאל
איז אזוי. ווייסען מיר שוין פארוואס ווען דא איז ווינטער איז דא זומער און אזוי אויך פארקערט. אבער טאטע לעבען כהאב דאך געפרעגט נאך קשיות זייט אזוי גוט און ענטפערט א תירץ.

איז אזוי. דא איז ווי סקומט אריין די קאנסעפט פון Latitude און Longitude.
וואס דאס מיינט איז אז מען נעמט די גלאב און מען צעטיילט עס אויף סלייסעס. זעה די בילדער. סאיז דא די Longitude דאס זענען די ליינס וואס לויפען פון אויבען צפון ביז אינטען דרום. סאיז דא 24 אזאלעכע ליינס. צוטיילט לויט די 24 שעה פון די זייגער. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך ועוד חזון למועד אי"ה.

וואס אונז ווילען צוקומען און די יעצטיגע שמועס איז די Latitude ליינס. דאס זענען די ליינס וואס לויפען און די ברייט פון די וועלט. איז אזוי, די באקאנסטע פון דיע איז די קו המשווה אדער ווי סווערט אנגערופען אויף ענגליש Equator. דאס איז די ליין וואס צוטיילט די וועלט פונקט אויף האלב.

בילד

בילד

בילד

די ליינס אדער די ווייטקייט פון א פלאץ צו די קו המשווה ווערעט אנגערופען און די ספרים מעלות אדער און ענגליש Degree.
א פלאץ אביסעל העכער פון די קו המשווה וועט זיין ארום 10 דעגריי העכער, נאך העכער וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.

ווי געשמועסט אויבען דרייט זיך די זון און זומער אויבען פון די וועלט. ביי ניסן דרייט ער זיך ארום די קו המשווה און גייט יעדען טאג העכער און העכער. אזוי גייט עס ארויף ביז 23 און נאך אביסעל מעלות (Degree) העכער די קו המשווה. איינמאל ער דערגרייכט 23 הייבט ער אן אראפצוגייען ביי תשרי איז ער צירוק ביין קו המשווה און ווינטער גייט ער אראפ ביז 23 און א משהו אינטער די קו המשווה.

ווי נענטער איר וואוינט צום קו המשווה, אלעס ווארמער און לענגער וועט די טאג זיין פאר אייך. ווי העכער צו צפון איר וואוינט, אלץ קעלטער און קלענער וועט אייער טאג זיין פשוט ווייל ווי געשמועסט וועט די זון קיינמאל גיין העכער 23 מעלות פון די קו המשווה.

נא ווי ווייט זענט איר פונעם קו המשווה?!

לאמיר זעהן.

פלארידע איז בערך 25 מעלות העכער קו המשווה דאס הייסט אז טון די זומער איז די זון ממש העכער די קאפ. צוליב דעים איז זומער זייער הייס דארט. און אפילו ווינטער איז ווארים צוליב דעים וואס אפילו ווען די זון איז אונטען איז עס נאך אלץ נאנט.

ניו יארק סיטי איז 40 מעלות

אפסטעיט 41

מאנטריאל 45

לונדון 51

ירושלים עיר הקודש 31

אזוי ווייטער. איר קענט נוצען די לינק צו אויפקוקען אייער לאקאציע.
https://www.mapsofworld.com/lat_long/toronto.html

מיט די אלע נומבערס קענט איר אליינס זעהן ווי אויף די וועלט איר שטייט און פארוואס ביי אייך איז קאלט אדער ווארעם א לאנגע טאג אדער קורצע טאג.און אלע פראגעס ווערען פארענטפערט כמין חומר.

די מפרשים אויף די פסוק און פרשת נח עוד כל ימי הארץ זרע וגומר זענען מסביר אז פאר די מבול האט זיך די זון שטענדיג ארום געדרייט ארום די קו המשווה און אגאנץ יאר איז געווען א מעסיגע וועטער. פון די מבול און ווייטער האט די באשעפער געבויגען די גלגל חמה.

זאל די אייבישטער אז זאל זיין כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות. ווען משיח וועט קומען וועלען די גלגלים זיך צוריק אויסגראדן. במהרה בימינו אמן.

פילט פריי צו פרעגען פראגעס און איבער לאזן אייער פידבעק.
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

געוואלדיג, גרינג בעטעמ׳ט אין געשמאק צי ליינען, יישר כח!!
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך קלאר!!

דו ווערסט נאר בעסער און בעסער.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:30 pm
הערליך קלאר!!

דו ווערסט נאר בעסער און בעסער.
די אלע גוטע ווערטער געבען חיזוק אויף ווייטער אנצוגיין.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

נעקסט לעוועל, זייער קלאר.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער זייער קלאר אין גאר רייך אין געשמאק צו ליינען!!
קיפ איט אפ!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הערליך!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8607
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

זייער הנאה געהאט צו ליינען!

שכח, כ'ווארט אויף נאך סחורה פון דיין אוצר...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

גאר געוואלדיג !!

למעשה זענען אמאל דא געגענטער וואס זענען ממש איינס נעבן דו צווייטען, און ס'איז דא א גרויסע חילוק אין די דעגרי (למשל א בארג און א טאל א.א.וו.)
arender האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:21 pm
מחאות קעגן יחידים, אפי' ציונים וכופרים איז נישט ערלויבט כפי תקנות המקום.
אוועטאר
העלאוקיטי
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

זייער אינטערעסאנט.

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די שפילצייג רופט מען hoop ring.
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

מאסיוו!

אריינגעפאלן יעצט ערב יו"ט, סע א פיינע דעטאקס פון די אנגעשטרענגקייט...
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך הערליך
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

@בריטיש עירוועיס פיינע ווארע
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וועט איר דאך אוואדי פרעגן אויב אזוי פארוואס אנטווערפען וואס איז אויך 51 אזוי ווי לונדון פארוואס איז דארט מוצאי שבת זייער שפעט צומאל?

פאר די תירץ וועט איר דארפן ווארטן פאר חלק ב'
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 8:01 am
וועט איר דאך אוואדי פרעגן אויב אזוי פארוואס אנטווערפען וואס איז אויך 51 אזוי ווי לונדון פארוואס איז דארט מוצאי שבת זייער שפעט צומאל?

פאר די תירץ וועט איר דארפן ווארטן פאר חלק ב'
אינז ווארטן טאקע
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”