א) איבער איבארטן איז דא צדדים לכאן ולכאן, אין ווי יעדע מחלוקה איז דא עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, אבער אויף אביסל צו פארשטיין די נושא, רוב אמעריקאנער זענען אויף די דעמעקראטישע זייט ביי די נושא, אין לויט רוב אנאליסטן האבן די רופאבליקאנער פארלוירן די וואלן צוליב זייער שטעלונג אויף עבארשן... אין פארשטייט זיך אז קיין איין סטעיט רעדט ניטאמאל פון לאזט הרגענען קינדער נאכן געבוירן ווערן, דאס איז א רעפובליקאנער ליגנט וואס דיסענטס האט געמוזט מודה זיין אז ער האט סתם געמאכט א בולבול
לייג אויף איין זייט "גארנישט קיימאל" און אויף דער אנדערע זייט "אלעמאל" אינקלודינג א צייט נאכ'ן געבוירן, און יעצט פרעג רוב אמעריקע צו וועחכע זייט זיי זענען נענטער, דאס אז רוב אמעריקע איז נענטער צו גי אלעמאל זייט איז א פלעינע בעלאוני מעשה, רוב אמעריקע איז נענטער צו די קיימאל זייט (כאטש היבש אפגערוקט, אבער זיכער נענטער ווי צו די אלעמאל זייט), דאס איז איינע פון די לינקע געלונגענע נערעטיווס וואס זיי שטיפן, דעמעקראטן זענען די עקסטרעמע דא, נישט ריפאבליקאנער.
עס איז נישט קיין ליגנט, א פערמענינטע פאליטישאן (גאווענער גאר? ברויך איך אויפזוכן) האט דאס אפיציעל געזאגט ביי א אינטערוויא אז ער איז אקעי אין פאל פון א אומגעוואונטשענע מזל טוב אז די עלטערן און די דאקטאר זאלן האבן א שמועס און מחליט זיין וואס מען טוט, וועל איך בל"נ אויפזוכן און ברענגען.
די ווייסט אז די קענסט רעדן מיט א גלייכגילטיקייט איבער טיק-טאק אין פארקויפן לאקשן וואס משרייבט צוליב וואס רוב לייענער דא האבן נישט קיין צוטריט צו דעם.. אבער פון די צענדליגער פאוסטוס זיי אזוי גוט אין ברענג כאטש איין ווי א אפיציעלע דעמעקראטישע שישקע צו סתם א אנערקענטע פארטיי אקטיוויסט פארלאנגט טויט שטראף פאר איינער וואס האלט אנדערש ווי זיי
נאכאמאל, די חברה (וואס ווי דו אליינס זאגסט שפעטער זענען זיי מער אין צאל ווי אידן אין אמעריקע) האבן א אויער ביי די דעמעקראטישע שישקעס, און צוביסלעך מאכן זיי מער און מער פארשריט, און דאס איז ווי די רוב חלק אינגערע דעמעקראטן זענען, לעבן מיינט ביי זיי זערא, און די אלטגעזעסענע פריצים רעכענען זיך גאר שטארק מיט זיי צוליב עלעקשאנס.
ב) אמעריקע מיט איזרעל האבן שוין א לאנגע היסטאריע מיט אפס אין דאונס, אמעריקע איז אויף מדינת ישראל'ס זייט אבער ווי עס גייט אין פאליטיק נאכדערצו מיט אזא ווילדע לאנד ווי מדינת ישראל, געשעהט יעדע פאר יאר א שטיקל פרשה, (אפשר אויב די עולם איז אינטערעסירט וועט מען מאכן א שטיקל באשרייבונג איבער די נושא,
נישט ווען עס קומט צו אמעריקע'ס אפיציעלע שטעלע, וועלכע פרעזידענט אויסער אבאמע האט ברבים אראפגעריסן די מדינה און\אדער איר פירער?
ג) ביידנס פאלעסי איז אלס געווען מער לויז ווי די רעפובליקאנער, צוליב זייער שיטה אז מדארף רחמנות האבן אויף גאטס באשאף אפילו אויף נישט ריינע ווייסע, ווען די רופאבליקאנער וואלטן ווען טאקע געמיינט אמעריקע'ס טובה וואלטן זיי ווען פארהאנדלט מיט די דעמעקראטן א דיעל ווי ביידע געבן נאך אביסל, דאס אז זיי ווילן גארנישט נאכגעבן אפילו זיי ווייסן אז אינטער ביידנס זייגער גייען זיי גארנישט באקומען אן א דיעל ווייזט ווי ערנסט זיי זענען איבער די נושא...
זייער א שיינע דרשה, קיין ענפער אויף מיין פראגע אידאס אבער נישט, זיי ביטע מסביר ביידען'ס גרעניץ פאלעסי סוף 2021 ווען מייאורקעס האט זיך אויפגעטהון אז זיי האבן צוריקגעדרייט מער טראמפ גרעניץ פאלעסיס ווי ער קען ציילן.
ד) יעדער ווייסט אז די רופאבליקאנער אין קאנגרעס ווילן יא געבן געלט פאר אוקריינע נאר זיי האבן מורא פון טאקער קארלסאן וכת דילה, אין טאקע אים באשולדיקט מען אין זיין א רוסישע פאפעט
ביידן לייגט ארויף שווערע סאנקציעס אויף איראן, ער האט ערלעדיגט אז די אי-יו זאל אויך ארויף לייגן פרישע סאנקציעס, ער הערט נישט אויף צו רופן פאר חאמאס צו באפרייען די משכנות אין פאר מדינת ישראל צו מאכן א צייטווייליגע סיס-פייער
וואס זענען סאנקציעס ווערד ווען זיי ווערן נישט אינפארסירט? איט'ס אאל טאלק! איראן אונטער ביידען מאכט א לעבן און שארט גאלד.
יא סאיז געווען מענטשן וואס האבן געריסן פאוסטערס, אבער צו באשולדיגן ביידן אדער די דעמעקראטישע פארטיי אין דעם איז קינדעריש אין נאיוו, אין איך קען נישט קאמענטירן איבער די רופן פאר איינגעהאלטנקייט תיכף נאך די אטאקע, צוליב וואס כהאב עס נישט געזעהן
ווי געשריבן פריער, דאס זענען די אינגע דעמעקראטן און די פריצים ווילן זיי נישט אויפרעגן, און ווען עס זאל זיי ווען באדערן וואלט יעדע דעמעקראטישע שישקע פארדאמט די אפענע רופן פאר אידיש בלוט און גערופן אויף כאמאס צו באפרייען משכונות איידער'ן אפי' דערמאנען א סיספייער.
אין איבער ארויף לייגן סאנקציעס אויף אידישע טעראריסטן פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דיין פראבלעם איז, פארוואס די פארשטייסט אז אויב מאיז א איד זאל אמעריקע שטעלן א בלינד אויג צו דעם, נאכדערצו ווען אמעריקע איז דער וואס האלט אויס מדינת ישראל....
אויף א איזרעילישע מיליטערישע פליגל, העלא?
ה) אויף די נושא וויל איך נישט קאמענטירן צוליב וואס סקען זייער שנעל גורם זיין צו א חסימה
שיינע וועג ארויס