ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?
טייל זענען גאר אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג ווי בנימין (באגסי) סיגל, לעפקא בוכהאלטער, הערשל (הערי) גרינבערגער. ועוד ועוד.
טייל זענען אויפגעוואקסן אין אנדערע חלקים ניו יארק איידער אייראפע. אזא שטייגער ווי מאיר לענסקי, יעקב ארגאן (ארגאנשטיין) ועוד ועוד.
איך האב מיר אנגעשטויסן ליינענדיג וועגן זיי, מיט א נאמען הערי (הערשל) טייטלבוים. ער איז געווען פון די סאמע הויעכע שישקעס אין די קבוצה. אויף אזוי ווייט, אז ווען די פאליציי האט געמאכט אן איבערפאל און ארעסטירט די אנפירער ביי אזא מיטינג, ער איז דארט געווען.
אויפן בילד קען מען אזוי, פון רעכטס צו לינקס:
לעפקא בוכהאלטער (געהרגט געווארן יארן שפעטער, דורך די עלעקטערישן בענקל)
הערשל גרינבערגער (געהרגט געווארן דורך לעפקא יארן שפעטער)
הערשל טייטלבוים
בנימין (באגסי) סיגל (געהרגט געווארן דורך די מאפיא יארן שפעטער)
גדליה עסטרייכער (יוסף ראזען, א פאלשע נאמען זיינעם)
פראבירנדיג צו טרעפן מער אינפארמאציע, האב איך זיך באגעגענט מיט נאך א טייטלבוים. דאס מאהל מיטן נאמען בנימין. קוק בילד פון איין ארטיקל. עפעס האט ער געהאט צו טוהן מיט זיי לט"ב ולמוט"ב.. ב.
ביים טרויעדיגע בארימטע ווארשע אויפשטאנד קעגן די נאציס, איז געווען א מיידל וואס איז געווען דארט פון די אנפירער. זי אליינס האט געהרגט 4 נאציס. די וועג ווי אזוי מרופט איר איז Niuta Teitelbaum.
אירע עלטערן זענען געווען ארטאדאקסישע אידן פון לאדש.
דעם נאמען טייטלבוים קומט דאך פונעם ישמח משה, בין איך נייגעריג צו וויסן די יחוס פון אט די 3 טייטלבוים’ס. זענען זיי אייניקלעך פונעם ישמח משה? ווי אזוי? וכו
נ.ב. לכבוד חול המועד האב איך זיך ערלויבט אזא קעפל...