Re: זענען Non compete אגרימענטס יושרדיג?
פון די אנדערע זייט וועלן בעלי בתים טענה'ן,צולייגער האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 28, 2024 1:05 pmאון איך זאג, דאס וועט צווינגען ביזנעסער צו צאלן בעסער פאר טאפ לעוול ארבייטער, כדי צו קענען געדעקט ווערן מיט א נאן קאמפיט.
און ווי אנדערע האבן דא געזאגט, נאן קאמפיט וואס פארבאט דעם ארבייטער פון גיין צום קאמפאטישן איז נישט אידיש, נישט מענטשליך, און אין רוב פעלער סתם וואנזיניג, ווען זייער ווייניג זאכן זענען היינט א עכטע מיליטערישע סיקרעט, דער קאמפאטישן ווייסט דאס סייווי למחצה לשליש ולרביע, און אויב נישט גייט דאס דער ארבייטער נישט טוישן, אבער למעשה בינדט דאס סתם דעם ארבייטערס האנט פאר גארנישט און פאר נישט. יאנאש רעדט דערפון כאילו מ'קען דאס טוהן, ווען אין פאקט איז דאס אינקלודעד אין רובא דרובא פון היימישע נאן-קאמפיט'ס.
א אינגערמאן קומט אריין לאמיר זאגן אין א טרעוול עידשענסי, ער לערנט זיך אויס די אינדוסטריע, אלע טריקס און קונצן און מהלכים, ער איז דארט פאר אפאר חדשים און נאכדעם גייט ער אליינס..
און דאס איז מעשיות וואס געשעהן יעדן טאג.
ישתבח שמו!