קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה
ווי אסאך האבן מיטגעהאלטן איז די פארלאפענע שבת פארגעקומען א מכשול ווען אן אומפאסיגע אשכול איז געעפענט געווארן ווען דא איז שוין געווען שבת, און ווי פארשטענדליך איז יעדער געווען שאקירט אז אזא מכשול האט געקענט פארקומען דורך איינעם בתוכנו.
צום ערשט דארפן מיר זיך אנטשולדיגן אז אזאנס האט געקענט פאסירן, און כאטש מיר פרובירן דאס בעסטע פון אונזער זייט איז אפי׳ איין אזא פאל צו סאך, וה' הטוב יכפר.
מיר ארבעטן נאך קלארצושטעלן די פרטים, אבער לויט די אינפארמאציע וואס מיר זענען דורכגעגאנגען איז דאס לויט אלע ווארשיינדליכקייטן געטון געווארן דורך פרעמדע וואס האבן געלייגט אן האנט אויפן ניק נאך וואס יענעמס פעסווארד איז געהעקט געווארן, און נישט דורך א מחלל שבת ח"ו. (די תגובה איז עווענטועל געמעקט געווארן דורך א צווייטער וואס האט באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל ווען ביי יענעם איז שוין געווען נאך שבת)
די הנהלה פון אונזער זייט וועט בעז״ה ארבעטן אויף א מהלך צו פארמיידן אזאלכע און ענדליכע מכשולות פון קענען פאסירן חלילה, און פארבעסערן די איבערזיכט ווען אין ניו יארק איז שבת אדער יו״ט. אבער אין די זעלבע צייט טוען מיר נאכאמאל דערמאנען אז כאטש די סיסטעם לאזט אדורך גרינגע פעסווארדס, זאל מען אבער זען צו האבן א קאמפלעצירטע פעסווארד וואס איז שווער צו ברעכן (אפפער-קעיס און לאוער-קעיס אותיות, סימבאלן, און ווי לענגער) און זען עס צו טוישן יעדע שטיק צייט.
ויה״ר אז ס׳זאל מער נישט ארויסקומען קיין מכשולות און מען זאל קענען ווייטער האלטן אונזער / אייער וועלטל אויפן העכסטן ניווא בס״ד.