נייע און אומריכטיגע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען
אריגינעל האצעך עס אנגעהויבן מיט׳ן וועכנטליכן אבזערוואציע איבער׳ן מאמענט דעקל, וועלנדיג זען צי זיי האבן טאקע דעם קרוין פון פראפעסיאנעליטעט אין אידישער גראמאטיק, ווי איינער האט זיך געהאט אויסגעדריקט (ביסט דא?), אבער ביים פסח׳דיגן אנאליז פון מאמענט איינס און שטיבל איינס און צוויי , זעענדיג אז אן איבערזיכט איבער די ווערטער און אויסלייג וועט פאדערן מער ווי א שורה׳לע צוויי, און אויך נאכ׳ן האבן א שטיקל דיסקוסיע מיט עטליכע ניקס איבער אן אנדערן צייטונג און זייערע גרייזן אויף די דעקלעך, און שטייצעך נאך פיל בקשות פון… אקעי, הערויף. בקיצור, זעמיר געקומען צו דער מסקנא אז ס׳פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול.
די פראבלעם איז אז אויב הייבט מען אן מיט אפילו נאר א ליסטע פון ענגלישע ווערטער, וועלעך קיינמאל ענדיגן (און איך רעד דווקא פון ווערטער וואס האבן א פשוט׳ן אפטייטש אין אידיש, און נישט ביי קיין סייענטיפישע אדער טעכנאלאגישע ארטיקלען). נאכער זענען דא די אליין פאבריצירטע ווערטער, ווי שטיבל טוט אסאך, און נאכדעם די מער פשוט׳ערע גראמאטיק גרייזן (נישט ספעלינג, דאס גיי איך דווקא נישט ברענגען, טייפאוס מאכט זיך ביי יעדן - און מיט דעם איז עס אויך אנדערש פון די ״טעותים אין צייטונגען״ אשכול), וואס וועט פאראינטערעסירן נאר די קרוינונגס באטייליגטע.
ווילעך פשוט וויסן ווי א גרויסע ליסטע איז אינטערעסאנט צו ברענגען פון יעדן סארט, אדער אפשר איז קיינער בכלל נישט אינטערעסירט דערין, וואס דאן נעם איך איין א גלעזל אראנדזש דזשוס און איך פוצמעך אפ פון דא רייט עוועי.
נ.ב. ווי שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, נעם איך די רעכט צו שרייבן גרייזיג סיי אין אויסלייג און סיי און גראמאטיק, און קען נישט געניצט ווערן צו ווייזן צי א ווארט נאכגעברענגט דא איז יא ריכטיג אדער נישט.
נ.ב. צוויי, מנהלים ביטע איבערלאזן דעם אשכול דא אין אויסגאבעס פארום. קאמענטירער, דעבאטעס איבער ספעציפישע גראמאטיק אדער שפראכליכע ענינים ביטע אריבערפירן אין די דעזיגנירטע אשכולות אינעם שפראך פארום.