נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

וואו מ׳טרעט נאר אין דער היימישער ליטעראטור, טוצעך א פלייץ און א שפע פון נייע ווערטער, אויסדרוקן, און מליצות. איז אינטערעסאנט אמאל טיפער אריינצוקוקן צווישן די צייטונגען און מאגאזינען, ווער ס׳ברענגט באמת א חידוש צום טיש, ווער ס׳קייט איבער אן אלט געקעכץ, ווער ס׳בויט אנע פערמיטן, און ווער ס׳איז סתם פויל צו זוכן דאס ריכטיגע ווארט און ניצט א פרעמד ווארט אנשטאט.

אריגינעל האצעך עס אנגעהויבן מיט׳ן וועכנטליכן אבזערוואציע איבער׳ן מאמענט דעקל, וועלנדיג זען צי זיי האבן טאקע דעם קרוין פון פראפעסיאנעליטעט אין אידישער גראמאטיק, ווי איינער האט זיך געהאט אויסגעדריקט (ביסט דא?), אבער ביים פסח׳דיגן אנאליז פון מאמענט איינס און שטיבל איינס און צוויי , זעענדיג אז אן איבערזיכט איבער די ווערטער און אויסלייג וועט פאדערן מער ווי א שורה׳לע צוויי, און אויך נאכ׳ן האבן א שטיקל דיסקוסיע מיט עטליכע ניקס איבער אן אנדערן צייטונג און זייערע גרייזן אויף די דעקלעך, און שטייצעך נאך פיל בקשות פון… אקעי, הערויף. בקיצור, זעמיר געקומען צו דער מסקנא אז ס׳פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול.

די פראבלעם איז אז אויב הייבט מען אן מיט אפילו נאר א ליסטע פון ענגלישע ווערטער, וועלעך קיינמאל ענדיגן (און איך רעד דווקא פון ווערטער וואס האבן א פשוט׳ן אפטייטש אין אידיש, און נישט ביי קיין סייענטיפישע אדער טעכנאלאגישע ארטיקלען). נאכער זענען דא די אליין פאבריצירטע ווערטער, ווי שטיבל טוט אסאך, און נאכדעם די מער פשוט׳ערע גראמאטיק גרייזן (נישט ספעלינג, דאס גיי איך דווקא נישט ברענגען, טייפאוס מאכט זיך ביי יעדן - און מיט דעם איז עס אויך אנדערש פון די ״טעותים אין צייטונגען״ אשכול), וואס וועט פאראינטערעסירן נאר די קרוינונגס באטייליגטע.

ווילעך פשוט וויסן ווי א גרויסע ליסטע איז אינטערעסאנט צו ברענגען פון יעדן סארט, אדער אפשר איז קיינער בכלל נישט אינטערעסירט דערין, וואס דאן נעם איך איין א גלעזל אראנדזש דזשוס און איך פוצמעך אפ פון דא רייט עוועי.

נ.ב. ווי שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, נעם איך די רעכט צו שרייבן גרייזיג סיי אין אויסלייג און סיי און גראמאטיק, און קען נישט געניצט ווערן צו ווייזן צי א ווארט נאכגעברענגט דא איז יא ריכטיג אדער נישט.

נ.ב. צוויי, מנהלים ביטע איבערלאזן דעם אשכול דא אין אויסגאבעס פארום. קאמענטירער, דעבאטעס איבער ספעציפישע גראמאטיק אדער שפראכליכע ענינים ביטע אריבערפירן אין די דעזיגנירטע אשכולות אינעם שפראך פארום.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

@רויטע קרעיאן @נעכטן @וואסערמעלאנע @שטארק זיך @Discombobulated @מיסטעריעז

עטס זענטס געלאדנט צום צירקוס, יאללא…
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

סא לאמיר אנהייבן מיט שטיבל. אין גראמאטיק גייעך בכלל נישט אריין, ווייל ווי דערמאנט פאקוסירט שטיבל בכלל נישט אויף גראמאטשער אויסגעהאלטנקייט. אבער ס׳איז אינטערעסאנט אריינצובליקן זען נייע/אלטע ווערטער וואס נישט אלעס וועט מען טרעפן ערגעץ אנדערש.

דיסקלעימער: כ׳ביניש קיין פוסק אחרון, אדער בכלל א פוסק, און איך ביניש דא צו פסק׳ענען אז די אלע ווערטער זענען אומריכטיג אדער דארפן נישט געניצט ווערן, דאס זאלן די מבינים זאגן.

צום ענין, פון די ווערטער אין דעם פסח׳דיגן שטיבל זענען דא פרעמדע ווערטער וואס מ׳ניצט שוין זייער לאנג (לאנג מיינעך עטליכע אדער מער יאר) אין אויסגאבעס און צייטונגען, און כ׳בין נייגעריג צי ס׳האט א מקור און פארוואס מ׳האט עס אנגעהויבן ניצן. א שטייגער ווי דאלמעטשער, סעקולאר, מידיע, מאלל, אימפאקט, עקספיריענס, עקספערטיז, דעזיינט, אפעקט, מענעדזשער, וועירהאוז, מיטינג, עמערדזשענסי, אימפלעמענטירט, דזשודעיקא, באקס, סקעדזשועל, פארקינג לאט. פון דעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן אפטייטש אין אידיש, און אנדערע נישט קיין געהעריגע, אבער פונדעסטוועגן זענען זיי שוין באניצט אינעם היימישן וואקאבולאר, אפגערעדט צי ס׳איז ריכטיג צי נישט. אויף שטיבל קענסטע זיכער נישט האבן קיין טענות.

דערנאך זענען דא ווערטער וואס האבן א שווערן אדער קאמפליצירטן אפטייטש אין אידיש, און שוין לאנג וואס מ׳פלאגצעך ארום מיט דעם, ווי ״טשאלענדזש״ למשל. אבער אין שטיבל ווערט עס געניצט מערערע מאל, ווי אן אפיציעלע ווארט. ״טיעם״ ווערט אויך געניצט, אפילו ס׳האט א פשוט׳ן טייטש, אבער מ׳רופט עס למעשה אזוי. א טיעם פון גויים, פיין. קומט לכתחילה מיט שטרעכלעך.

דאן זענען דא ווערטער וואס מ׳קען נישט עכט איבערטייטשן, און ווען יא וועט עס שוין אביסל צעפאטשקען דעם טעקסט. למשל פאנדרעיזער, ברענד, אינהאוז, סייט, שאו, לענס, זומט, באבי-פין. אבער דאס איז ביי פלעצער וואו מ׳קען נישט עכט ניצן קיין אנדערע ווארט. א קאמערע האט א לענס, און מ׳זומט דערמיט, ניין?

דא קומט א שטיקל אינטערעסאנטע חלק, דאס איז שטיבל׳ס ווערטער פראדוקציע און מאדיפיצירונג פראגראם. כ׳האב נישט אויפגעכאפט קיין סאך דערפון דעם פסח, אבער קען זיין אז כ׳בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם אין שטיבל אז כ׳האב עס נישט אויפגעפאסט. ווערטער ווי ריזן (לכאורה פארגרייזט פון ריזיג), מאטיוויזירן (אנשטאט מאטיווירן. אקעי, גייט שוין אריין אין גרעמער), מאקסימיזירן, באשייגעצן (פארדרייט פון בא׳שגצ׳ן, זאל ער אויך שרייבן גאנווענען. אדער איז עס שוין אריינגעגעסן אזויווי באהאוונט? ווייסעכניש…), אקטיאריסטישע (פון אברמי הירש, מיר גאנץ געפאלן, אבער וואלט געקענט זיין קורצער, אקטיארישע), וויזואלער (visual, ויקרא שמו בשטיבל וויזועל).

אבער נאכדעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן באניצטן אפטייטש אין אידיש, אבער מאיזה סיבה שהוא איז דער שרייבער פויל צו ניצן זיין קאפ, און ניצט א ענגלישע ווארט. דא קומען נישט אריין די תירוצים ווי ״ס׳וועט פארשווערן דעם ריטם״, אדער ״דער ליינער וועט נישט וויסן וואס ס׳מיינט״, מ׳רעדט פון פשוט אידיש טייטש.

ווערטער ווי בעקגראונד, פעקטארי, האוזוועיר, פורנישינג, פעקעדזשעס, וואויסנאוטס, דעווייסעס (צ״ע), וועליו, סעיפטי, סטופיד, סקול, מעסעדזשעס (נישט פון א טעלעפאן), פיקסן, אבליגאציע, קוקיס, קעיס (וואסער), קעיר נעמען, האבן נישט קיין שום פשט, אויסער אז דער שרייבער איז פויל, און רעספעקטירט נישט זיין אייגענעם שפראך. מסכים.

א כלל וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א שפראך קענער, און האט אן אמת אין זיך אויך. זאכן וואס זענען ניי, נייע פאטענטן, טואונגען, און קאנצעפטן, קען מען מקיל זיין צו שרייבן וויאזוי מ׳רופט עס, נאך אלעם איז שווער נאכצוקוקן וויאזוי ״מ׳וואלט״ עס גערופן אין אידיש. אבער זאכן וואס זענען געווען אמאל, האבן אלע א ווארט אין אידיש. ״סעיפטי״ איז שוין געווען אין תרח׳ס צייטן, און "געפיקסט״ האט שוין נח די תיבה.

וואס ווילעך דא? גארנישט. אממ… יא, כ׳וויל הערן איבער די ווערטער, וואו נאך ס׳שטייט, און צי אידיש איז נישט אין געפאר פון אונטערגאנג מיט אזא מהלך.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובה דורך איטשע »

פארוואס ברענגסטו נישט אהער די ריכטיגע איבערטייטשונג אין יודיש, ירא הקהל וישפוט.
אגב, וואס איז די באדייט פון די ווארט וואס די נוצט ״ביניש״?

איטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:35 pm
פארוואס ברענגסטו נישט אהער די ריכטיגע איבערטייטשונג אין יודיש, ירא הקהל וישפוט.
אגב, וואס איז די באדייט פון די ווארט וואס די נוצט ״ביניש״?
אז דערוילעם וועט וועלן וועל מיר גערן ברענגען, ביזדערווייל איז דא ליידיג. אה, קוק די טיר עפנצעך… אה, ס׳איז די ווינט, דיסריגארד.

״ביניש״ איז צוזאמגעשטעלט פון ״בין נישט״, און געפינצעך אינעם אייוועלטישן וואקאבולאר. פאר מער קוק דעם נ.ב. אינעם ערשטן תגובה.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ווען איך ווייס ווען אז איינער וועט אזוי גרינטליך אפלערענען יעדעס ווארט...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:32 pm
ווען איך ווייס ווען אז איינער וועט אזוי גרינטליך אפלערענען יעדעס ווארט...
היער איז יור מיסטעיק… איך זע טאקע די פרטים גרינטליכער, אבער יעדער ליינער כמעט פילט צי דער ארטיקל איז געשריבן מיט א ליטערארישן שפראך אדער סתם געשאסן נידריג שפראכיגע ווערטער.

אזוי זאגן די עקספערטן, נישט איך.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

ווינטשענוואניע וואס מיינט? אין דער איד פאריגע וואך
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:51 pm

נאו קלא. וואו איז עס געשטאנען?

בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:00 pm

א. שרייבער ארטיקל לעצטע פאראגראף זייט 37
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:07 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:00 pm
נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:51 pm
ווינטשענוואניע וואס מיינט? אין דער איד פאריגע וואך
נאו קלא. וואו איז עס געשטאנען?
א. שרייבער ארטיקל לעצטע פאראגראף זייט 37
נישט נאכגעקוקט, אבער קוקט אויס ווי עפעס וואס איז פארגעקומען אין חאלאמאנאווענטשעניק.
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זייער שיין @בלוט בלבול .

דער נושא פון ענגלישע ווערטער איז טאקע זייער קאמפליצירט, ווי ס'זעט זיך אן צווישן דיינע שורות. מ'קען נישט קאלירן דאס גאנצע בילד שווארץ אדער ווייס.

צוערשט ווענדט זיך עס ווי גוט דאס אידישע ווארט איז, ווי פינקטליך ס'טייטשט דאס ענגלישע, ווי באקוועם די ליינערס זענען מיט'ן אריגינעל-אידישע, און דער סטיל פונעם ארטיקל (פארמעל אדער קרעטשמעריש). דערנאך ווענדט זיך עס אוודאי אויך אינעם געשמאק פונעם שרייבער, צי ער וויל נוצן מער לשון המדוברת אדער ענדערש זיך האלטן פראפעסיאנעל. און צום לעצט וועט מען צומאל זוכן צו נוצן דאס אידישע ווארט, אבער ווען ס'פעלט זיך אויס א סינאנים וועט מען אפירקראצן עפעס ניי.

מ'דארף אויך וויסן אז ס'איז א גרויסער חילוק צי דאס ווארט קומט טאקע פון ענגליש, אדער ס'איז א לאטיינישע ווארט וואס אלע אייראפעאישע שפראכן האבן אדאפטירט. אסאך מענטשן מישן אויס די צוויי. אין דער מאדערנער תקופה האט די ליטעראטור אנגעהויבן נוצן מערערע לאטיינישע ווערטער, וויבאלד דער וואקאבולאר פארדעם איז נישט געווען גענוג רייך און סאפיסטיקירט. אזוינע ווערטער איז נישט דא קיין שום סיבה אז אידיש זאל איבערלאזן, כאטש אפטמאל זענען מענטשן נישט באקאנט דערמיט, נאכדעם וואס שרייבערס א דור צוריק האבן זיי נישט גענוצט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5435
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:58 am
סא לאמיר אנהייבן מיט שטיבל. אין גראמאטיק גייעך בכלל נישט אריין, ווייל ווי דערמאנט פאקוסירט שטיבל בכלל נישט אויף גראמאטשער אויסגעהאלטנקייט. אבער ס׳איז אינטערעסאנט אריינצובליקן זען נייע/אלטע ווערטער וואס נישט אלעס וועט מען טרעפן ערגעץ אנדערש.

דיסקלעימער: כ׳ביניש קיין פוסק אחרון, אדער בכלל א פוסק, און איך ביניש דא צו פסק׳ענען אז די אלע ווערטער זענען אומריכטיג אדער דארפן נישט געניצט ווערן, דאס זאלן די מבינים זאגן.

צום ענין, פון די ווערטער אין דעם פסח׳דיגן שטיבל זענען דא פרעמדע ווערטער וואס מ׳ניצט שוין זייער לאנג (לאנג מיינעך עטליכע אדער מער יאר) אין אויסגאבעס און צייטונגען, און כ׳בין נייגעריג צי ס׳האט א מקור און פארוואס מ׳האט עס אנגעהויבן ניצן. א שטייגער ווי דאלמעטשער, סעקולאר, מידיע, מאלל, אימפאקט, עקספיריענס, עקספערטיז, דעזיינט, אפעקט, מענעדזשער, וועירהאוז, מיטינג, עמערדזשענסי, אימפלעמענטירט, דזשודעיקא, באקס, סקעדזשועל, פארקינג לאט. פון דעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן אפטייטש אין אידיש, און אנדערע נישט קיין געהעריגע, אבער פונדעסטוועגן זענען זיי שוין באניצט אינעם היימישן וואקאבולאר, אפגערעדט צי ס׳איז ריכטיג צי נישט. אויף שטיבל קענסטע זיכער נישט האבן קיין טענות.

דערנאך זענען דא ווערטער וואס האבן א שווערן אדער קאמפליצירטן אפטייטש אין אידיש, און שוין לאנג וואס מ׳פלאגצעך ארום מיט דעם, ווי ״טשאלענדזש״ למשל. אבער אין שטיבל ווערט עס געניצט מערערע מאל, ווי אן אפיציעלע ווארט. ״טיעם״ ווערט אויך געניצט, אפילו ס׳האט א פשוט׳ן טייטש, אבער מ׳רופט עס למעשה אזוי. א טיעם פון גויים, פיין. קומט לכתחילה מיט שטרעכלעך.

דאן זענען דא ווערטער וואס מ׳קען נישט עכט איבערטייטשן, און ווען יא וועט עס שוין אביסל צעפאטשקען דעם טעקסט. למשל פאנדרעיזער, ברענד, אינהאוז, סייט, שאו, לענס, זומט, באבי-פין. אבער דאס איז ביי פלעצער וואו מ׳קען נישט עכט ניצן קיין אנדערע ווארט. א קאמערע האט א לענס, און מ׳זומט דערמיט, ניין?

דא קומט א שטיקל אינטערעסאנטע חלק, דאס איז שטיבל׳ס ווערטער פראדוקציע און מאדיפיצירונג פראגראם. כ׳האב נישט אויפגעכאפט קיין סאך דערפון דעם פסח, אבער קען זיין אז כ׳בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם אין שטיבל אז כ׳האב עס נישט אויפגעפאסט. ווערטער ווי ריזן (לכאורה פארגרייזט פון ריזיג), מאטיוויזירן (אנשטאט מאטיווירן. אקעי, גייט שוין אריין אין גרעמער), מאקסימיזירן, באשייגעצן (פארדרייט פון בא׳שגצ׳ן, זאל ער אויך שרייבן גאנווענען. אדער איז עס שוין אריינגעגעסן אזויווי באהאוונט? ווייסעכניש…), אקטיאריסטישע (פון אברמי הירש, מיר גאנץ געפאלן, אבער וואלט געקענט זיין קורצער, אקטיארישע), וויזואלער (visual, ויקרא שמו בשטיבל וויזועל).

אבער נאכדעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן באניצטן אפטייטש אין אידיש, אבער מאיזה סיבה שהוא איז דער שרייבער פויל צו ניצן זיין קאפ, און ניצט א ענגלישע ווארט. דא קומען נישט אריין די תירוצים ווי ״ס׳וועט פארשווערן דעם ריטם״, אדער ״דער ליינער וועט נישט וויסן וואס ס׳מיינט״, מ׳רעדט פון פשוט אידיש טייטש.

ווערטער ווי בעקגראונד, פעקטארי, האוזוועיר, פורנישינג, פעקעדזשעס, וואויסנאוטס, דעווייסעס (צ״ע), וועליו, סעיפטי, סטופיד, סקול, מעסעדזשעס (נישט פון א טעלעפאן), פיקסן, אבליגאציע, קוקיס, קעיס (וואסער), קעיר נעמען, האבן נישט קיין שום פשט, אויסער אז דער שרייבער איז פויל, און רעספעקטירט נישט זיין אייגענעם שפראך. מסכים.

א כלל וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א שפראך קענער, און האט אן אמת אין זיך אויך. זאכן וואס זענען ניי, נייע פאטענטן, טואונגען, און קאנצעפטן, קען מען מקיל זיין צו שרייבן וויאזוי מ׳רופט עס, נאך אלעם איז שווער נאכצוקוקן וויאזוי ״מ׳וואלט״ עס גערופן אין אידיש. אבער זאכן וואס זענען געווען אמאל, האבן אלע א ווארט אין אידיש. ״סעיפטי״ איז שוין געווען אין תרח׳ס צייטן, און "געפיקסט״ האט שוין נח די תיבה.

וואס ווילעך דא? גארנישט. אממ… יא, כ׳וויל הערן איבער די ווערטער, וואו נאך ס׳שטייט, און צי אידיש איז נישט אין געפאר פון אונטערגאנג מיט אזא מהלך.
וויאזוי זאגט מען א קעיס וואסער אין אידיש?
שויתי ה' לנגדי תמיד
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳וועל שרייבן א שמועס וואס כ׳האב אמאל געהאט מיט אימיצער וואס האט אונז אפירגעהאלטןף אז מיר שרייבן אביסעלע א העכערע יודיש, אין אונז ארטיקלען.

יענער, א מחנך, האט מיר פארגעהאלטן, היתכן איך מאך מינע ארטיקלען זווערע םאר די יוגנד צו ליינען, מיט נוצן א הויכן שפראף.

האב איך געענטפערט.
1. דאס איז א דבר מוסכם אז ווען מען שרייבט נוצט מען א העכערע שפראך ווי מען רעדט, מנהג העולם.
2. ווי אזוי ווילסטו אז די יוגנד זאל זיך אויסלערנען א שפראך אויב איז מען נישטט געצווינגען זיך צו לערנער די שפראך.
אונזערע יוגנט קומט היינט ארויס פון ישיבה, און זיין קענען ניטאמאל איין שפראך. יודיש בלויז א בעיסיק יודיש, ענגליש מסתמא דאס אויך נישט. ווי אזוי, דו אלס מחנך, ערווארטסטו אז קינדער זאל זיך קענען ארויסברענגען זייערע געפילן, מיט א מינמאלע שפראך? אימיצער וואס קען זיך נישט ארויסברענגען, ניטאמאל מיט זיין מויל, האט א גרויסן פראבלעם, און די פראבלעם ברענגט מיט זיך מיט רעזולטאטן, און די רעזולטאטן זענען נישט געוואונטשן. איך געדענק ווען כ׳האב געלינט אין מיין יוגנד מנחם מנדל׳ס ביכלעך, ווי איך האב געפרעגט מיין פאטער, וואס באדייט דאס ווארט ״גענעראציאן״, ס׳האט מיר עפעס געפעלט?
דאס וואס ס׳זיצן שרייבער און אנשטאטס צו נוצן יודיש, שרייבן זיי האלב ענגליש קומט פשוט פון פוילקייט. צו שרייבט אינוואטאציע אנשטאטס איינליידענונג, פעקאטרי אשנטאטס פאבריק, פעקעזעשעס אנשטאטס פעקליך, איז נישט מער ווי א פוילקייט, ס׳איז פונקט אזוי פארשטענדליך, ס׳איז א פארברעכן צו די יודישע שפראך.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

IMG-20240516-WA0046.jpg
IMG-20240516-WA0046.jpg (93.88 KiB) געזען 378 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
שדופות קדים
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:58 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדופות קדים »

נעכטן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:48 am
IMG-20240516-WA0046.jpg
א שנעלע זוך ברענגט צוויי רעזולטאטן..

search.php?keywords=וואונטשעוואניע&term ... submit=זוך
———
אפדעיט: יעצט שוין דריי…
———
ס׳איז א אלטע אידישע אויסדרוק
אטעטשמענטס
IMG_0562.jpeg
IMG_0562.jpeg (258.88 KiB) געזען 290 מאל
לעצט פארראכטן דורך שדופות קדים אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:47 am
(און איך רעד דווקא פון ווערטער וואס האבן א פשוט׳ן אפטייטש אין אידיש, און נישט ביי קיין סייענטיפישע* אדער טעכנאלאגישע ארטיקלען).
כ'וואלט ערווארטעט פון דיר צו שרייבן *וויסנשאפטליכע.
סיידן ס'גייט אריין אין כלל פון די רעכטן וועלכע דו רעזערווירסט...
לעצט פארראכטן דורך יחליצך אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:58 am
דא קומט א שטיקל אינטערעסאנטע חלק, דאס איז שטיבל׳ס ווערטער פראדוקציע און מאדיפיצירונג פראגראם. כ׳האב נישט אויפגעכאפט קיין סאך דערפון דעם פסח, אבער קען זיין אז כ׳בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם אין שטיבל אז כ׳האב עס נישט אויפגעפאסט. ווערטער ווי ריזן (לכאורה פארגרייזט פון ריזיג), מאטיוויזירן (אנשטאט מאטיווירן. אקעי, גייט שוין אריין אין גרעמער), מאקסימיזירן, באשייגעצן (פארדרייט פון בא׳שגצ׳ן, זאל ער אויך שרייבן גאנווענען. אדער איז עס שוין אריינגעגעסן אזויווי באהאוונט? ווייסעכניש…),
היות אין לשה"ק עקזיסטירט נישט אזא ווארט ווי 'שגץ', נאר ס'איז פאראידישט פון 'שקץ', וועט עס אלעמאל האבן מיינונגס פארשידנהייטן לגבי אויסלייג.

נעם נאר 'שיקסע' פאר א ביישפיל. כ'גלייב נישט אז דו שרייבסט 'שקצה'...

לשיטתך דארף מען שרייבטן 'בעל הבית'יש', 'בעל הבית'טע', 'בעל הבית'עווען'... איז עס מעגליך בכלל?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:43 pm
זייער שיין @בלוט בלבול.

דער נושא פון ענגלישע ווערטער איז טאקע זייער קאמפליצירט, ווי ס'זעט זיך אן צווישן דיינע שורות. מ'קען נישט קאלירן דאס גאנצע בילד שווארץ אדער ווייס.

צוערשט ווענדט זיך עס ווי גוט דאס אידישע ווארט איז, ווי פינקטליך ס'טייטשט דאס ענגלישע, ווי באקוועם די ליינערס זענען מיט'ן אריגינעל-אידישע, און דער סטיל פונעם ארטיקל (פארמעל אדער קרעטשמעריש). דערנאך ווענדט זיך עס אוודאי אויך אינעם געשמאק פונעם שרייבער, צי ער וויל נוצן מער לשון המדוברת אדער ענדערש זיך האלטן פראפעסיאנעל. און צום לעצט וועט מען צומאל זוכן צו נוצן דאס אידישע ווארט, אבער ווען ס'פעלט זיך אויס א סינאנים וועט מען אפירקראצן עפעס ניי.

מ'דארף אויך וויסן אז ס'איז א גרויסער חילוק צי דאס ווארט קומט טאקע פון ענגליש, אדער ס'איז א לאטיינישע ווארט וואס אלע אייראפעאישע שפראכן האבן אדאפטירט. אסאך מענטשן מישן אויס די צוויי. אין דער מאדערנער תקופה האט די ליטעראטור אנגעהויבן נוצן מערערע לאטיינישע ווערטער, וויבאלד דער וואקאבולאר פארדעם איז נישט געווען גענוג רייך און סאפיסטיקירט. אזוינע ווערטער איז נישט דא קיין שום סיבה אז אידיש זאל איבערלאזן, כאטש אפטמאל זענען מענטשן נישט באקאנט דערמיט, נאכדעם וואס שרייבערס א דור צוריק האבן זיי נישט גענוצט.
א כבוד צו האבן גרשון דא. וואלסט געקענט אנצייגן אויף ווערטער אויסגערעכנט וואס דו וואלסט יא געניצט?
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:42 am
כ׳וועל שרייבן א שמועס וואס כ׳האב אמאל געהאט מיט אימיצער וואס האט אונז אפירגעהאלטןף אז מיר שרייבן אביסעלע א העכערע יודיש, אין אונז ארטיקלען.

יענער, א מחנך, האט מיר פארגעהאלטן, היתכן איך מאך מינע ארטיקלען זווערע םאר די יוגנד צו ליינען, מיט נוצן א הויכן שפראף.

האב איך געענטפערט.
1. דאס איז א דבר מוסכם אז ווען מען שרייבט נוצט מען א העכערע שפראך ווי מען רעדט, מנהג העולם.
2. ווי אזוי ווילסטו אז די יוגנד זאל זיך אויסלערנען א שפראך אויב איז מען נישטט געצווינגען זיך צו לערנער די שפראך.
אונזערע יוגנט קומט היינט ארויס פון ישיבה, און זיין קענען ניטאמאל איין שפראך. יודיש בלויז א בעיסיק יודיש, ענגליש מסתמא דאס אויך נישט. ווי אזוי, דו אלס מחנך, ערווארטסטו אז קינדער זאל זיך קענען ארויסברענגען זייערע געפילן, מיט א מינמאלע שפראך? אימיצער וואס קען זיך נישט ארויסברענגען, ניטאמאל מיט זיין מויל, האט א גרויסן פראבלעם, און די פראבלעם ברענגט מיט זיך מיט רעזולטאטן, און די רעזולטאטן זענען נישט געוואונטשן. איך געדענק ווען כ׳האב געלינט אין מיין יוגנד מנחם מנדל׳ס ביכלעך, ווי איך האב געפרעגט מיין פאטער, וואס באדייט דאס ווארט ״גענעראציאן״, ס׳האט מיר עפעס געפעלט?
דאס וואס ס׳זיצן שרייבער און אנשטאטס צו נוצן יודיש, שרייבן זיי האלב ענגליש קומט פשוט פון פוילקייט. צו שרייבט אינוואטאציע אנשטאטס איינליידענונג, פעקאטרי אשנטאטס פאבריק, פעקעזעשעס אנשטאטס פעקליך, איז נישט מער ווי א פוילקייט, ס׳איז פונקט אזוי פארשטענדליך, ס׳איז א פארברעכן צו די יודישע שפראך.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:23 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:47 am
(און איך רעד דווקא פון ווערטער וואס האבן א פשוט׳ן אפטייטש אין אידיש, און נישט ביי קיין סייענטיפישע* אדער טעכנאלאגישע ארטיקלען).

כ'וואלט ערווארטעט פון דיר צו שרייבן *וויסנשאפטליכע.
סיידן ס'גייט אריין אין כלל פון די רעכטן וועלכע דו רעזערווירסט...
בעצם ביסטע גערעכט, אבער בשעת הדחק קען מען עס אריבערגליטשן די רעזערווירטע רעכטן, ניש אזוי?
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:33 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:58 am
דא קומט א שטיקל אינטערעסאנטע חלק, דאס איז שטיבל׳ס ווערטער פראדוקציע און מאדיפיצירונג פראגראם. כ׳האב נישט אויפגעכאפט קיין סאך דערפון דעם פסח, אבער קען זיין אז כ׳בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם אין שטיבל אז כ׳האב עס נישט אויפגעפאסט. ווערטער ווי ריזן (לכאורה פארגרייזט פון ריזיג), מאטיוויזירן (אנשטאט מאטיווירן. אקעי, גייט שוין אריין אין גרעמער), מאקסימיזירן, באשייגעצן (פארדרייט פון בא׳שגצ׳ן, זאל ער אויך שרייבן גאנווענען. אדער איז עס שוין אריינגעגעסן אזויווי באהאוונט? ווייסעכניש…),
היות אין לשה"ק עקזיסטירט נישט אזא ווארט ווי 'שגץ', נאר ס'איז פאראידישט פון 'שקץ', וועט עס אלעמאל האבן מיינונגס פארשידנהייטן לגבי אויסלייג.

נעם נאר 'שיקסע' פאר א ביישפיל. כ'גלייב נישט אז דו שרייבסט 'שקצה'...

לשיטתך דארף מען שרייבטן 'בעל הבית'יש', 'בעל הבית'טע', 'בעל הבית'עווען'... איז עס מעגליך בכלל?
פארדעם האבעך שפעקולירט צי ס׳איז ווי באהאוונט אדער טאקע באלעבאטיש וואס זענען שוין ווערטער פאר זיך.

אדער קען טאקע ער פלעין שרייבן באשייגעצן ווי מ׳טרעפט אין אלטע ביכער. (אינטערעסאנט טאקע אז מ׳שרייבט שגץ אבער שקצים.)
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Goodmorning האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:58 am
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:58 am
סא לאמיר אנהייבן מיט שטיבל. אין גראמאטיק גייעך בכלל נישט אריין, ווייל ווי דערמאנט פאקוסירט שטיבל בכלל נישט אויף גראמאטשער אויסגעהאלטנקייט. אבער ס׳איז אינטערעסאנט אריינצובליקן זען נייע/אלטע ווערטער וואס נישט אלעס וועט מען טרעפן ערגעץ אנדערש.

דיסקלעימער: כ׳ביניש קיין פוסק אחרון, אדער בכלל א פוסק, און איך ביניש דא צו פסק׳ענען אז די אלע ווערטער זענען אומריכטיג אדער דארפן נישט געניצט ווערן, דאס זאלן די מבינים זאגן.

צום ענין, פון די ווערטער אין דעם פסח׳דיגן שטיבל זענען דא פרעמדע ווערטער וואס מ׳ניצט שוין זייער לאנג (לאנג מיינעך עטליכע אדער מער יאר) אין אויסגאבעס און צייטונגען, און כ׳בין נייגעריג צי ס׳האט א מקור און פארוואס מ׳האט עס אנגעהויבן ניצן. א שטייגער ווי דאלמעטשער, סעקולאר, מידיע, מאלל, אימפאקט, עקספיריענס, עקספערטיז, דעזיינט, אפעקט, מענעדזשער, וועירהאוז, מיטינג, עמערדזשענסי, אימפלעמענטירט, דזשודעיקא, באקס, סקעדזשועל, פארקינג לאט. פון דעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן אפטייטש אין אידיש, און אנדערע נישט קיין געהעריגע, אבער פונדעסטוועגן זענען זיי שוין באניצט אינעם היימישן וואקאבולאר, אפגערעדט צי ס׳איז ריכטיג צי נישט. אויף שטיבל קענסטע זיכער נישט האבן קיין טענות.

דערנאך זענען דא ווערטער וואס האבן א שווערן אדער קאמפליצירטן אפטייטש אין אידיש, און שוין לאנג וואס מ׳פלאגצעך ארום מיט דעם, ווי ״טשאלענדזש״ למשל. אבער אין שטיבל ווערט עס געניצט מערערע מאל, ווי אן אפיציעלע ווארט. ״טיעם״ ווערט אויך געניצט, אפילו ס׳האט א פשוט׳ן טייטש, אבער מ׳רופט עס למעשה אזוי. א טיעם פון גויים, פיין. קומט לכתחילה מיט שטרעכלעך.

דאן זענען דא ווערטער וואס מ׳קען נישט עכט איבערטייטשן, און ווען יא וועט עס שוין אביסל צעפאטשקען דעם טעקסט. למשל פאנדרעיזער, ברענד, אינהאוז, סייט, שאו, לענס, זומט, באבי-פין. אבער דאס איז ביי פלעצער וואו מ׳קען נישט עכט ניצן קיין אנדערע ווארט. א קאמערע האט א לענס, און מ׳זומט דערמיט, ניין?

דא קומט א שטיקל אינטערעסאנטע חלק, דאס איז שטיבל׳ס ווערטער פראדוקציע און מאדיפיצירונג פראגראם. כ׳האב נישט אויפגעכאפט קיין סאך דערפון דעם פסח, אבער קען זיין אז כ׳בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם אין שטיבל אז כ׳האב עס נישט אויפגעפאסט. ווערטער ווי ריזן (לכאורה פארגרייזט פון ריזיג), מאטיוויזירן (אנשטאט מאטיווירן. אקעי, גייט שוין אריין אין גרעמער), מאקסימיזירן, באשייגעצן (פארדרייט פון בא׳שגצ׳ן, זאל ער אויך שרייבן גאנווענען. אדער איז עס שוין אריינגעגעסן אזויווי באהאוונט? ווייסעכניש…), אקטיאריסטישע (פון אברמי הירש, מיר גאנץ געפאלן, אבער וואלט געקענט זיין קורצער, אקטיארישע), וויזואלער (visual, ויקרא שמו בשטיבל וויזועל).

אבער נאכדעם זענען דא ווערטער וואס האבן א געהעריגן באניצטן אפטייטש אין אידיש, אבער מאיזה סיבה שהוא איז דער שרייבער פויל צו ניצן זיין קאפ, און ניצט א ענגלישע ווארט. דא קומען נישט אריין די תירוצים ווי ״ס׳וועט פארשווערן דעם ריטם״, אדער ״דער ליינער וועט נישט וויסן וואס ס׳מיינט״, מ׳רעדט פון פשוט אידיש טייטש.

ווערטער ווי בעקגראונד, פעקטארי, האוזוועיר, פורנישינג, פעקעדזשעס, וואויסנאוטס, דעווייסעס (צ״ע), וועליו, סעיפטי, סטופיד, סקול, מעסעדזשעס (נישט פון א טעלעפאן), פיקסן, אבליגאציע, קוקיס, קעיס (וואסער), קעיר נעמען, האבן נישט קיין שום פשט, אויסער אז דער שרייבער איז פויל, און רעספעקטירט נישט זיין אייגענעם שפראך. מסכים.

א כלל וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א שפראך קענער, און האט אן אמת אין זיך אויך. זאכן וואס זענען ניי, נייע פאטענטן, טואונגען, און קאנצעפטן, קען מען מקיל זיין צו שרייבן וויאזוי מ׳רופט עס, נאך אלעם איז שווער נאכצוקוקן וויאזוי ״מ׳וואלט״ עס גערופן אין אידיש. אבער זאכן וואס זענען געווען אמאל, האבן אלע א ווארט אין אידיש. ״סעיפטי״ איז שוין געווען אין תרח׳ס צייטן, און "געפיקסט״ האט שוין נח די תיבה.

וואס ווילעך דא? גארנישט. אממ… יא, כ׳וויל הערן איבער די ווערטער, וואו נאך ס׳שטייט, און צי אידיש איז נישט אין געפאר פון אונטערגאנג מיט אזא מהלך.
וויאזוי זאגט מען א קעיס וואסער אין אידיש?
כ׳בעטעך… קאסטן, קעסטל, פושקע, שאכטל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בלוט בלבול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:01 pm
וואלסט געקענט אנצייגן אויף ווערטער אויסגערעכנט וואס דו וואלסט יא געניצט?
איך פארשטיי דו מיינסט צו פרעגן וועלכע אויסגערעכנטע ווערטער זענען נישט ענגליש.

קודם האסטו דאלמעטשער, וואס איז בכלל נישט קיין ווארט אין ענגליש. דאס קומט מסתמא פון די סלאווישע שפראכן, און איז עכט אידיש.

לאטיינישע אינטערנאציאנאלע ווערטער אין דיין ליסטע: סעקול ער, מידיע, אימפאקט, עפעקט, אימפל עמענטירן, יודאיקא...

ווען דאס ווארט איז יא באמת ענגליש, דאן פאדערט זיך שוין מער שיקול הדעת, ווי דערמאנט. ס'איז שווער צו מאכן כללים דערויף.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:19 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:01 pm
וואלסט געקענט אנצייגן אויף ווערטער אויסגערעכנט וואס דו וואלסט יא געניצט?
איך פארשטיי דו מיינסט צו פרעגן וועלכע אויסגערעכנטע ווערטער זענען נישט ענגליש.

קודם האסטו דאלמעטשער, וואס איז בכלל נישט קיין ווארט אין ענגליש. דאס קומט מסתמא פון די סלאווישע שפראכן, און איז עכט אידיש.

לאטיינישע אינטערנאציאנאלע ווערטער אין דיין ליסטע: סעקול ער, מידיע, אימפאקט, עפעקט, אימפל עמענטירן, יודאיקא...

ווען דאס ווארט איז יא באמת ענגליש, דאן פאדערט זיך שוין מער שיקול הדעת, ווי דערמאנט. ס'איז שווער צו מאכן כללים דערויף.
די אלע זענען אין די ליסטע פון ווערטער וואס ווערן למעשה באניצט ביי רוב היימישע שרייבערס, און טאקע געפרעגט דעם מקור דערפון.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”