Re: איז מירון תשפ"ד (5.4 מייל פון חיזבאלאה) א מקום סכנה?
אז דו מאכסט חשבונות, קענסטו שוין פאר די געלט טענה'נען פארקערט, (כביכול) רבי שמעון וויל נישט מ'זאל קומען...שמו האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 9:39 pmדי אמעריקאנער אידן זאלן טאקע בלייבן איש על מחנהו ואיש על דגלו
די ארץ ישראל'דיגע אידן וואס פארן יעדעס יאר (מיט מסי"נ) נאך פאר ס'געווען די אלע .... הרשב"י. וועלן ווייטער פארן, און ווייטער זיין
רשב"י וויל נישט מען זאל צושטערן זיין הילולא.
און יא 'כדאי רשב"י לסמוך עליו בשעת הדחק' האט מען נישט פארבאצירט 2024 לכבוד המאורע, נאר פאריגע צדיקים האבן דאס שוין אויסגעטייטשט אויף כדומה לזה.
דער וואס מיינט פאר איין מינוט אז די מדינה שפארט אפ מירון אויס זארג פאר די חרדים, זאל וויסן אז ער איז פארכאפט אין נגע הציונות
זיי ווילן זיך משתלט זיין אויפן בארג (דאס איז א פאקט)
זיי פרובירן אלע וועגן (דאס איז אויך א פאקט)
זיי זענען יעדעס מאל דורך געפאלן צום סוף (אויך א פאקט)
דעם חשבון ענדיג אליין צו.
45 טויטע - א פאקט
קאוויד - א פאקט
חיזאבאלע - א פאקט
הילולת רשב"י על קברו איז נישט קיין מצוה שבגופו במירון ממש. אז מ'קען גיין איז אוודאי שיין, און אז נישט איז נישט. כך דעת כל לעצטע פארבליבענע נארמאלע מענטשן.