טראץ וואס די אוניווערסיטעט באאמטע האבן גערעדט פון באלד אריינריפן פאליציי נעכטן נאכט צו מאכן ארדענונג האט עס גענומען היפש לאנג ביז זיי האבן געריפן/פאליציי איז אנגעקומען צום שטח
איינע פון די פרא טעראר ראיאטירער וואס האבן געשטורעמט די העמילטאן געביידע ביי די קאלאמביע אוניווערסיטעיט איז ארויסגעקומען פארלאנגן אז מען זאל אריינלאזן היומעניטארישע הילף אין די געביידע
אויב נישט, האט זי אויסגעפירט, קענען די סטודענטען אינעוויניג שטארבן פון טריקעניש און הונגער,
נאך עטליכע שעה האט די NYPD זיי ארויסגעצויגן מיט כח און די היומענטארישע קריזיס איז געקומען צו אן ענדע.
איך ביןמער נישטא מיטגליד אין די "יהדות הגולה" אדער אין די "יהדות החרדית".
די פראטעסטן קומט נישט פאר בלויז אין UCLA אוניווערסיטעט. עס איז פארשפרייט אין א רייע אוניווערסיטעטן אריינגערעכנט עטליכע פלעצער אין ניו יארק. ביי קאלאמביע אוניווערסיטעט און ביי סיטי קאלעדזש פון ניו יארק
א ווארטזאגער פאר די פראטעסטירער זאגט אז ביי די נעכטיגע צוזאמשטויסן צווישן די פראטעסטירער און די קאנטער טאפס זענען 25 פרא פאלעסטינער פראטעסטירער אנגעקומען אין שפיטאל
א בילד ווי סטודענטן באשיצען א אמעריקאנער פאן פון כאמאס פראטעסטירער גייט וויירעל אין ווערט ווי די סימבאל פון די קאמף פון די פאטריאטישע סטודענטן קעגן די כאמאסניקעס.
די בילד ווערט ציווישן אנדערע צוגעגליכען צו אזעלכע היסטארישע מאמענטען ווי די פאן ווערט ארויפגעצויגן העכער איווא זשימא אין העכער גראונד זירא נאך 9/11.