בלאט 1פון 2

קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:12 am
דורך פופציגער
עס איז היינט נייע צייטן. יעדער ווייסט עס, און יעדער פארשטייט עס, אז קירוב רחוקים גייט נישט מיט צוואנג. עס פאדערט פארשטענדעניש, געדולד, און ליבשאפט. אבער באמת "אנקאנדישאנעל" ליבשאפט.

איך שרייב א בריוו צו דיר מיין חבר, זעענדיג ווי דו מוטשעסט זיך, און אין מיינע אויגן האסטו פארזען דעם איינעם וויכטיגן נקודה.

איך שרייב דעם בריוול צו דיר דא אויף א פובליק פלאטפארמע, איך ווייס אז דיינע שמוץ-וועש ברויך איך נישט וואשן ברבים, אבער איך זע דערין א תועלת, ווייל דו ביסט נישט דער איינציגער מיט דעם פראבלעם, און האבנדיג אביסל ערפארונג און באקאנטשאפט מיט אזא ענליכע סיטואציע (סטיגמע אלערט), שפיר איך אז דו, און נאך אסאך אידן, וועלן קענען געניסן דערפון.

יעצט צום ענין.

איך זע ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיין צדיק'ל, איך זע וואספארא עגמת נפש דו מאכסט מיט, און עס איז מיר קלאר אז דאס קומט פון דעם וואס נאך אזא לאנגע צייט וואס ער איז געווען דערווייטערט האט ער געוויזן צייכענעס אז ער וויל צוריקקומען, און דו ביסט ווילד ארויפגעשפרונגען דערויף און אנגעהויבן ארבעטן דערמיט אגרעסיוו.

און דאס האט דיר צוריקגעשמיסן אין פנים. יא, פיזיש זעסטו טאקע אז ער איז צוריק, אבער ער איז נישט דער זעלבער און נישט דאס וואס דו האסט ערווארטעט.

דו קרעכצסט אונטער. דו כליפעסט הויעך. דו קענסט זיך שווער צוזאמקלויבן.

דו האסט זיך צו מיר אויסגעדרוקט ווערטער וואס האבן מיר דערציטערט, זאגנדיג "איך קלער צי עס וואלט שוין בעסער געווען ער זאל בלייבן דארט ווי פריער". א פחד. די ווערטער צייגן טיפע יאוש און אנטוישונג, און מען זעט ווי דו עסט זיך אויף פון אינעווייניג.

איך ווייס אז דו שעמסט זיך צו גיין בעטן הילף פון אנדערע, זינט דיינע שוועריגקייטן האסטו נאך מיט קיינעם מיטגעטיילט, איך ביח דער איינציגער מענטש וועמען דו האסט פארטרויעט דעם סוד.

דיינע ארומיגע און אפילו דיינע נאנטע מענטשן זעען נאר וואס מען זעט פון אינדרויסן, נישט כאפנדיג אז אין דיר טריפט בלוט. איך וועל אבער יא נעמען דאס ווארט, ויהי לרצון אמרי פי.

ערשטנס דארפסטו אביסעלע טוישן דיין בליק. באמת פארשטיין אז זיין זיך אוועקקערן איז נישט געקומען פון קיין שלעכטיגקייט. איך ווייס אז דער סארט שפראך איז נישט אינגאנצן פאפולער, אבער איך זאג עס בפה מלא, און איך זאג עס נאכ'ן הערן פון אזעלכע דעם ריינעם אמת. עס זענען די ארומיגע אומשטענדן וואס האבן אים אוועקגעפירט, און זיין הארץ האט אלעמאל געוואלט זיין גוט.

פארשטיי אים, פארשטיי אז ער איז אויך דורך א מיטמאכעניש. פארשטיי אז יעצט וויל ער באמת צוריקקומען.

יעצט אז דאס איז שוין קלאר, דו האסט שוין נישט קיין שווער הארץ אויף אים, זעמיר שוין איין טריט נענטער. יא, ער שפירט עס ווען דו ביסט בייז אויף אים. און יעצט אז דו פארשטייסט אים שפירט ער דאס אויך.

וואס דו דארפסט יעצט טון איז זיך אנגארטלען מיט געדולד. ער וויל צוריקקומען, אבער פארשטיי אז ער איז געווען "דארט" פאר א וויילע, און דער טויש אויף צוריק גייט נישט אין א מינוט.

יא, גייסט עס שפירן אביסל, עס גייט אביסל שטעכן, עס גייט נישט זיין אזוי באקוועם, אבער גיי מיט דערמיט. נאר אזוי גייט זיך די אייז ברעכן.

און נאך איין וויכטיגע זאך, געדולד מיינט אויך בכמות. גיי צוביסלעך. לאז אים צוביסלעך צוריק אריינקומען אין אונזער אטמאספעהר. ער מוז נישט גלייך זיין דא אויף הונדערט פראצענט. ווער נישט פארלוירן! ניין, ער איז נישט נאר "טיילווייז" צוריק, ער איז פולקאם צוריק! אבער ער גייט צוביסלעך, פאמעליך, פאוואליע, לאז אים.

געב אים ווארימקייט, שענק ליבשאפט, צייג אן אפן הארץ צו אים.

דאס איז עפעס וואס די גרעסטע מומחים בדורינו זענען מעיד אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, און נאר אזוי ארבעט עס.

אלזא, נאכדעם וואס פאר מער ווי א וואך האבן די ווייסע זאקן דערווייטערט דיינע הויזן פון די שיך, און אצינד, ענדליך, וויל דער הויזן זיך צוריק פאראייניגן און קומען נענטער צום שוך, איז מיין עצה צו דיר, נעם די אסרו חג אומבאקוועמליכקייט רואיג, געדולדיג, און מיט ליבשאפט.

ער וויל צוריקקומען. דיין הויזן וויל זיך צוריק פאראייניגן מיט דיינע שיך. אבער עס גייט נישט אין איין מינוט.

לאז אים גיין צוביסלעך. איין אינטש א טאג, ביז ל"ג בעומר וועט ער שוין זיין פולקאם צוריק! איך זאג דיר צו!

און געדענק. ס'טאקע אומבאקוועם, ס'שטעכט, די וואגיגע הויזן נעמען איבער דאס פלאץ פון די לופטיגע ווייסע זאקן, איך ווייס די שפירסט עס. איך ווייס דו קענסט טראכטן אז ער גייט דא זיצן צו לאסט אויך דיינע פיס, אבער געדולד! אלעס וועט זיך זעצן!

איך זאג דיר. איך רעד פון ערפארונג!

א פרייליכן אסרו חג!

(געדאנק קרעדיט ידידי ג. בערקאוויטש)

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:19 am
דורך שלמה מולכו
פופצי!!!!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:33 am
דורך צולייגער
ווען געצי אינספייערט פופצי, ווערט א קראך פון א זאווערוכע. יויש

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:35 am
דורך בלוט בלבול


כ׳האב ערנסט ניש געכאפט דעם פאנטש ליין ביזן זען דעם פאקטישן פאנטש.

ווער איז דער ג. ווער? האלא, וואס איז זיין ניק?

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:00 am
דורך יצחק אייזיקל

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:03 am
דורך חיים יצחק
😂😂😂

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:05 am
דורך האסטו וועסטו
לץ

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:07 am
דורך Masmid
פופצי? שיגני!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:09 am
דורך אויף איין פוס

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:27 am
דורך אונטערגעשריבענערהייט
פופצי כ’האב דיך אייביג געזאגט אז ביסט נישט נארמאל...
דיין שפראך איז אימעיזינג צודרייט זיס!!!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:37 am
דורך ביזטזעכער?
אט אזוי ! דאס מיינט א ראוילי קאסטער.

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:12 am
דורך ממה נפשך
צולייגער... וואו ליגט די שטיקל הויזן ביז ל"ג בעומר?!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:25 am
דורך בלייב געזונט
ליייצעם וואס דו ביזט😂😂

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 am
דורך המברך יתברך
וואה...

בלויז איין שאלה: האסט געמאכט דעם משל אלס משל פאר'ן נמשל, אדער דעם נמשל אלס משל פאר'ן משל?
(אויך נייגעריג וויאזוי די ליינערס האבן עס אפגעלערנט).

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 am
דורך enjoy

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:39 am
דורך ראטשילד
מיינע זאקן....

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:21 am
דורך משה יצחקי
ס׳קומט פסח, די מצב איז שרעקליך אנגעשטרענגט און ליידער ליידער מוז די הויזן געבן א גט פאר איר זאקן!😭,

אבער ב״ה נאך אסאך ארבעט פון געטרייע עסקנים, האבן זיי צוריק חתונה (מחזיר גרושתו) און די חתונה איז באשטימט פאר ל״ג בעומר!

@פופציגער איך באלעק מיך! שכח!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:11 am
דורך אליהו ליכטענשטיין


איך כאפ נאכנישט פונקטליך וויאזוי ווארעמקייט און ליבשאפט וועט ארויסהעלפן די מצב דא... אבער עפעס זאגסטע

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:29 pm
דורך יאנאש
ביזן איצטיגן מינוט האבעך נישט געכאפט פשט פארוואס אזויפיל אינגעלייט זענען היינט געקומען אין שול מיט אזעלכע נישט קורץ/נישט לאנגע הויזן, נאהאאאט!

@פופציגער פאר עפטער אויף וויקאנס, אן אויסגערועטער פופצימוח איז גוטע נייעס...

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:45 pm
דורך soda water
THAKNS SO MUCH

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:17 am
דורך Potus
געצי🤣🤣

פופצי🔥🔥

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:20 am
דורך ריעל ניוז

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:32 pm
דורך לחם לאכול


שיגענער די...

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:43 pm
דורך אויפן וועג
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 am
וואה...

בלויז איין שאלה: האסט געמאכט דעם משל אלס משל פאר'ן נמשל, אדער דעם נמשל אלס משל פאר'ן משל?
(אויך נייגעריג וויאזוי די ליינערס האבן עס אפגעלערנט).
ער'ט געמאכט המברך א נמשל פאר יתברך...

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:44 pm
דורך המברך יתברך
אויב מ'מאכט "המברך" בלויז אלס נמשל פאר "יתברך", דאן איז עס שוין קאנדישאנעל.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: