גדר מהו?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

וואס איז די פשוטע בליק ווי אזוי מענטשן קוקן אן א גדר?!

מענטשן קוקן אן א גדר ווי א שומר און א העלפער, וואס אזוי ווי אסאך מאל קענען זיי נישט אליינס אבאכט געבן, דארפן זיי א גדר וואס זאל זיי העלפן אבאכט געבן צו שטיין ווייט פון די זאכן וואס זייער גוף וויל, אבער מען טאר נישט!! (צ.ב.ש.נישט עסען געוויסע מאכלים אפי' עס איז כשר/ א פילטער אויף א כלי/ נישט גיין צו געוויסע פלעצער/
אדער סיי וואספארא גדר איר מאכט זיך, אין אייער פריוואטע לעבן)

וואס איז טאקע דער ציל פון א גדר??

איז א גדר טאקע א זאך וואס איז געמאכט צו אפהאלטן דעם מענטש און א פאל ווען ער איז נישט גענוג שטארק זיך אליינס איינצוהאלטן,
אדער איז פשוט די מטרה צו געבן א געוויסע מעסעדזש פארן מענטש??
-----

כדאי ארויסצוהאבן דעם ענין, לאמיר זעהן וואס חכמינו ז''ל לערנען אונז אויף דעם נושא, און וויאזוי זיי האבן עס אנגעקוקט מיט זייערע הייליגע אויגן...

לאמיר ציזאמען אפלערנען א שטיקעלע גמרא אין מסכת נזיר, זאגט די הייליגע גמרא:

"הרואה סוטה בקלקילה יזיר עצמו מן היין"

לאמיר זיך ציזאמען פארשטעלן אזא מעשה...

עס האט פאסירט א שרעקליכע מעשה, די שטאט קאכט זיך, די קאווע שטובלעך ווירבלען,
ווי אזוי האט אזא מעשה נבלה געקענט פארקומען אין אונזער שטאט?!
פארוואס האמיר אונז געמוזט מיטהאלטן אזא שרעקליכע מעשה??
וואס קענען מיר טון פון אונזער זייט, עס זאל נישט קענען פאסירן נאכאמאל?!

די עסקנים מיט די ראשי קהלה נעמען זיך צוזאם, מ'זעצט זיך אויף אן אסיפה צו זעהן וואס מען קען איינפירן דא אין שטאט כדאי עס זאל מער נישט פאסירן אזא אינצידענט..

איינער רופט זיך אן, אז ער האלט אז מ'ברויך מאכן עקסטערע גאסן פאר מענער און פאר פרויען!!

רופט זיך אן א צווייטער אז ער האלט אז מען דארף איינפירן אז נאך עלעף אזייגער טאר זיך נישט קיין שום פרוי געפינען אינדרויסן פון שטוב!!

א דריטער שרייט אז צניעות ביי די קליידער איז די פראבלעם!!

און איינער שרייט א פערטע געדאנק!!

און אזוי טענה'ט מען זיך ארום פאר אפאר שעה, ביז דער ראש הקהל רופט זיך אן, אז אזוי ווי איך זעה אז מען קען זיך נישט דורכקומען דא, טראכט איך אז מ'זאל אריינגיין צום רב פרעגן וואספארא גדרים מ'קען אוועקשטעלן כדי עס זאל נישט קענען פאסירן אזאנס נאכאמאל,

מיט אנגעצויגענע טריט גייען זיי אריין צום רב, אין זיי דערציילן אים וואס דא האט פאסירט, ווען דער רב הערט זיך צו מיט א צובראכנקייט,

די ראש הקהל נעמט איבער דאס ווארט, און ער דערציילט פארן רב, אז די קהלה וויל טון עפעס א השתדלות כדי עס זאל מער נישט פאסירן אזאנס, און ער לייגט פאר פארן רב אלע געדאנקען וואס מען האט אויסגעשמועסט ביים וויכטיגן אסיפה, און ער ענדיגט צו מיט שאלה צום רב, וועלעכע גדר האלט דער רב איז די וויכטיגסטע איינצופירן?

דער רב פארמאכט זיינע הייליגע אויגן פאר א וויילע, און ער רופט זיך אן,

איך האב א געדאנק!!

מיט א נייגעריגן געזיכט פרעגט די ראש הקהל, אויב מעג איך פרעגן בין איך נייגעריג צי הערן וועלעכע פון די אפציעס האט דער רב געפילט אז דאס איז עס?

דער רב לאזט זיי נישט לאנג ווארטן, און ענטפערט זיי מיט א ווארעמקייט, איך האב גאר א צווייטע געדאנק, וואס קיינער פון ענק דא האבן נישט פארגעשלאגן, אבער פאר דעם וויל איך אז די גאנצע שטאט זאל זיך צוזאמנעמען אין די גרויסער שול אויף דעם קומענדיגע זינטאג.....

מיט נייגעריגע טריט גייען די ראשי קהלה ארויס, ווען זיי וואונדערן זיך, וועלעכע געדאנק האמיר אינז געקענט דא פארזעהן?!

וואספארא גדר האלט דער רב אז דאס איז וואס מ'ברויך איינפירן?!




עס איז זונטאג דריי אזייגער, די גאנצע שטאט שטייט מיט א ערנסטקייט, פארנט פונעם בימת הכבוד ווי דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן און די קומענדיגע פאר מינוטן, און פארלייגן די וויכטיגע דיבורים לדעת אשר יעשון...

עס איז פינעף נאך דריי, דער רב קומט אריין אין שול ווען א ערנסטקייט איז אויסגעשפרייט אויף זיין הייליגן געזיכט, און הייבט אן רעדן מיט א צעבראכענע שטימע: היות עס האט פאסירט במחנינו אזא שרעקליכע מעשה, און פארשטייט זיך אז עס טוט יעדן איינעם וויי,
פארוואס עס האט אזאנס געדארפט פאסירן דא אין אינזער שטאט?!
פארוואס האמיר אינז געדארפט מיטהאלטן אזאנס?!

ע"כ פירט דער רב אויס וויל איך בעטן אין פאדערן פון אלע אנ''ש, אז פון היינט און ווייטער,

"זאל קיינער מער נישט אריין נעמען קיין טראפ וויין אין מויל!!"

אלע וויין שטובלעך שפארן זיך היינט!!...




מיט א פשוט'ע בליק זעהט די מעשה אויס אביסל אינטערסאנטליך,

די גמרא איז שיין מסביר דארטן וואספארא שייכות האט טרינקען וויין מיט עריות,
אבער אויבן אויף איז וויין נישט די ערשטע זאך וואס קומט ארויף און קאפ, ווען מען טראכט פון א גדר לעריות..

און לאמיר זאגן אז ביי געוויסע מענטשן איז טרינקען וויין יא די גורם, איז פארוואס שטעלט עס די גמרא אוועק אלץ א בכלליות'דיג זאך אז וויין איז אייביג גוט פאר א גדר?!

פארוואס זאגט נישט די גמרא אז יעדער זאל טראכטן פאר זיך, און זיך פארנעמען א
גדר אויף א זאך וואס ער פיהלט, אז פאר אים איז דאס א גורם?!

פון די גמרא'ס ווערטער זעהט אויס, אז אפילו איינער וואס ווייסט פאר זיך אז ער האט גאר א אנדערן גורם, און פאר אים איז וויין בכלל נישט קיין פראבלעם, אזא מענטש קען אויך מאכן וויין פאר זיין גדר...

לכאורה דארף מען דא אביסל מער הסברה!!




האב איך געטראכט צו מיר, אז דא ליגט באהאלטען גאר א וויכטיגע אין טיפע נקודה, וואס אונזער הייליגע חכמים האבן אינז געוואלט לערנען בנוגע מסכת גדרים...

אונזערע הייליגע חכמים האבן זייער גוט ארויסגעהאט וואספארא עפעקט א גדר האט אויפן מענטש, און זיי האבן געוואלט אז א מענטש זאל זיך מאכן א גדר וואס ווייזט אים "שטארקייט" און נישט א גדר וואס ווייזט אים ח"ו שוואכקייט..

זיי האבן פארשטאנען אז די אמת'ע מטרה פון א גדר, איז נישט דיך צו העלפן זיך אפהיטן ווען דו קענסט נישט אליינס,

נאר זיי האבן געוויסט אז נאר "דיין החלטה" וואס דו מאכסט ביי דיר, אז דו האסט די כוחות זיך אליינס איינצוהאלטן, אין אז דו קענסט זיך אליינס האלטן שטארק, נאר דאס וועט דיר קענען האלטן,
"און קיין שום גדר איז נישט שטערקער פון דעם!!"

נאר וואס דען איז די תפקיד פון א גדר??

א גדר איז א פעולה וואס א מענטש טוט "זיך" צו געבן א מעסעדזש, אז איך אליין בין קעגן די זאך, וואס איך האב געמאכט א גדר אויף, און איך מיט אים האבן נישט קיין שום שייכות!!

וואס געשעהט אבער ווען איך מאך צו מיר א גדר, אן וויסן וואס די תכלית פון א גדר איז?

ווען איך מאך מיר א גדר פשוט ער זאל מיר העלפן זיך אפהיטן, באקומט מיין מח פונקט א פארקערטער מעסעדזש!!

אנשטאט צו באקומען א מעסעדזש אז איך קען מיך אליינס איינהאלטן, טוט דא דער מענטש בפועל א פעולה וואס צייגט אים אז ער איז נישט גענוג שטארק אליינס זיך צו האלטן, קומט אויס אז די גדר איז א זאך וואס צייגט אים שוואכקייט ..

איי, וואס איז אזוי שלעכט אז די גדר צייגט מיר אביסל שוואכקייט, ווי לאנג עס היט מיר ווייטער אפ?

ווען קומט אבער ארויס די עכטע פראבלעם!!
וואס ס'געשעהט איז אז אנשטאט די גדר זאל זיין א זאך וואס גיבט דיר בלויז די קאנצעפט אין דיין מח, און א קאנצעפט איז א זאך וואס בלייבט אויף אייביג, גייסטו און דו לייגסט אריין די גדר אין א "ממשות'דיגע זאך" וואס דאס קען שוין איינמאל אוועק פאלן....
(צ.ב.ש א מענטש קען זיך טרעפן אז זיין פילטער איז אראפגעפאלן, אבער א קאנצעפט אין מח קען נישט אוועקפאלן..)

און ווען די גדר פאלט אוועק, (צ.ב.ש. ער טרעפט זיך מיט א אפענעם קאמפיטער..)
און זיין מח זאגט אים אז ער איז נישט גענוג שטארק אליינס זיך איינצוהאלטן, והא ראי' איך דארף דאך א גדר וואס זאל מיר העלפען זיך אפהיטן,
און וואס געשעהט איז ....................כ'מיין אז איר קענט אליינס אויספירן!!


ווען ער זאל ווען קלאר ארויסהאבן וואס די עכטע מטרה פון א גדר איז, און אז איך דארף נישט קיין גדר זאל מיר אפהיטן, נאר איך מאך מיר א גדר ווייל איך וויל מיר אליינס ווייזן, אז איך מיט דעם האבן נישט קיין שייכות!,
דעמאלטס וואלט גארנישט פאסירט ווען די גדר פאלט אוועק פאר אפאר מינוט, פאר צוויי סיבות,
איינס, ווייל די גדר איז נישט קיין "ממשות'דיגע זאך" נאר די גדר איז א "כללות'דיגע קאנצעפט וואס די לייגסט אריין אין דיין מח"
וואס דאס קען קיינמאל נישט אוועקפאלן,

און צוויי, ווייל איך ווייס דאך אז איך בין דער שטארקער בעל הבית וואס האט געהייערט דעם גדר נאר כדאי מיך צו ווייזן אז איך בין קעגן די זאך, און נישט דער גדר איז די גרויסער טאטע וואס היט מיך אפ, ווייל איך קען נישט אן אים!!

און ווען דו קוקסט עס אן אזוי, פילסטו נישט ווי דו האסט דא עפעס א שטרענגע גדר וואס לאזט דיך נישט עפעס טון, נאר דו קוקסט עס ליבערשט אן ווי א זאך וואס דו האסט אוועקגעשטעלט, ווייל דו ווילסט האבן א הרחקה פון אזאלעכע זאכן,

אין יעצט צוריק צו די הייליגע גמרא,

"הרואה סוטה בקלקליה יזיר עצמו מן היין"

אפילו וויין איז נישט די ערשטע זאך וואס קומט ארויף ביים טראכטן פון א גדר לעריות, און אפילו דו ווייסט אז ביי דיר איז וויין בכלל נישט דער גרעסטער גורם, נאכאלץ זאגט די גמרא יזיר עצמו מן היין עס איז גענוג אז דו מאכסט יין פאר דיין גדר......

ווייל די עיקר נקודה פון א גדר, איז נישט דיך אפצוהיטן,
נאר די נקודה איז אז איך נעם א זאך, און מיט דעם ווייז איך ארויס "אפשיי" צו די זאכן וואס איך וויל נישט...

( אוודאי איז בעסער צו מאכן א גדר וואס האט יא צוטון מיט די זאך, ווייל דאס וועט דיך דערמאנען און העלפן פון וואס די ווילסט דיך אפהיטן, אבער ווען דו מאכסט דיין גדר, דארפסטו וויסן ביי דיר, אז נישט די גדר איז וואס היט דיר אפ, נאר די קאנצעפט אין קאפ אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די זאך, דאס איז וואס היט דיר אפ..)


און ווען דו וועסט אנקוקן אזוי א גדר, דעמאלטס וועט דיר די גדר טאקע אפהיטן.....
לעצט פארראכטן דורך Notes אום פרייטאג מאי 03, 2024 12:46 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

נ.ב כ'האף אז עס גענוג קלאר פון מיין תגובה, אז איך רעדט חלילה נישט קעגן גדרים.. מיין תגובה ברענגט נאר ארויס מיט וואספארא בליק מען דארף עס אנקוקען!!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

Wow Wow Wow!!
אזוי קלאר און הערליך ארויסגעברענגט!
זייער א שטארקע און אמת'ע נקודה.
איבערגעליינט צוויי מאל, יש לך עט מפיק מרגליות!

באלאנגט לכאורה נישט אין דעת הקהל, זינט עס איז א שטארקער ארטיקל, אבער נישט עפעס וואס איז צום דעבאטירן. וואו יא? ווייס איך שוין נישט... @אחראי @מנהלים ביטע רוקן צום ריכטיגן ארט.
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שטארק!!!

@Notes חוץ וואס די פוינ״ט איז שטארק, האסטו עס הערליך אראפגעלייגט!

קי״פ אי״ט א״פ!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
FDR
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:07 pm
שטארק!!!

@Notes חוץ וואס די פוינ״ט איז שטארק, האסטו עס הערליך אראפגעלייגט!

קי״פ אי״ט א״פ!
מזל טוב @משה יצחקי פאר דיין נייע אוועטאר!!
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

אייזן קלאר!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואףףףף. א נייעם אור אויפן וועלטל..

אזא גוטע מעסעדזש. אזוי קלאר ארויסגעברענגט. מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיר.
ייש"כ נאוטס.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »



ועיין בחתימתי עוד בענין הנ"ל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

Wow קליפ און קלאר
ביים ברעטל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:12 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים ברעטל »

לעצט פארראכטן דורך ביים ברעטל אום פרייטאג מאי 03, 2024 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביים ברעטל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:12 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים ברעטל »

@notes. פשיהא. שוין די צוויטע מאל וואס די באוואונדערסט מיר מיט שטארקע נקודהס
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

הערליך שיינע און אמת'דיגע נקודה !
*
נ"ב. מהיכי תיתי אז די עצה פון 'יזיר עצמו מן היין' פארשטייט נישט יעדער אליין אז דאס איז וואס מען דארף מתקן זיין ?
אפשר איז דאס יא א דבר פשוט פאר יעדן עסקן און ראש הקהל ?
און בכלל בימי חז"ל האט מען דען נישט פשוט געווארט אויף וואס חז"ל וועלן הייסן ?
אוועטאר
שווארמאל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »


ישר כח @Notes !!
שטארקע נקודה!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@Notes געדענק מיר נאך די שערוריא פון ביל געיטס
דארט האבן מיר געהאט דיסעגרימענטס אבער דא איז פיין..
אוועטאר
שווארמאל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:21 pm
@Notes געדענק מיר נאך די שערוריא פון ביל געיטס
דארט האבן מיר געהאט דיסעגרימענטס אבער דא איז פיין..
כ'ווייס נישט וואס דיין אפיניען דארט איז געווען.. כאפ נאר א בליק אהין! דארטן האלט ער ביי איבער 120 לייקס!!.. דא האלט מען קוים ביי 25 דערווייל..
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »


זייער שטארק!
לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am


ועיין בחתימתי עוד בענין הנ"ל.
יעצט געליינט חתימתך... גאר שטארק!!


א פירסט קאזין מיט דעם ארטיקל...
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

הערליך!
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: גדר מהו?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

זייער א שטארקער און ריכטיגער פוינט. גוטע חומר למחשבה.

חוץ פון וואס דער פעדער איז גוט. א זאפטיגער שפראך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”