כולנו למערכה! יוניווערסעל סקול טשויז אין ניו יארק סטעיט!
איבערן לאנד טוט זיך א שטארקע מאוומענט אין די לעצטערע יארן איבער א יוניווערסעל סקול טשויז פראגראם, (נאכן איינזעהן די סוקסעס פון די יוניאן געפירטע פובליק סקול סיסטעמס איבערן לאנד) אז פונקט ווי די גאווערמענט באצאלט פאר די פאמיליעס וואס שיקן אין פובליק סקול זאלן זיי באצאלן פאר פאמיליעס וואס שיקן אין פריוואטע סקולס. שוין דא 10 סטעיטס אין אמעריקע (אבוויעסלי רויטע) וואס האבן אנגעפירט סקול טשויז פראגראמען, און נאך 3 גייען עס איינפירן די יאר.
סקול טשויז איז פשוט נישט מער ווי יושר, מיר באצאלן סקול טעקס קומט זיך אינז אומזיסטע סקולס, אינזער לאנד איז דאך געבויט אויף די פרינציפ פון נאו טעקסעישען וויטאויט רעפרעזענטעישען!
איך בין נישט קיין עסקן, קען איך פשוט מאכן אווערנעס. פארוואס האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין פעטישען אין די לאקאלע בתי מדרשים איבער סקול טשויז? ווי זענען אינזערע עסקנים?
שטעלט אייך פאר ווען עס איז דא סקול טשויז וויפיל מיליאנען א יאר מוואלט איינגעשפארט פאר קינדער געבענטשטע פאמיליעס וואס מוטשענען זיך איבערצולעבן די חודש!