אנקעטע: וואס האלט איר איבער רפיח?
למעשה פירען מיר די וועלט און מיר דארפען זיין קלאר ווי אונז שטייען מיט אונזערע פאליסיס!
לאמיר אנפאנגען מיט א קלארקייט אז לשיטת רבינו הקדוש זי״ע מעגן אידען נישט האבען קיין מיליטער און מען מעג נישט רעדן בשבחם ח״ו און א ודאי נישט וועלן במחשבה אדער דיבור אז עס זאל פארקומען סיי וואספארא התגרות באומות און חלילה וחלילה נישט עובר זיין במעשה אויף די שלוש שבועות.
די אנקעטע און דיסקוסיע וואס איך ברענג דא ארויף איז אך ורק פון א סעקיורעטי פוינט אוף וויו, איך מוטשע זיך צו פארשטיין די צד פון אמעריקע אז מען זאל נישט אריין גיין און טרעפן די טעראריסטען רעספאנסיבעל פאר די טויט פון 1200 סיטיזענס, נישט אריין גיין טרעפן די פארכאפטע משכונות, נישט אריינגיין און אויסרייסען די טונעלן וואס האט געברענגט צו די אויפשטייג פון א בלוט דוירשטיגע טעראר גרופע ווי כאמאס.
איך קען כהיום יום נאכנישט פארשטיין די סיבה אויף נישט, מילא די אראבישע לענדער זיי זעהען די אייגענע פראבלעמען וואס קענען ארויסקומען אין זייערע לענדער טאמער זיי גייען עס נישט פארדאמען אין די עפנטליכקייט, ממילא די אייראפעאישע אנטיסעמיטען, זענען זיי דען בכלל בארעכטיגט מיט א מיינונג? קודם זאלען זיי מסביר זיין וויאזוי זיי האבען מיט רציחה אויסגעהרגעט זעקס מיליאן פון אונזערע ברידער און שוועסטער.
אבער די קשיא גייט אויף אמעריקע, די לאנד וואס אנערקענט סעקיורעטי פאר א וויכטיגע סאבזשעקט און וואס ספענד אויף סעקיורעטי ביליאנען דאלערס זאל נישט קענען פארשטיין אז א לאנד מיז עלימינירען אירע שונאים פאר יעדע פרייז וואס איז נאר דא אויף די וועלט?!
איך קען באשטיין צו הערן, ליינען און פארשטיין פארוואס א לאנד זאל נישט נאך לויפען אירע טערארייזערס און זיי אומברענגען פאר ״יעדע פרייז אין די וועלט״ פאר די וואס וועלן ניין קען איך באשטיין צו הערן א סיבה פארוואס נישט.
און טראכט פון לאנדאן זאל ווערן אטאקירט פון סקאטלאנד צו מען וואלט געזאגט פאר די יו קעי אז זיי זאלען בשום אופן נישט אריינגיין מיט זייער מיליטער צו סקאטלאנד און אומברענגען די טעראריסטען.