אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

eller האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:07 am
woof

און אוואו איז דער שרייבער קרעדט קארד (מיט הרב צו אן?) איז ער אזוי ווי הרב ליבערמאן אדער אזוי ווי הרב גליק ?...

א גוטע פעדער האט ער זיכער, די שאלה איז נאר וועמענס פען ער האט געגנבעט....
נעוואדע מיט אן הרב.. 'הרב קרעדיט קארד'.

סא הרב קרעדיט קארד ווייסט נאכנישט וואו ער איז... און די אמת איז אז סווענדט זיך מער אינעם נפש פונעם שרייבער ווי איידער א זאך וואס מען אדאפטירט.
נעמליך, סארבעט נישט אז מאיז מחליט צו שרייבן אז ווי יענער שרייבער און שוין. סארבעט אז די שרייבער שרייבט זיך ארויס אויפן פאפיר. די שריפט ווערט אן אפשפיגעלונג פון די אינערליכע תוך. די כאראקטער און פערזענליכקייט ווערט אפגעשפיגלט אינעם שרייבן סטייל וואס דער שרייבער נוצט.

סאיז בערך אזוי ווי מזעהט ביי זינגען. ווי מוטי שטיינמעץ זינגט גאר ווארעם און שמילי אונגאר קען הייבן אן עולם ביי א חתונה. אויב מארגן וועט מוטי אילאוויטש טרייען צו נאכמאכן בערי וועבער, וועט עס אויסקוקן די זעלבע זאך ווי ווען מיילעך ברוינשטיין גייט זינגען אזוי ווי מיילעך קאהן..

און אויב מארגן גייט אנקומען א נייע זינגער @איך בין פישי! , אדער מעכי כויוועסמאכער און גייט מחליט זיין אז ער גייט זינגען אזוי ווי מרדכי בן דוד, גייט געשעהן אן עקסידענט. וויבאלד דו ביסט נישט MBD און דו קענסט נישט אפילו ווען דו ווילסט. דו קענסט אבער זיין @מעכי כויוועסמאכער , און נישט נאר דו קענסט, נאר דאס איז וואס דו ביסט. און במילא זיי וואס דו ביסט, ווייל נאר דארט קענסטו זיין גוט.

און סאיז בעצם טיפער ווי דעם. ווייל די סיבה פארוואס מוטי אילאוויטש געבט ארויס אזעלכע ניגונים וואס ער געבט ארויס, איז וויבאלד ער איז די סארט מענטש און כאראקטער, און אויב גייט ער מארגן פראבירן ארויס צו געבן א ניגון אזוי ווי יוסי גרין'ס ניגונים, וועט עס נישט גיין. און סאיז נישט אז הערשי וויינבערגער זאל פראבירן נאכצומאכן איצי וואלדנער און אזוי וועט ארויס קומען נאך אזעלכע ניגונים, וויבאלד סוועט נישט ארבעטן. ער קען נישט. אבער דו קענסט יא וואס דו קענסט. און דו זאלסט ברענגען אזעלכע ניגונים ווי יראי שמים און דאווענען, וואס דאס איז וואס דו קענסט.

לעניננו. אויב גיי איך פראבירן צו שרייבן אזוי ווי הרב ראזן אדער ווי הרב גליק, וועט נישט טויגן, וויבאלד איך בין הרב קרעדיט קארד און נישט הרב לאבין. און במילא איז די ארבעט, צו פראבירן ארויס צו ברענגען הרב קרעדיט קארד'ס אינערליכע כאראקטער און דאס ארויף ברענגען אויפן פאפיר, און נישט נאכמאכן הרב @eller צו @ליטווישער , אדער גאר @fiena nieas , צו @לחם לאכול . פארשטייסט? (נאך איינער האט דא געשריבן עפעס און איך האב אים נישט דערמאנט יעצט?)
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:11 am
@קרעדיט קארד גיי אן! מיר קוקן ארויס דערויף!
@ליטווישער , א דאנק פאר דיין פידבעק.
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 pm
איי איי, אין כמו ר' יואל אשר, און דו ברענגסט עס גאר גיט ארויס.
א דאנק @fiena nieas פאר דיין קאמפלימענט.
fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 pm
און ער איז דירעקט נישט געגעאנגען אויף די מהלך פון הרב ליבערמאן, נאר געווען זייער גלאטיג.
איך בין נישט אזוי משוכנע אז סאיז געווען א דירעקטע באשלוס פון אים. איך מיין אז סאיז סך הכל געווען די וועג וויאזוי ער האט ליב געהאט צו שרייבן.
און הרב ליבערמאן'ס וועג אויף שרייבן, איז לכאורה אויך נישט געווען אן החלטה וואס הרב ליבערמאן האט געהאט געמאכט, ווי ער האט באשלאסן אז ער גייט שרייבן אנדערש ווי הרב לאבין.

איך מיין אז ביידע זענען א וועג וויאזוי די שרייבער האט זיך ליב אויסצודריקן. און ביידע שרייבערס, זינט זיי זענען געקנויטן פון אנדערע טייגן, האבן ליב זיך ארויס צו געבן אויף אן אנדערע פארמאט.

און די אמת איז, אז איך פערזענדליך גלייך צו ליינען פון ביידע.

לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:34 pm
wow
Thanks
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:59 am
fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 pm
איי איי, אין כמו ר' יואל אשר, און דו ברענגסט עס גאר גיט ארויס.
א דאנק @fiena nieas פאר דיין קאמפלימענט.
fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 pm
און ער איז דירעקט נישט געגעאנגען אויף די מהלך פון הרב ליבערמאן, נאר געווען זייער גלאטיג.
איך בין נישט אזוי משוכנע אז סאיז געווען א דירעקטע באשלוס פון אים. איך מיין אז סאיז סך הכל געווען די וועג וויאזוי ער האט ליב געהאט צו שרייבן.
און הרב ליבערמאן'ס וועג אויף שרייבן, איז לכאורה אויך נישט געווען אן החלטה וואס הרב ליבערמאן האט געהאט געמאכט, ווי ער האט באשלאסן אז ער גייט שרייבן אנדערש ווי הרב לאבין.

איך מיין אז ביידע זענען א וועג וויאזוי די שרייבער האט זיך ליב אויסצודריקן. און ביידע שרייבערס, זינט זיי זענען געקנויטן פון אנדערע טייגן, האבן ליב זיך ארויס צו געבן אויף אן אנדערע פארמאט.

און די אמת איז, אז איך פערזענדליך גלייך צו ליינען פון ביידע.
איז עס די ערשטע מאל וואס איר ליינט עפעס פון ר'יואל אשר?

ר'יואל אשר לייגט אריין פאכמאנישער ארבעט אבער סאיז אזוי נאטירלעך אז מען באמערקט עס נישט משא"כ אליעזר ראזען איז עס מער באמערקטבאר למשל צו ענטפערן די תירוץ בעפאר די ליינער ווייסט די קשיא וכדו'... וואס ביי יואל אשר וועסטו נישט טרעפן אזאלכע חידושים

און ליבי אומר לי אז הרב ליבערמאן איז דירעקט אינסיפירירט געווארן פון ר' יואל אשר'ס שרייבן
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

’ישעי טעסלער’. דאס זענען 2 ווערטער וואס זאגן אסאך.

עס זאגט פרישקייט, חיות, לעבהאפט, אייגנארטיגקייט, אורות, און לעכטיגקייט.

די קאלום ’נאטיץ ביכל’ איז די לעכטיגקייט וואס שיינט ארויס פון ישעי טעסלער’ס פרישקייט.

קומענדיגע מאל וואס ישעי גייט כאפן א טענצל אין אפיס מיט די ניגונים פון יואלי קליין, זאל ער פליז זיכער מאכן מיך צו אינווייטן בעפאר. איך מוז אזאנס מיטהאלטן פון די נאנט.

וויאזוי זינגט ער דארט? אוי משכנו משכנו אחריך נרוצה, משכנו אחריך נרוצה. לעבעדיג. לעבעדיג. לעבעדיג.

גראדע האט ער דערמאנט די וואך, אז אמאל פלעגט ער זיך אויסליפטערן דורך הערן נייעס און ליינען ערגעץ וואו, און היינט גייט ער זיך קאנעקטן מיטן נאטור. כבין נאר גאנץ נייגעריג אויב די ’ערגעץ וואו’ איז געווען אייוועלט..
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

א גוטן יעדער איינער, די וואך זענען אונז ווידער דא מיט א באריכט איבער די מאמענט אויסגאבע.

די וואכעדיגע מאמענט מאגאזין וואלט איך באטיטלט אלס אן ארץ ישראל'דיגע אויסגאבע, זינט אלע 3 מעין ארטיקלען זענען געווען א"י'דיגע. נו גוט, וואס איז די כאפ? עניוועי.. א שוואכע פתיחה. אוקעי לאמיר בלייבן פאזיטיוו.. קיינער האט נישט באמערקט...

איז לאמיר אנהייבן מיטן 'לאמיר שמועסן ב'. אין די מאמענט איז נאך געווען די פאריגע וואכעדיגע אדווערטייזמענט וואו סאיז נאר געשטאנען 'ב, פאלגט נאך', אבער אין די מאמענט+ פלאס איז שוין געווען די נייע אדווערטייזמענט פון 'לאמיר שמועסן ב, דעטאלן קומענדיגע וואך בעז"ה'.
איז הערסטו? מגייט שמועסן בית.. וואס איז נֵ?.. די עולם שמועסט בֵֵּ.. געהעריג בֵּ... דו כַ? איך אויך...
איז די אלס ווייסער אויף אייוועלט, א שטייגער ווי @איך בין זייער סיריעס האט שוין ארויס געליקט אז סקומט א נייע ביזנעס אפטיילונג. (כהאמיך שוין לאנג געווינדערט פון ווי די אלס-ווייסערס ווייסן אייביג אלעס, לעצטנס איז מיך איינגעפאלן אז סהאט צו טון מיט די פלאץ ווי מען ארבעט.. משטיינס געזאגט, אז די ליקערס האבן אינסייד אינפארמאציע, נעמליך, זיי ארבעטן אין מאמענט.. אבער שפעטער האב איך געטראכט אז סגלייבט זיך שווער אז די מאמענט שטאב ליינט די תגובות אויף אייוועלט וואס די ליינערס שרייבן, וויבאלד כהאב שוין כמה פעמים געבעטן אז מזאל צוריק מאכן די בילדער קאלום 'כאפ-א-בילד' צו די פריעדיגע דיזיין ווי די בילד איז געווען אויפן גאנצן בלאט, און מאכן די אותיות מיט א שווארצע קאליר אינטער א ווייסע בעקגראונד, און גארנישט. אן ערפאלג. כאילו לא היה. סא סגלייבט זיך שווער אז די מענטשן וואס טוען אין די ליין ליינען טאקע דא, ווייל אויב יא וואלט עס שוין פונלאנג צוריק געטוישט געווארן.. ניין? כאפסט די איידיע.. סאיז גאנץ גוט... אנשטאט צו שרייבן נאכאמאל ווי א שטאטס-נער אז מזאל צוריק טוישן, זעמיר אזוי געקומען פון אן אינטער טירל... אבער ניין, כהאב נישט קיין ספק אין די פאקט אז די שרייבערס ליינען דא...).
הקיצור, סקומט א נייע ביזנעס קאלום. ווייס איך נישט צו א נייע קאלום אדער גאר א נייע צוגעלייגטע חודש'ליכע אויסגאבע אנשטאט די לבלר.. העמיר זעהן.. זאגן זאגן זיי אז דעטאלן קומט די וואך.. סא העמיר שפאנען מיט ווארטונג.
סדאכט זיך מיר אז מאמענט האט שוין אמאל געהאט א ביזנעס קאלום. איך רעד פון יארן צוריק ווען סאיז נאך געווען אן עקסטערע ביילאגע פאר די ווייבער און אן עקסטערע ביילאגע פאר די קינדער, איז דעמאלט אויך געווען א גאנצע אפטיילונג פאר ביזנעס. אבער זעהט זיך אויס אז זיי האבן געזען אז די פארלאנג דערפאר איז געפאלן, און לכאורה יעצט ווען די קאמפעטישן'ס האבן אנגעהויבן צו מאכן גרויסע ביזנעס ארטיקלען און אינטערוויוס, האבן זיי פארשטאנען אז די ערד ברענט אינטער זיי.. און זיי מוזן זיך צוריק אינטער גארטלען.. סא אויב וועלוול שמעלצער גייט פרעגן פאר צבי ווייס קומענדיגע חול המועד אז היתכן וויאזוי זאגסטו א גאנצע צייט אז די מאמענט איז די פיאנער און די ערשטע אין די צייט וואס די שריפט איז געווען בעפאר מאמענט מיט די ביזנעס ארטיקלען, האב איך אים שוין יעצט אנגעגרייט די תשובה אז בעצם איז מאמענט געווען פארדעם...
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט.. טוטס מיר א טובה.. וואס א חילוק ווער איז געווען בעפאר?... (יעצט איז געווען די עדאלט קרעדיט קארד וואס האט געשריבן, לאמיר צוריק גיין צום טשיילד..)
הקיצור המעשה, סקומט א געהעריגע פולי לודעט אויפרייסערישע 'בֵּ'.

די 'צפית לישועה' ארטיקל, אדער די 'ויהי ידיו אמונה' ארטיקל איז געווען זייער רירנד און אינפארמאטיוו. (סאיז אייביג אזוי אז אויפן דעקל שטייט אן אנדערע ארטיקל קעפל ווי אינדערווייניג אין אנהייב פונעם ארטיקל?)
רירנד וויבאלד סהאט מיר איבער גענומען די דערגרייכונג פונעם יוד על אף זיין שוועריקייט פארמאגענדיג נאר איין האנט. און אינפארמאטיוו, וויבאלד כהאב קיינמאל געוויסט און געהערט פון די ארגעניזאציע און אויפוואכונג פון בעטן פארן גאולה. זאל גאט אונז טאקע אלע אויפרעכטן.

איבערן ינוקא ארטיקל העמיר נאך באלד צוריק קומען מיט אן אויפרייס פון אן אויפדעקונג. א ריכטיגע דזשורנאליסטישע אויפדעקונג. ווארטס מיט שפאנונג.

די צפת'ער ארטיקל איז געווען זייער אינטרעסאנט געשריבן. בעצם גענומען א נושא וואס איז שוין אסאך מאל געווען באשריבן, און עס געמאכט אינטרעסאנט און ציענד צו ליינען. די שרייבער האט געמאכט א גוטן דשאב.

אברהם חיים ברוין האט געהעריג אדווערטייזט פאר 'השמיעני את קולך'.. איך ציטיר: "...אסאך מאל ליינט מען מעשיות פון מענטשן וועלכע האבן געהאט א ספעציעלע זהירות בעניני טעכנאלאגיע, ווי צום ביישפיל נישט גיין איינקויפן אנליין וכדו', און שפעטער אדאנק דער קבלה האבן זיי זוכה געווען צו מתנות פון הימל, זיך געשפארט טייער געלט אדער צייט..." פאר מער קויפט דער מאמענט.

פארטאגס שפאציר פאדערט א באזונדערע אנאליז און דעקונג, ער קומט שוין אן צו א נייע שטאפל, שוין געענדיגט באשרייבן די סיבות פארוואס 95% בלייבן אינעם מיטל קלאס טייפ מענטש, און יעצט גייט ער אריבער צום נייעם און נעקסטן סטעפ צו באשרייבן וויאזוי צו ווערן א חלק פון די 5% וואס זענען אנגעקומען צו א שטאפל 10 אין פערזענליכע אנטוויקעלונג.
כהאף נאך צוריק צו קומען און עס ערנסט באשרייבן, אבער ביזדערווייל וויל איך זאגן, אז די קאלום איז מיין שטערקסטע קאלום. און סהאט זיך שוין געלוינט ארויס צו געבן די מאמענט פאר צען יאר נאר כדאי צו פארשפרייטן אזא קאלום! איך ליין עס יעדע וואך בעיון רב, און איך קוק ארויס אויפן המשך פון די סעריע.

די אפענע שמועס האט מיך ווייגעטון. סהאט מיך פשוט ווייגעטון. איך ווייס נישט ווער די יונגערמאן איז, און איך קען אים לכאורה נישט קיין סאך העלפן, אבער איך קען יא זאגן, אז אויב דו ליינסט דא זאלסטו וויסן אז מיין הארץ איז מיט דיך. אונז אלע שטייען צוזאמען מיט דיך אין דיין שווערע צייט. און איך קען נאר איבער גיין אויף די ווערטער וואס דו אליינס האסט געזאגט, "איך גלייב אז עס גייט מיך נאך איין טאג בעסער ווערן, מיר וועלן דאן קענען רעדן חיזוק בע"ה."

מנחם גאלד'ס גרעסטער פארדינסט איז די אפענע שמועס קאלום. קודם כל האף איך אז געלט פארדינט ער אויך.. אין גראסערי קען מען דאך נישט גיין איינקויפן מיט אפענע שמועסן.. אבער איך קען זאגן אז ער האט גענומען די אפענע שמועס קאלום און עס געטראגן צו א נעקסט לעוועל. סאיז געווארן איינער פון די אינטרעסאנסטע קאלום'ס. און דאס קומט א דאנק די אפן הארץ וואס די שרייבער פארמאגט ווי שוין כמה פעמים ערווענט.
אזוי אויך, איינע פון די זאכן אויף וואס מנחם גאלד איז זייער שטארק פאר, איז די עסטעבלישמענט און די סיסטעם.. און די וואך האמיר געהאט גור וואס האט פיגורט אינעם טעלערלעך קאלום. דאכט זיך מיר אז די שרייבער איז א סאטמערע, אבער כהאב געטראכט אז סקען זיין אז סאיז געקומען לכבוד די לעצטיגע גורער שטערן וואס באשיינט אייוועלט.

ישעי טעסלער האט די וואך נישט געהאט קיין נערוון צו שרייבן האט ער ארויף געלייגט בריוון פון ליינערס וואס האבן אים געשריבן און רעאגירט איבער זיין קאלום. סאיז געווען דארט א בריוו וואס האט היבש געענדלט צו א תגובה מיינע וואס כהאב געהאט געשריבן איבער זיין קאלום דא אויף אייוועלט, כווייס נישט צו סאיז טאקע געווען מיינס, אבער סהאט מיך דערמאנט מיינס א תגובה. די זאך איז נאר אז איך הייס נישט מ.ג., וויליאמסבורג. (אופס גילוי.. עהם כמיין צו זאגן אז אפילו אויב איך הייס יא אזוי, ווייסט ער דאך נישט דערפון, כאפסט?) סא לכאורה איז עס נישט מיך. (פאלט דיך נישט איין אז ער קען נישט שרייבן ק.ק., אייוועלט ?...)
איז ישעי, כווייס נישט צו דו ליינסט דא, אבער אויב יא, וויל איך דיך זאגן אז דו ביסט למעשה די איינציגסטע שרייבער וואס איך קען זעהן שרייבן אין מאמענט איבער ליינען רעאקציעס פון ליינערס געשריבן אויף אייוועלט, סא אויב דו ליינסט דא און דו ווילסט מיך מהנה זיין און געבן א גוטע געפיל אז מיינע שרייבעראציעס ווערן געליינט דורך די ריכטיגע מענטשן, איז שרייב עפעס איבער קרעדיט קארד פון אייוועלט... אוקעי? (איך וועל דיך גוט באצאלן אויב דו גייסט עס טון...)

@יצחק עקשטיין האט א נייע ביזנעס איידיע. זייער א יוניק איידיע, און גאר קריעטיוו.
איך וואלט נאר געטשעלענדשט אביסל די איידיע, אז איך מיין אז א יונגערמאן וואס האט אן עלטערע בחור אין שטוב וואס ווארט א שידוך, וועט לכאורה טראכטן 2 מאל פארן קויפן אזא ביכל, וואוסענדיג אז אויב אלע אינפארמאציע ווערן געהאלטן אין איין ביכל, און אויב די מדובר באקומט ערגעץ וואו עקסעס צו די אינהאלט פינעם בוך, קען עס אים זייער באדערן צו ליינען די אלע מענטשן וואס האבן אים נישט געוואלט האבן אלס איידעם, אזוי אויך קען עס אים דעמעדשען אביסל ווען ער וועט וויסן ווער סהאט אלס געקענט זיין זיין לעבנס שותף, און שפעטער קען עס שטערן פאר שלום בית.
איך האב נישט קיין אנונג.. סקען זיין אז איך האב דא גערעדט שטותים.. איך זאג נאר וואס מיין טאטע האט מיך געזאגט אלס בחור, ווען איך האב אים געמיטשעט צו הערן ווי מען האלט מיט שידוכים... סקען זיין אז סאיז נאר געווען א תירוץ און בעצם דארף נישט זיין א פראבלעם אז די בחור זאל וויסן ווער נאך סאיז אלס געווען אנגעטראגן פאר אים, קען זיין. קען אפילו זיין אז בעצם וואלט געווען בעסער ווען די מדובר און די מדוברת פירן אליינס די שידוכים און זענען אליינס מחליט ווער סאיז פאסיג פאר זיי, קען זיין. איך האב נישט קיין אנונג. קען אפשר טאקע זיין אז דעמאלט וואלט געווען ווייניגער גירושים ביי די חסידים, ווען סוואלט נישט געווען די פאקט אז די מחותנים ווען זיי זוכן א שידוך פאר זייער קינד, קוקן זיי אויף אלעס חוץ פון וואס סאיז פאסיג פארן מדובר.. יחוס, כבוד, געלט, שיינע איד, גוטע נאמען, באקאנטע משפחה, פאפולערע מחותן, און נאך פיל מער... קען זיין. ווער ווייסט? מוועט מוזן פרעגן יהונתן שווארץ פאר ווייטערדיגע באהאנדלונגען..
סא די פוינט איז, אז טאמער לאמיר זאגן אז מנעמט אן אז סאיז נישט גוט אז די מדובר ווייסט ווער נאך סאיז אנגעטראגן געווארן פאר אים, קען עס לכאורה זיין א שטער ווען אלע אינפארמאציע איז צאם גענומען אין איין ביכל, און דער בחור קען אלעס טרעפן שיין אראפ געשריבן און גוט צונעמען ווער אלס סהאט אים נישט געוואלט האבן פאר אן איידעם..
איך טראכט נאר, און איך שמועס עס נאר אויס.. @יצחק עקשטיין , וואס זאגסטו דערויף?

מענדל אונגאר, מאמענט'ס קארעספעדאנט אויפן סצענע, האט באשריבן אן אוונט מיט מייק לאולער. עס ליינענדיג האב איך אנגעהויבן מורא האבן אז מגייט פארשפארן די מאמענט אשכול אויף אייוועלט, אבער שפעטער האב איך געזעהן אז סאיז נישטא דארט קיין 80 טווין'ס, האב איך זיך בארואיגט.

'סקאשט טעיפ', ווען אוקריינער סאלדאטן טרעפן זיך אן קיין מאטעריאל צו דער האנט וויאזוי צו באהאנדלען די רוסישע סאלדאטן אין אוקריינער געפענגעניש, גיט מען זיך אן עצה מיט אלטערנאטיווע מיטלען...
דאס אויבן דערמאנטע איז געווען די עקלערונג אויף א בילד וואס האט ערשיינט אין די אינטרעסאנטע בילדער צום סוף פונעם מאמענט+ פלאס, ווי מזעהט אכט רוסישע סאלדאטן זיצן צאם געשטיפט, און זיי זענען אינגאנצן פארבינדן מיט סקאטש טעיפ. זייערע הענט, אויגן, און טייל אפילו די גאנצע פנים. עס קוקענדיג האט עס מיר ארויף געברענגט א פאראיבל. אפשר איז פאראיבל נישט די ריכטיגע ווארט, זינט פאראיבל וואלט גענוצט געווארן פאר עפעס וואס ברענגט צו ברעכן, און דאס האט מיר מער געברענגט צו וויינען.
נישט צו וויינען מיטן פילן זין פון ווארט, נאר כהאב פשוט נישט געקענט צוזעהן אזא בילד. כהאב געהאלטן אז סאיז פשוט נישט אין פלאץ. סאיז טאקע אינטרעסאנט און דיפערענט, אבער סאיז 8 מענטשן וואס ווערן געפייניגט, און סאיז אביסל בארבאריש זיך אינטער צו האלטן מיט יענעם'ס פיין. און אפילו אויב איינער וויל עס פובליצירן, זאל ער כאטש שרייבן בעפאר 'נישט פאר שוואכע הערצער' און עס לייגן אין אן ארטיקל ווי סווערט ארויס געברענגט וויאזוי מען באהאנדלט קריגס ארעסטאנטן. אבער זיכער נישט אין א קאלום פון אינטרעסאנטע בילדער ווי מקוקט צו הנאה האבן און לאכן.

נפתלי משה שניצלער'ס אינטערוויו איז געווען אינטרעסאנט. כהאב נאר איין קשיא וואס באדערט מיך שוין א לאנגע צייט. פארוואס אייביג ווען מפרעגט די חברה וואס טוען איז די מוזיק ליין, אויף וואס ארבעט מען און וואס איז דא צו ערווארטן, וועט יענער אייביג זאגן אז מען קען נישט אלעס פארציילן אבער איך וועל דיך ארויס געבן שטילערהייט אביסל סודות פון חדר. קען מיר איינער מסביר זיין וואס די מעכטיגע סודות זענען? פארוואס זענען די אלע ערווארטעטע סידיס און סינגעלס א מיליטערישע סוד בעפאר עס קומט ארויס? כבין פשוט פלעין נייגעריג..

נו שוין, דאס איז עס מער ווייניגער. און יעצט גיימיר זיך נעמען צו די ינוקא ארטיקל.

ליינענדיג די ינוקא ארטיקל כאפ איך זיך אז איך קען פון ערגעץ וואו די ארטיקל, נישט צו לאנג צוריק האב איך געליינט אזא סטייל ארטיקל, שפעטער האב איך געטראכט אז ארטיקלען איבערן ינוקא איז שוין געווען אסאך און אפילו אין מאמענט אליינס איז שוין געווען אמאל אן אינטערוויו מיט אים, סא סמוז נישט דווקא זיין אז איך האב שוין געליינט די ארטיקל. נו גוט. איז נישט.
ליין איך ווייטער, און איך כאפ זיך אז העי. סאיז קלאר יא אמת. איך האב עס שוין קלאר געליינט. איך געדענק אז די אלע שאלות און די גאנצע ארטיקל געבוי איז עפעס וואס איך האב שוין אמאל געליינט ערגעץ וואו. און דעמאלטס איז עס געשעהן.. יאפס.. קול פליי!! סאיז געווען באשריבן אינעם קול פליי ממש לעצטנס. יאפ, כבין זיכער דערמיט.
בין איך געגאנגען זוכן אינעם ארכיוון פאר די לעצטע פאר קול פליי און יא געטראפן.. די לעצטע קול פליי פון פסח וואס איז ארויס געקומען אין חודש ניסן איז דא אקוראט די זעלבע אינטערוויו..
אוקעי.. ססאונד שוין היפש דראמאטיש.. לאמיר זעהן ווער די שרייבער איז, 'יהודה רוזנבוים', און ווער איז די שרייבער אין מאמענט, 'יהודה ראזענבוים'.. אוקעי.. מהאט אים געכאפט.. העיר יו גאו.. דאס איז עס..
פשוט גענומען די זעלבע ארטיקל, איבער געטייטשט אויף יודיש, אריין געפילט "מאמענט" אין פלאץ פון "קול פליי", און והנה און אט, א נייע ארטיקל איז געבוירן...
נו שוין.. וואס איז די העיט? מקען שוין מיינען.. רוב מאמענט ליינערס האבן נישט געליינט די ארטיקל אין קול פליי.. און שוין.. ווייסטו וואס, מסכים.. זאל זיין.

ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי סהאט געארבעט דארט מיטן איבער שרייבן די ארטיקל, צו די שרייבער אליינס האט עס איבער געטייטשט, צו א צווייטער גאר.. אבער אויב א שרייבער ליינט דאס זאל ער וויסן, אז מקען מאכן דאפלט געלט.. התורה חסה על ממונם של ישראל.. האסט געשריבן אן ארטיקל און באקומען באצאלט דערפאר? יעצט גיי צו אן איזראעלי אויסגאבע, אדער אן ענגלישע אויסגאבע, און פארקויף זיי אויך די ארטיקל, און אזוי וועסטו מאכן דאפלט געלט פארן זעלבן ארבעט...

פיין, זאל זיין.. וואויל פארדינט.. נו שוין, אז סאיז שוין אזוי, זעמיר געגאנגען קוקן די חילוקים צווישן די צוויי ארטיקלען פאר די אינטרעסאנטקייט שבו.. כבין געווען נייגעריג צו סאיז ממש אלעס געווארן איבער געטייטשט, צו דער איבער טייטשער האט איבער געלאזט אפאר שטיקלעך, אדער גאר צו די מאמענט צענזור איז שטערקער ווי די קול פליי צענזור.. האמיר גענומען ביידע ארטיקלען און זיך גענומען צו שטעלן איינס צום צווייטן..

איז קודם כל האמיר באמערקט אז אין די צייט וואס מאמענט האט באשריבן די זינגערס וואס זענען זיך מתדבק באור הינוקא, האבן זיי געברענגט צוויי זינגערס, איינס א חזן מיטן נאמען הרב הערשטיק, און די צווייטע די זינגער אלי הערצליך. זעמיר געגאנגען קוקן אין קול פליי, זעה איך דארט א היפש לענגערע ליסטע פון היפש מער זינגערס... אנגעהויבן מיט ישי ריבו און א שיינע בילד פון אים מיטן ינוקא.. גד אלבז, בעני פרידמאן, און אלע מיט שיינע בילדער.. אינטרעסאנט פארוואס מאמענט האט געזעהן פאר וויכטיג ארויס צו שניידן די זינגערס..
די גרעסטע חילוק צווישן די 2 ארטיקלען איז געווען ביי די שטיקל ווי די שרייבער איז אריין צום ינוקא אין אים פארגעלייגט זיינע שאלות. איז אין מאמענט איז געשטאנען אז ער איז אריין און אנגעהויבן צו פרעגן וואס איז די חשיבות פון אידישע מוזיק, דערגעגן אין די קול פליי שטייט עפעס פארדעם.. די שרייבער איז אריין צום ינוקא און אים געוויזן די קול פליי מאגאזינען וואס קומען ארויס יעדע חודש, און אים געוויזן איבער א ספעציפישע אינטערוויו מיט ארי גולדווארג ווי ער האט געזאגט אז בזכות די ינוקא האט ער ארויס געגעבן א נייע אלבום. און שפעטער האט די ינוקא געפרעגט פארן שרייבער צו ער קען אויך זינגען, אויף וואס ער האט געענטפערט נעגאטיוו.. ערשט נאכדעם האט ער אנגעהויבן מיט זיינע שאלות.. און מאמענט האט עס דאך נישט געקענט שרייבן...

נאך אן אינטרעסאנטער חילוק איז געווען, ווי אין קול פליי האט ער געשריבן אז ער האט געזעהן א סאטמערע ראש ישיבה פון אמעריקע אריין גיין צום ינוקא צוזאמען מיט 6 תלמידים, און אין מאמענט איז געשטאנען אז א באקאנטע חסידישע ראש ישיבה פון אמעריקע איז אויך אריין.. עניוועי...

אבער די בעסטע איז מיר געפאלן די חילוק וויאזוי זיי האבן זיך באצויגן צו אנדערע מענטשן. ווי למשל, ווען זיי האבן גערעדט פון אלי הערצליך, איז אין קול פליי געשטאנען: הרצליך מקורב מאוד לרב. און אין מאמענט איז געשטאנען: מיר פרעגן ר' אלי וואס האט אים די מערסטע איבער גענומען.
סאיז בעצם א פונדאמענטאלע פונאנדערשייד צווישן די היימישע חסידישע מידיע און די אלגעמיינע יודישע מידיע. און די היימישע מידיע (קול מבשר, צייטונגען, מאגאזינען וכו') וועט מען אייביג באקרוינען די מענטש פון וועם מען רעדט אויף, מיט א רעב, און די צייט וואס אין די אלגעמיינע מידיע וועט מען אים רופן מיטן משפחה נאמען.
איך ווייס נישט וואס סאיז בעסער, אבער מיך מאכט אסאך מאל נערוועז ווען איך ליין איבער רעב ארי ווייזער (אויף דער סצענע, די לעצטע וואך). נישט אז איך פארגין אים נישט קיין רעב, אדרבה פון מיין זייט זאל ער זיין אן הרב הגאון, אבער ווען איך ליין עס שטערט עס מיך פון די געלויף און די קאנעסטראציע, ווען כקלאפ זיך אן אין עפעס וואס באמפסט צוריק.. כהאב עס שוין אמאל באשריבן ווען כהאב גערעדט פון רעב זלמן..
נישט אז כהאב חס ושלום עפעס פערזענליך קעגן איינעם. נאר איך גלייב אז ארי ווייזער וועט עס נישט גלייכן ווען איך וועל אים רופן רעב ארי, מיט א ריש.. גראדע האב איך הנאה אז צום סוף פון די מאמענט+ פלאס האט מען זיך אנגעטראפן מיט ארי ווייזער, ווייל זעהנדיג די דעקל פון מאמענט האט עס מיר געווינדערט ווי איז ארי ווייזער, נאך וואס אין די לעצטע 5 וואכן האט ער פיגורט אויפן דעקל יעדן איינציגסטן וואך...

עניוועי, צוריק צו די רעב.. האב איך געזעהן גראדע ווי איינמאל בטעות איז יא געבליבן אין מאמענט שיריים פונעם ארגינעלן ארטיקל, ווען סאיז געשטאנען: אויך פון א פערזענליכע שטאנדפונקט פארמאגט הערצליך א נאנטע פארבינדוג מיט'ן רב. איי געס, די צענזור האט עס פארזעהן...

יויש... איבער 16 טויזענט קערעקטערס... משוגע צודרייט... וויפוהל מיינסטו וועט מיך מאמענט צאלן אויב איך שיק עס אריין צו זיי?
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

א ריזיגען שכח הרב ק. ק. פארן אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר די אייוועלט ליינער,
איך בין א שטארקע פען פון די מאמענט,
און כ'האב זייער הנאה צי ליינען א דעטאלירטע קלארע באריכט, נאכן עס ליינען!
האסט א גוטן פעדער! און א קלארען שפראך!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

נישט דא קיין ווערטער!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
משה'לי'ס בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 11, 2023 3:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לי'ס בבא מציעא »

ביסט א עכטע גוטע שרייבער!!!
טאמער זענט איר אינטערסירט צו קויפן פראפערטיעס, אדער האט איר סיי וועלכע שטיקל לאנד צו פארקויפן אין אפסטעיט ניו יארק, ביטע שיקט אן אי-מעיל צו: [email protected]
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

קאטשקע פיס האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:48 am
א ריזיגען שכח הרב ק. ק. פארן אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר די אייוועלט ליינער,
איך בין א שטארקע פען פון די מאמענט,
און כ'האב זייער הנאה צי ליינען א דעטאלירטע קלארע באריכט, נאכן עס ליינען!
האסט א גוטן פעדער! און א קלארען שפראך!
א דאנק אייך הרב ק.פ. פארן פידבעק!
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

לחם לאכול האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:52 am
נישט דא קיין ווערטער!!
אז סאיז נישטא - איז נישטא...
וואס קען מען טון?
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 am
ביסט א עכטע גוטע שרייבער!!!
אוהא... נייס.. טענקס רעב משה!
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מיך שטערט נישט אזוי ווייט די ר' מיך שטערט יעדע מאל מען רעדט פון עים פון ארי ווייזער וועט שטיין דער טאלאנטפולער ארי ווייזער... ספילט זיך ווי לעקעריי מיט חנופה
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:44 pm
מיך שטערט נישט אזוי ווייט די ר' מיך שטערט יעדע מאל מען רעדט פון עים פון ארי ווייזער וועט שטיין דער טאלאנטפולער ארי ווייזער... ספילט זיך ווי לעקעריי מיט חנופה
קוק אהער, וואס איז אמת איז אמת...
דער ארי ווייזער איז מולטי טאלאנטפול!..

אבער איך פארשטיי דיין פוינט.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:05 am

איז די אלס ווייסער אויף אייוועלט, א שטייגער ווי @איך בין זייער סיריעס האט שוין ארויס געליקט אז סקומט א נייע ביזנעס אפטיילונג. (כהאמיך שוין לאנג געווינדערט פון ווי די אלס-ווייסערס ווייסן אייביג אלעס, לעצטנס איז מיך איינגעפאלן אז סהאט צו טון מיט די פלאץ ווי מען ארבעט.. משטיינס געזאגט, אז די ליקערס האבן אינסייד אינפארמאציע, נעמליך, זיי ארבעטן אין מאמענט.. אבער שפעטער האב איך געטראכט אז סגלייבט זיך שווער אז די מאמענט שטאב ליינט די תגובות אויף אייוועלט וואס די ליינערס שרייבן, וויבאלד

@קרעדיט קארד שכח פארן דערמאנען.

צו קלארער מאכן, כ'האב ב"ה באקאנטשאפט מיט א שיין פאר מאמענט שרייבער, ווי אויך האב איך גערעדט מיט דעם (קאמפעני/ס /יונגערמאן/לייט) וואס זענען א חלק פון דעם ביזנעס אפטיילונג און פון דארט נעם איך מיין אינפא.
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:15 pm

דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין זעך מחי' מיט דיינע רעפארטס, אינטרעסאנט נאר אויב געדענקסטו נאך די צייטן ווען מאמענט האט געהאט באזונדערע קונטרסים פאר די עזרת נשים וכדו', ווי איז מעגליך אז דו געדענקסט נישט יואל אשר'ס ארטיקלען? ער פלעגט דאך זיין פון די געשמאקסטע שרייבערס אין מאמענט ענד איי ריעלי מיסס הים (אינאיינעם מיט רש"י וואזנער).

יא די מעשה פון די אפענע שמועסן איז געווען הארצרייסענד און איך האב געשפירט הויכע בלוט דרוק ווען איך האב געליינט פון די צוויי רשעות'דיגע פעטערס, אוי וועלן זיי בראטן אין גיהנם.
משה'לי'ס בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 11, 2023 3:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לי'ס בבא מציעא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:09 pm

אפענע שמועסן לעצטע וואך איז געווען סאמטינג ספעשיעל. ס'האט געהאט סיי הארץ און עמאשעניאל חלק, און ס'האט אויך געהאט די ארגינעלע געשמאק פון אפענע שמעוסן = סתם שמועסן וועגן טראמפ ביידען און שטותים.
דער גאלד פאקט איין אסאך אין איין בלאט
טאמער זענט איר אינטערסירט צו קויפן פראפערטיעס, אדער האט איר סיי וועלכע שטיקל לאנד צו פארקויפן אין אפסטעיט ניו יארק, ביטע שיקט אן אי-מעיל צו: [email protected]
משה'לי'ס בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 11, 2023 3:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לי'ס בבא מציעא »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:00 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:09 pm
איך בין זעך מחי' מיט דיינע רעפארטס, אינטרעסאנט נאר אויב געדענקסטו נאך די צייטן ווען מאמענט האט געהאט באזונדערע קונטרסים פאר די עזרת נשים וכדו', ווי איז מעגליך אז דו געדענקסט נישט יואל אשר'ס ארטיקלען? ער פלעגט דאך זיין פון די געשמאקסטע שרייבערס אין מאמענט ענד איי ריעלי מיסס הים (אינאיינעם מיט רש"י וואזנער).

יא די מעשה פון די אפענע שמועסן איז געווען הארצרייסענד און איך האב געשפירט הויכע בלוט דרוק ווען איך האב געליינט פון די צוויי רשעות'דיגע פעטערס, אוי וועלן זיי בראטן אין גיהנם.
אפענע שמועסן לעצטע וואך איז געווען סאמטינג ספעשיעל. ס'האט געהאט סיי הארץ און עמאשעניאל חלק, און ס'האט אויך געהאט די ארגינעלע געשמאק פון אפענע שמעוסן = סתם שמועסן וועגן טראמפ ביידען און שטותים.
דער גאלד פאקט איין אסאך אין איין בלאט
@קרעדיט קארד איך מיין זאלסט אריבערפירן דיינע אבזערוואציעס צום מאמענט אשכול, די מאמענט פענס געפינען זיך דארט און ס'איז שווער צו האלטן חשובן אויף אפאר אשכולים - אבער איך פארשטיי די געשמאק פון אונען אן אייגנעם אשכול און פראוונען מעשי בעל הבית, און למעשה זאגסטו אז זיי צאלן דיר נישט, ביסט דאך זיכער דעזערוועד צו האבן א אייגן אשכול - נאר איך מיין פשוט דארט וועלן מער מענטשען עס ליינען.
כן נראה לענ"ד.
טאמער זענט איר אינטערסירט צו קויפן פראפערטיעס, אדער האט איר סיי וועלכע שטיקל לאנד צו פארקויפן אין אפסטעיט ניו יארק, ביטע שיקט אן אי-מעיל צו: [email protected]
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:09 pm
איך בין זעך מחי' מיט דיינע רעפארטס, אינטרעסאנט נאר אויב געדענקסטו נאך די צייטן ווען מאמענט האט געהאט באזונדערע קונטרסים פאר די עזרת נשים וכדו', ווי איז מעגליך אז דו געדענקסט נישט יואל אשר'ס ארטיקלען? ער פלעגט דאך זיין פון די געשמאקסטע שרייבערס אין מאמענט ענד איי ריעלי מיסס הים (אינאיינעם מיט רש"י וואזנער).

יא די מעשה פון די אפענע שמועסן איז געווען הארצרייסענד און איך האב געשפירט הויכע בלוט דרוק ווען איך האב געליינט פון די צוויי רשעות'דיגע פעטערס, אוי וועלן זיי בראטן אין גיהנם.
א דאנק פאר דיין פידבעק, רעב דניאל’ען.

כהאב הנאה פון דיין שאלה, עס ווייזט אז מען האלט מיט...
די אמת איז, אז איך געדענק די מאמענט נאך פון ווען סהאט אנגעהויבן ארויס צו קומען, אבער אין די פריע יארן בין איך נאכנישט געווען אזא גרויסע ליינער, און איך האב נאכנישט אזוי פארשטאנען צו א ליטעראטורישע לאבין שרייב-ווערק, במילא איז מיר כהיום זיינע ארטיקלען נישט אזוי באוויסט.

לגבי די גיהנום בראטעריי וואס דו וואונטשט פארן צוויי פעטערס. איך האב מיך שוין אויסגעלערנט נישט צו האבן א שיטה אין יעדע אנגייענדע אקטועלע נושא, און בפרט און בעיקר ווען איינעם’ס בליט איז אריין געמישט דערין.

ווער סאיז גערעכט ווייס איך נישט, און סאיז לכאורה נישט דא קיין גערעכטע. אזוי ווי עמיצער, א חכם, האט זיך אמאל אויס געדריקט, ’די אמת איז זייער זעלטן גלייך, און אייביג שמוציג’. סאיז א טיף ווארט.

כהאב מיך גראדע אויסגעלערנט די כלל אין לעבן פון נישט דארפן האבן א דעה אין יעדע זאך, פון איינע פון די לעצטיגע אפענע שמועסן, ווי דער געאינטערוויוטער האט געזאגט פארן אינטערוויורער אז זיין דעה איז טאקע דאס נישט צו האבן קיין דעה.

און מען דארף געדענקען, אז די אלע גערעכט דיסקוסיעס נעמט נישט אוועק קיין כי-הוא-זה פון די מיטלייד און מיטגעפיל וואס סאיז דא צום באטראפענע. און זאל טאקע דער באשעפער אויפרעכטן יעדעם איינעם.
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:02 pm
משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:00 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:09 pm
איך בין זעך מחי' מיט דיינע רעפארטס, אינטרעסאנט נאר אויב געדענקסטו נאך די צייטן ווען מאמענט האט געהאט באזונדערע קונטרסים פאר די עזרת נשים וכדו', ווי איז מעגליך אז דו געדענקסט נישט יואל אשר'ס ארטיקלען? ער פלעגט דאך זיין פון די געשמאקסטע שרייבערס אין מאמענט ענד איי ריעלי מיסס הים (אינאיינעם מיט רש"י וואזנער).

יא די מעשה פון די אפענע שמועסן איז געווען הארצרייסענד און איך האב געשפירט הויכע בלוט דרוק ווען איך האב געליינט פון די צוויי רשעות'דיגע פעטערס, אוי וועלן זיי בראטן אין גיהנם.
אפענע שמועסן לעצטע וואך איז געווען סאמטינג ספעשיעל. ס'האט געהאט סיי הארץ און עמאשעניאל חלק, און ס'האט אויך געהאט די ארגינעלע געשמאק פון אפענע שמעוסן = סתם שמועסן וועגן טראמפ ביידען און שטותים.
דער גאלד פאקט איין אסאך אין איין בלאט
@קרעדיט קארד איך מיין זאלסט אריבערפירן דיינע אבזערוואציעס צום מאמענט אשכול, די מאמענט פענס געפינען זיך דארט און ס'איז שווער צו האלטן חשובן אויף אפאר אשכולים - אבער איך פארשטיי די געשמאק פון אונען אן אייגנעם אשכול און פראוונען מעשי בעל הבית, און למעשה זאגסטו אז זיי צאלן דיר נישט, ביסט דאך זיכער דעזערוועד צו האבן א אייגן אשכול - נאר איך מיין פשוט דארט וועלן מער מענטשען עס ליינען.
כן נראה לענ"ד.
דו האסט למעשה א שטארקע פוינט, און דאס איז גראדע געווען מיין שטארקע צד אויף נישט צו עפענען אן אייגענע אשכול, אז די פארקער וועט זיין קלענער ווי אויפן מעין ראוד, און ווייניגער מענטשן וועלן עס ליינען.

אבער פון די אנדערע זייט, ברענגסטו אויך זייער גוט ארויס די אנדערע זייט מטבע, אז ספילט זיך געשמאקער צו האבן אן אייגענע אשכול, וואו די נאמען פיגורט אויפן קעפל... און יא, נאך איך האב עס עקספיריענסט קען איך זאגן אז ספילט זיך זייער זייער גוט צו האבן אן אייגענע אשכול...

יעדע מאל דו עפענסט אויף ’אקטועלע אשכולות’ און ספאמפט ארויף אן אשכול מיט דיין נאמען דערויף אויפן קעפל, פליט די אייגענע סטאקס ארויף דראמאטיש הויעך.. סאיז עפעס אן אבנארמאלע גוטע געפיל....

איך מיין אפשר אז סאיז צייט עס אויסצוטשעקן פארוואס איך פיל אזוי גוט.. מיינסט סאיז א לאך אין סעלף קאנפידענטס?.. נו, וואו זענען די היימישע טעראפיסטן?..

עניוועי, נאכן האבן עקספיריענסט די געפיל, מיין איך אז סשטייגט איבער די מעלה פון א גרעסערע פארקער...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10936
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

@קרעדיט קארד וועמענס קרעדיט קארד האסטו ? אפשר יואלי לאנדאס ?
דיין קרעידדט קארד (ארטיקל) איז ווערד גאר אסאך געלט!

דיינע באשרייבונג און אויפדעקונג הייבט דיין סטעטוס!

אויב @מאמענט באצאלט נישט פאר דיר, קומט זיך זיי פעטש..
זאלן זיי ווייטער איבערטייטשן איזרעילי ארטיקלען!
לעצט פארראכטן דורך eller אום מיטוואך מאי 29, 2024 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@קרעדיט קארד פאר וויפיל געלט ביסטו מסכים צו ווערן א קרויס שטריימלעך פען?.. יעדע קאמפעני וואלט זיך געוואונטשן צו האבן א חסיד ווי דיר.

די מאמענט האט שוין כעמט אנגענומען דיין אפליקאציע, אבער מיט דיין ׳ינוקא׳ אנטדעקונג האסטו אלעס פארלוירן… ס׳איז זייער מאדנע אז זיי זאלן איבערטייטשן א היבראעאישע ארטיקל, ס׳איז נישט מאמענט סטייל, קוקט אויס זיי האבן זיך נישט געראכטן אז איינער ליינט עס…

אמר״ש, וואסי פשט פון אויפמאכן א ספעציעלע ׳מאמענט׳ ניק? אזאנע זאכן ברויכסטעך נישט שעמען צו שרייבן מיטן געהעריגן ניק.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

@קרעדיט קארד די ביזט פיין גיי ווייטער אן מיט דיין ארבעט
ווייל איך לעק מיט דארשט א יעדער ווארט
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”