אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5746
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

@קרעדיט קארד נו!! ....דער עולם לעכצט
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

תגובה דורך קרעדיט קארד »

פארגרעסערטע שבועות נומער. דאס זענען די ווערטער וואס האבן געלויטעט אויפן דעקל פונעם לעצטן מאמענט מאגאזין. נישט קיין מעגא מאגאזין אזוי ווי אין די פסח – סוכות מאגאזינען וואס דעמאלטס ערשיינט א מעגא טיטל דערויף, נאר דא איז עס אזא פארגרעסערטע נומער, אזא סעמי מעגא מאגאזין.

וואס יא, סאיז נישט קיין פארגרעסערטע נומער, סאיז א פארגרעסערטע מאגאזין. סאיז גראדע יא א גרעסערע נומער ווען איין מאגאזין פארדעם האט פארמאגט די נומער 491# און די יעצטיגע פארמאגט די נומער 492# איז עס טעכניש יא א פארגרעסערטע נומער, אבער כגלויב אז נישט דאס איז געווען זייערע כוונה אינטערן שרייבן א פארגרעסערטע נומער זינט די קומענדיגע מאגאזין גייט אנטהאלטן נאך א גרעסערע נומער 493# און סלאזט זיך גלייבן אז סגייט נישט שטיין אויפן דעקל אז די יעצטיגע נומער איז א פארגרעסערטע נומער ווי די פאריגע וואכעדיגע שבועות נומער. איך זעה ענדערשער דא א מהלך צו זאגן אז די כוונה איז געווען צו זאגן אז די מאגאזין איז א פארגרעסערטע מיט מער ארטיקלען ווי א נארמאלע וואך, און סאיז א פארגרעסערטע מאגאזין. לאזט זיך נאר שפעקולירן פארוואס טאקע האבן זיי געשריבן 'פארגרעסערטע שבועות נומער' און נישט 'פארגרעסערטע שבועות מאגאזין' אזוי ווי סווואלט זיך בעצם געקומען.

נו שוין, לאמיר זיך נעמען צום פארגרעסערטן שבועות מאמענט מאגאזין. מקען זאגן אז סאיז געווען גאר אן אינהאלטסרייכע מאגאזין, און אפילו גאר אין א געוויסע חלק, שטערקער ווי די פסח מעגא מאגאזין. אזוי ווי @משה'לי'ס בבא מציעא האט דא געזאגט. סהאט אנטהאלט אסאך מער ווערדפולע תוכנדיגע ארטיקלען ווי אין די פסח מאגאזין.

איך געדענק אז @והיא שעמדה האט דא געשריבן א גאנצע הספד איבער די היימישע ליטעראטור ווי ספארט עטוואס צו דרום, ווערנדיג מער און מער אנגעפילט מיט שיינע ארטיקלען און אינטערוויוס און לעבנס ביאגראפיע פון כל מיני פערזאנען, אבער ווען מען ענדיגט דעם ליינען האט מען גארנישט איינגעקויפט וואס מקען שפעטער ארויס קעשן ערגעץ אנדערש, אדער אפילו נישט ארויס קעשן נאר פשוט קליגער ווערן און די אינערליכע אינטעליגענץ זאל באקומען א גרעסערע ווערד און שאצונג קענעדיג נאך ידיעות און וויסן נאך וויסנשאפטליכע וויסנשאפטן.

בשעתו האב איך געפילט אז סאיז דא א שטארקע גערעכטיגקייט אין זיינע ווערטער, און איך געדענק אז סאיז געווען עטליכע וואס האבן צוריק געענטפערט אז למעשה זעמיר היינט אין א דור ווי די עולם פאדערט נישט אזעלכע מינע ארטיקלען, די פארלאנג דערפאר איז שוין נישטא, און די עולם וויל מער לייכטע לופטיגע ארטיקלען מיט שיינע גראפיק ארום.

איך האב דעמאלט געוואלט צוריק ענטפערן און ארויס ברענגען אן אנדערע נקודה, אבער כבין נישט עכט אנגעקומען דערצו זיך אריין צו מישן אין יענע שמועס, און 'מי יודע אם לא לעת כזאת הגעת למלכות'.

סאיז ריכטיג אז היינט ווען מוועט פארקויפן אין די געשעפטן א יפה-בעתו וועט זיך עס נישט עכט פארקויפן, זינט די אויסשטעל וויאזוי סאיז געווען אויסגעשטעלט איז נישט עפעס וואס רעדט צום היינטיגן עולם, אבער בכלל נישט ווייל די עולם וויל נישט קיין תוכן נאר ענדערשער טוחן.

געטס נאר א קוק אויף די 'גלאק' וואס איז אפיציעל געקומען אהער צו פילן די לאך פון תוכנדיגע ליטעראטור. סדאכט זיך מיר אז סאיז נישט געווען נאך א אויסגאבע אויף די היימישע יודישע שפראך וואס די פארלאנג דערפאר איז געווען אזוי שטארק, געב נאר א קוק אינעם גלאק אשכול וויפוהל טייכן טרערן יודן האבן פארלאזט אויפן פארלוסט פונעם מאגאזין ווערנדיג געוואר אז סאיז דערנאך, שפעטער גיי צוריק עטליכע בלעטער און זעה ווי די עולם האט אזוי געלעכצעט אויפן גלאק און יעדע מאל ווען סאיז נאכאמאל ארויס געקומען א מעלדונג אז אט אט קומט ארויס די קומענדיגע גלאק האט די עולם געהוליעט און געיובלט פאר שמחה אויף א מאסיווע פארנעם זיך פרייענדיג מיטן תוכנדיגן אויסגאבע.

סאיז נישט אז היינט איז נישט אנדערש ווי אמאל, סאיז קלאר יא, און מקען עס זעהן אין פיל מיט ביישפילן ווי למשל אין די ניגונים וואס קומט היינט ארויס, ווי די אויפגעכאפטע ניגונים וואס ווערן די מערסטע אויפגעכאפט זענען די קורצע סימפל פשוטע ניגונים, אנדערש ווי אמאל ווען מהאט מער געשעצט א לענגערע שיינע שטיקל מוזיק. סאיז קלאר א די נערוון פונעם היינטיגן דור איז קלענער און ווייניגער אויסגעצויגן ווי אמאל, אבער ווען סקומט צום ליטעראטורישן וועלט איז עס נישט משפיע אויפן קוואליטי פונעם ארטיקל.

דאס הייסט, אז סאיז נישט אז היינטיגע צייטן איז די פארלאנג אויף ווייניגער תוכנדיגע ארטיקלען און מער געבלאזענע לופטיגע געשרייבערייען. ניין. היינט אז אן ארטיקל זאל ווערן אויפגעכאפט, מוז עס זיין שיין אראפ געלייגט, שיינע לייכטע גראפיק וואס מאכט אנגענעם די ליינען, שיינע קוואליטי פאפיר, אויסגעשפרייט די שורות, מער פיקטשערס אינמיטן און אזוי ווייטער. דאס מיינט אז די חילוק פון אמאל ביז היינט איז די וועג וויאזוי די ארטיקלען ווערן סערווירט. ווען בשעת אמאל האט עס געקענט זיין פיצי אותיות, אן קיין שום גראפיק, שווארץ-ווייסע בלעטער א.א.וו. און סאיז נאכאלטס געגאנגען ווי וואסער. איז היינט פאדערט זיך אז סזאל זיין שענער סערווירט, און מער אנגענעם צו ליינען. אבער נישט אז די קוואליטי פון די ארטיקלען זאלן זיין ווייניגער.

פארקערט גאר, היינט וואס אינפארמאציע איז היינט גאר א צוגענגליכע זאך וואס יעדער איינער קען באקומען צוטריט דערצו, איז א ריכטיגע געלונגענע ארטיקל וואס די עולם אפרישיעט און שעצט די מערסטע - טאקע אן אינהאלטסרייכע ארטיקל וואס ברענגט צום טיש עפעס סחורה אויף מיט צו נעמען און נישט סתם עפעס לופטיגס צו קענען אנפילן די באשטימטע צאל בלעטער וואס די מאגאזין פאדערט צו האבן וועכנטליך.

און אן ארטיקל וואס פארמאגט ריכטיגע קוואליטי, איז די מערסטע געשעצט ביי די ליינער. און צו זאגן אז היינט פאדערט נישט די עולם הליינערס ריכטיגע קוואליטי איז אומריכטיג, על כל פנים איך קען מיך אליינס רעפרעזענטירן און אלס די רעפרעזענטאר און נציג פון @קרעדיט קארד זאג איך, אז די ליינערס לעכצן און קוקן ארויס אויף א ריכטיג גוטע שטיקל קוואליטי, און אונז ליינערס בעטן זיך אז מזאל פליז שעצן די ליינערס באזע און נישט אינטער שאצן זייערע אינטעליגענץ מיטן זיי אנפירקעלען מיט לופטיגע סחורה. אונז דארפן פון די גוטע.

דאס אלעס אגב האט איינער געשריבן אין די מאמענט אשכול, אז די גאנצע מאמענטום וואס די ניסוח ארטיקל באקומט ווייזט אז די עולם אפרישיעט נאך קוואליטי סחורה, און מאיז נאך נישט געווארן פארלופטיגט מרוב הלופטיגע ארטיקלען. למעשה, יעצט שרייבענדיג האב איך געוואלט דערמאנען יענעם און אהין לינקען, אבער איך זעה אז סאיז נישט צום געפינען און סאיז לכאורה מיט געפלויגן מיט די אלע אנדערע חב"ד תגובות.. ת.נ.צ.ב.ה.
איז שרייבער פון יענע תגובה, רעכן כאילו איך האב דערמאנט דיין נאמען.

איז יא, סאיז געווען א קנאקעדיגע פארגרעסערטע אינהאלטסרייכע תוכנדיגע מאמענט מאגאזין.
און סלאז זיך זאגן לייכטערהייט אז די היט און די הויעך-פונקט פונעם מאגאזין איז געווען די ניסוח חב"ד ארטיקל.

די ניסוח חב"ד איז עכטע ארגינעלע זשורנאליסטישע ווערק. דאס מיינט די פסוק ווען מען רעדט פון הויעכע קוואליטי סחורה. דאס איז פשוט פשט. דער שרייבער הרב אויסטערליץ האט געמאכט דא אן ארבעט וואס איז פשוט להפליא און צום באווינדערן, סלאזט זיך זאגן אז זייט ליטעראטור עקזיסטירט איז נאך אזאנס קיינמאל געווען. און דאס איז אנדערש ווי די ביז יעצטיגע ניסוח ארטיקלען.

די ביז יעצטיגע זענען געווען אן ארום-נעמנדע באשרייבונג איבער די ספעציפישע קהילה בישראל, דא אבער איז עס געווען אסאך טיפער און ברייטער, דא האט זיך פארן ערשטן מאל אנטפלעקט א סקיל און טאלאנט וואס די שרייבער האט וואס סאיז נישט געזעהן געווארן ביי די אנדערע מאל. און דאס איז, אז סאיז די ערשטע מאל וואס די שרייבער האט אונז אריין גענומען טיף אינעם געדאנקען גאנג און מהלך המחשבה פונעם קהילה און מסביר געווען די גאנצע שיטה און די תורת החב"ד אויף וואס סאיז געבויעט. סאיז נישט אז סאיז געווען א פשוטע כראנאלאגישע איבער בליק איבער די השתלשלות החסידות פון די מייסד ביזן היינטיגן טאג, סאיז געווען א סאך טיפער, די שרייבער האט אריין געטראגן די ליינער אינעם היגיון פונעם חסידות, און מסביר געווען בטוב טעם ודעת די סוד החסידות און אויף וואס די ארטיגן חסידות און לעבנס שפאן איז געבויעט.

סאיז די ערשטע מאל וואס מהאט געקענט זעהן אז חוץ וואס די שרייבער איז א געוואלדיגע ידען נפלא, און ווייסט א געוואלד, און קען גוט אראפ לייגן א קהילה פון אן היסטארישע פערספעקטיוו, קען ער אויך פשוט מסביר זיין א זאך אז מזאל עס גרינג פארשטיין. ער קען צונעמען א נושא אויף פיצל פיצלעך און עס שיין אראפ לייגן אז מהאט פשוט געקענט אליינס כאפן וואס דא גייט פאר.

ווי פארשטענדליך געב איך אויך קרעדיט פאר די חשובע חבד'סקע משפיע הרב קליין פארן מסביר זיין פאר הרב אויסטערליץ. אבער חוץ פון דעם קען איך זאגן אז סהאט זיך אנערקענט אויפן שריפט אז דער שרייבער האט עס גוט פארשטאנען און גוט אראפ געלייגט.

סאיז געווען א געוואלד מיט חידושים וואס איך בין נתחדש געווארן ליינענדיג די ארטיקל, פיל מיט זאכן וואס כהאב קיינמאל געוויסט די באדייט דערפון איז מיר אצינד קלאר געווארן. און איך וואלט געזאגט אז קודם כל די גרעסטע חידוש און יסודת'דיגע זאך וואס איך בין געוואר געווארן, איז די פשוטע חילוק צווישן חב"ד און ליבאוויטש. סאיז א פשוטע זאך וואס איך גלייב אז אסאך האבן עס שוין געוויסט פון פארדעם, אבער פאר סיי וועלכע סיבה, האב איך עס קיינמאל געוויסט.. און יעצט מיטן ליינען די ארטיקל בין איך שוין קליגער געווארן..

אבער דאס איז פון די קלייניגקייטן.. די עיקר איז אז סהאט מיר פשוט אריין געברענגט אין א נייע וועלט וואס איך האב קיינמאל געוויסט וואס דארט גייט פאר. ס'הייסט, כהאב אייביג געוויסט אז ס'עקזיסטירט, נאכמער כהאב מיך שוין גאר אסאך מאל אנגעטראפן דערמיט און אפילו נהנה געווען פון זייערע סערוויסעס, אבער כהאב קיינמאל באמת ארויס געהאט וואס גייט פאר אין יענעמס קאפ. כמיין, וואס פונקטליך טראכט דער שליח?..

איך געדענק אז ליינעדיגע די אינטערוויו וואס ארי ווייזער האט געמאכט מיט די חב"ד שליח וואס אפערירט אין סיביר, רוסלאנד, און יענער האט דארט געזאגט אז אפילו סאיז אים אזוי שווער גייט ער קיינמאל אוועק גיין פון דארט, און איך האב עס באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי זיי טוען אזעלכע זאכן, וויאזוי זענען זיי מסוגל דערצו. און יעצט נאכן ליינען די ארטיקל קען איך זאגן אז זאכן זענען מיר פשוט קלאר געווארן. איך פארשטיי שוין זייער גוט וויאזוי זייערע מוח און מהלך המחשבה פארט, און וואס איז זייערע מאטיוואציע און אויף וואס זייערע יסודות זענען באזירט.

נאכמער, כהאב שוין אפילו אנגעהויבן צו כאפן און פארשטיין נאך פיל מיט זאכן וואס זענען נישט דווקא געווען געשריבן אינעם ארטיקל, א שטייגער ווי די פערזענליכקייט פון רובאשקין, זיין גאנצע הלוך ילך, פון די בריוון וואס ער פלעגט שרייבן און הרב לייביש ליש פלעגט עס פארשפרייטן ווי ער פלעגט אייביג שרייבן אז מדארף טרעפן אין יעדע זאך וואס געשעהט די באשעפער און זיך ארויס לערנען דערפון עפעס, ביז די אלף בית גימעל ניגון וואס ער האט ארויס געגעבן. (נישט די ניגון, די ווערטער דערפון.) כהאב אנגעהויבן צו כאפן וואס סמיינט די לעשות לו דירה בתחתונים, די התבוננות, די לייגן תפילין, קרקפתא דלא מנח תפילין, און נאך פיל מער.

בקיצור המעשה, הרב אויסטערליץ, האסט געמאכט א סופער גוטע ארבעט.

סאיז אויך די ערשטע מאל וואס די ניסוח ארטיקל איז איבער א קהילה וואס מקען בעצם, טאקע נישט נאנט, אבער אסאך מער ווי די בוכארישע קהילה, און אויך מער פון די ליטווישער קהילה. נאכאלעם איז עס א קהילה וואס שטאמט פון די זעלבע מקור ווי אלע אנדערע מאמענט ליינער'ס – די הייליגע אור שבעת הימים, און סהאט א געוויסע נאנטקייט וואס די אנדערע קהילות האבן נישט.

און דאס ברענגט מיך צו טראכטן, צו אפשר זאל די שרייבער אנהייבן צו מאכן א ניסוח סעריע איבער די קהילות וואס זענען נאך נענטער צום ליינערס, אפשר הייבט מען אן צו באשרייבן די אלע גרויסע קהילות וואס פירן זיך אינטער די גרויסע אדמורי"ם שליט"א, חוץ פון די חלק החסידות וואס די קהילות פארמאגן, איז עס אויך ריזיגע קהילות וואס אנטהאלט אין זיך טויזענטער מיטגלידער, און יעדער חסידות עקסטער פארמאגט זייער אייגענע קאלטור, מיט אן אייגענע ווערטער בוך וואס נארמאל וועט עס אן אינדערויסענדיגע נישט פארשטיין. וואלט אפשר געווען אינטרעסאנט צו באשרייבן פשוט די קהילות. מאמענט פלעגט שוין אמאל מאכן אזא סארט געדאנק ווי זיי האבן באשריבן שבתים ביי גרויסע אדמורי"ם, דאס איז אבער מער די חלק החסידות שבו, איך רעד אבער פון באשרייבן די חלק הקהילה מיט די קאלטור וואס יעדע גרויסע חסידות פארמאגט. סדארף ווען צו זיין גאר אן אינטרעסאנטע פראיעקט.

איך טראכט נאר יעצט, אז נאך אלעם לעבן מיר אין א עולם הפרוזדור ווי די שקר און עגא צוזאמען מיטן כבוד פארמאגן א גרויסע פלאץ, און אונזער אלעמען באקאנטן טעגלאש איז קאי וקיים לצערינו הרב, און סאיז למעשה נישטא קיין איין חסידות וואס אנטהאלט נישט אביסל טעגלאש, די חסידות אביסל און די אנדערע אסאך.. בקיצור אזעלכע ארטיקלען קען זיין אסאך קאפ וויי פאר די אלע באטייליגטע וואס נעמען א טייל דערין.. סא כמיין אז סאיז אפשר נישט כדאי זיך אריין צו לייגן דערין.

און לכאורה צו קענען שרייבן אזעלכע ארטיקלען דארף מען זיין אינגאנצן נייטראל, און די סארט ארטיקלען וואס נעמען ארום די קהילה און קאלטור פון יעדע חסידות וועט מען לאזן פארן חבד'סקע אריה ארליך און ליטווישע משה ווייסבערג ביי זייערע 'פארענטשעס' פאדקעסט, און די חבד'סקע און ליטווישע קאלטור וועט מען לאזן פארן חסידישער מאמענט צו באשרייבן, און שלום על ישראל..

נאך איין קליינע קרישקעלע וואס איך דערמאן זיך יעצט איבער די ניסוח חב"ד, איז ביי די ווערטער-בוך איז געווען פיל מיט אינטרעסאנטע ידיעות, און אזוי ליינענדיג האט פלוצלינג געגעבן א שפרינג ארויף אייוועלט פאר מיין אויגן.. איך זעה איינע פון די ווערטער, נישט מער נישט ווייניגער ווי 'סטאוו יא פיטו'.. יאפ, אונזער אלעמען באקאנטן @סטאוו יא פיטא .. און ער שרייבט דארט צו אז דאס ארויס צו זאגן דארף מען זיין א ליבאוויטשער געבוירענע, אבער איך מיין אז סאיז גענוג אויב מאיז אן אייוועלט באזוכער.. למעשה אבער איז ער נישט עכט מסביר די פשט דערפון, נאר אז סשמועסט אויס ערנסטע חשבון הנפש. סא בינעך געבליבן נייגעריג איבער די פשט..

און שוין. דאס איז מיטן ניסוח ארטיקל.

יעצט צום קומענדיגן ארטיקל וואס איז בעצם געווען אויפן דעקל אהער געשטעלט אלס די מעין ארטיקל, און דאס איז די אינטערוויו מיט די דריי יודן איבער די זכרו פראגראם.

איז קודם כל לאזט זיך זאגן אז די מצב טויג נישט.. אין א מאגאזין וואס קומט ארויס דורך סאטמערע יודן וואס גייען מיטן שיטה פונעם רבין זי"ע איז פארהאן א גאנצע ארטיקל וואו סווערט דערמאנט אן א שיעור מאל דעם 'דף היומי' און אביסל שפעטער איז פארהאן א גאנצע ארטיקל מסביר צו זיין די שיטת חב"ד, איז א סימן אז די מצב טויג נישט און משיח מוז שוין קומען, אזוי ווי דער הייליגער ראפשיצער פלעגט צו זאגן, אז אויב ווילסטו אונז נאך אויסלייזן אלס יודן איז לייז אונז שוין אויס, ווייל אז נישט וועט די מצב נישט טויגן...

נו שוין... די זכרו ארטיקל איז געווען א קנאק פון אן ארטיקל, הערליך שיין אראפ געלייגט די מהלך וויאזוי עס ארבעט, און כהאב באזונדער הנאה געהאט אז יעדער איינער פון די דריי האט עקסטער פארציילט זיין מעשה, און ווען מהאט עס אדורך געליינט איז קיינמאל נישט געשטאנען עפעס וואס די אנדערע האט שוין געהאט פארציילט פארדעם, סאיז געווען פאכמאניש אראפ געלייגט אז יעדעמס געשיכטע האט געברענגט די ארטיקל א שטאפל פאראויס, און סאיז נאכאלטס געווען 3 באזונדערע געשיכטעס.

נאך א זאך וואס האט מיר געכאפט, איז אז מהאט געזעהן אז זיי זוכן נישט איין צו נערן מענטשן סתם אזוי און זיי זענען זייערע אפן אויף ווי ווייט די פראגראם העלפט און אויף וואס סאיז נישט הילפבאר. ווי איינער האט געזאגט אז סהעלפט מיר נישט געדענקען די אנדערע חלקים פונעם בלאט, און נאך איינער האט מודה געווען אז ער זעהט נישט קיין גרויסע שינויים אינעם הבנה פונעם בלאט אדאנק זכרו, און דאס האט געגעבן אזא געפיל אז אונז זעמיר אפן איבער וואס אונז קומען דא פארקויפן, און ווען איך זאג דיך די מעלות דערפון זאלסטו וויסן אז סאיז טאקע ריכטיג, וויבאלד איך זאג דיך אויך די חסרונות דערפון.

און יא, ווי אלעמאל האט אונז הרב ליבערמאן נישט אנטוישט. סאיז מיר נאר געווען אינטרעסאנט אינאכט צו נעמען ווי ער זיצט מיט א לעפטאפ בשעתן אינטערוויו.. סאיז מיר געווען היפש אינטרעסאנט די פשט דערפון. ער שרייבט דאך יעצט עניוועי נישט אפ די אינטערוויו, און פאר צו פארליינען די שאלות קען ער דאך ארויס פרינטן די צעטל בעפאר די שמועס, און פאר צו רעקארדירן די אינטערוויו קען ער זיך איינהאנדלען א קליינע מאשינקע און עס אנידער שטעלן אויפן טיש, איז צו וואס פונקט פעלט זיך אויס דעם לאפטאפ. לדעתי שטעל איך זיך פאר אז סנעמט נאר אוועק די קאנסעטראציע פונעם שמועס ווען די מיטשמועסער פילט ווייניגער די מיט ארבעט פונעם אינטערוויורער ווען יענער איז ביזי קוקן אויפן לאפטאפ, אזוי מיין איך. און איך בין געבליבן מיטן מסקנא אז נאכאלעם מאכט עס א בעסערישן אויסקוק פארן געאינטערוויוטער ווען דער וואס אינטערוויוט איז נישט סתם עפעס א ווייס-איך-ווער.. ער פארמאגט א לעפטאפ אין זיין באזיץ און ער איז היפש גרעסער פונעם עמך אינטערוויורער.... אוקעי, דאס איז שוין סתם העיט.. איך אנטשולדיג זיך דערויף..

די נשמות פאנגער ארטיקל איז אויך געווען זייער באלערנד, כווייס נישט פארוואס אבער כהאב געהאט א געפיל אז סאיז איבער געטייטשט פון העברעאיש אזוי ווי די ינוקא ארטיקל.. זינט סלאזט זיך גלייבן אז אויב וואלט ער טאקע פאקטיש געשמועסט מיט אים וואלט ער אים געפרעגט עפעס איבער חסידישע יודן, און סוואלט געווען א בילד פון אים בשעתן אינטערוויו. און אויך אויב איך געדענק גוט איז דער שרייבער 'שמעון שטויבער' א יוד וואס האט שוין געמאכט עטליכע אינטערוויוס מיט לאנדענער יודן, און סלאזט זיך גלייבן אז ער וואוינט גאר אין לאנדאן. נאר ער האט איבער געטייטשט די אינטערוויו פון ווייסעך וואו.. אבער סמוז נישט זיין, סאיז סך הכל א געפיל מיינע וואס זאגט אזוי..

אבער וואס סזאל נאר זיין איז עס געווען הערליך באשריבן, און עטוואס מער אינטרעסאנט ווי דער טיפישע בעל-תשובה סטייל ארטיקל, סהאט שוין אנטהאלט אין זיך מער דראמא און ציענדע שטיקלעך ווי די אנדערע בעלי תשובות אינטערוויוס. און בכלל, איז דער הרב פאנגער א באוויסטע פיגור, און סאיז טאקע אינטרעסאנט געווען צו וויסן מער איבער זיין היסטאריע.

און צו צו לייגן צום שרעקליכן גלות מצב פונעם מאמענט מאגאזין, איז אין די ארטיקל אויך דערמאנט געווארן חב"ד אלס די וואס האבן געהאט א טייל אין זיין צוריק קער, ווען ער האט געטראפן אינעם דשונגעל די תפילת הדרך קארטל וואס די חב"ד שליח האט אים געגעבן אין די לוד לופטפעלד.

וויאזוי זינגט נאך יואלי קליין? לייז אונז אויס לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז אויס, אז דו ווילסט זיין בעסער צופרידן איז לייז אונז אויס אלס יודן...

נתקבל יח"ל ר' מאיר שפירא ארטיקל איז געווען זייער רירנד, זעהנדיג די בילד פונעם בריוו אדרעסירט צום ישיבה, ווי א בחור בעט זיך אנגענומען צו ווערן אין ישיבה, און געבנדיג א קוק אויפן דאטום איז מיר א סקרוך אריבער געפלויגן מיין וועזן. די דאטום איז געווען ח' סיון תרצ"ט. זיצט א בחור'ל און בעט זיך ביים הנהלת הישיבה אז מזאל אים אריין נעמען. עטליכע געציילטע חדשים דערנאך ברעכט אויס די קריג, פוילן איז פון די ערשטע איינגענומען צו ווערן דורך די נאציס, ביז אפאר וואכן שפעטער איז לכאורה שוין נישט געווען א זכר פונעם בחור'ל השם ינקום דמו, ווען ער איז געפירט געווארן צוזאמען מיט די אלע אנדערע בחורים וואס זענען יא אנגענומען געוווארן אין ישיבת חכמי לובלין, און צוזאמען מיט די הנהלת הישיבה צו וועם ער האט זיך געהאט געוואנדן ממש געציילטע חדשים צוריק און זיך געבעטן ביי זיי אים אריין צו נעמען, אלע אלע צוזאמען זענען געפירט געווארן קיין אושוויץ, ווי מהאט די יונגערע פון זיי גראד געהייסן גיין לינקס און זיך אויסטון צו גיין כאפן א שאוער זיך איבער צו וואשן, און ווארטנדיג פאר אביסל וואסער שטייענדיג אזוי צושטיפט מיט נאך אפאר הונדערט מענטשן און א קליינע פארמאכטע צימערל, און פון אויבן ליגן בעיביס וואס קענען נאר וויינען און קוים מאמי קענען זיי שוין זאגן, און זיי ליגן פון אויבן אויף די מענטשן, כדאי צו אויסניצן די פלאץ צום מאקסימום. און אלע ווארטן שוין ווען די מאדנע און אומאנגענעמע און גאר שרעקעדיגע איבערלעבניש זאל שוין אריבער גיין און מזאל זיך שוין טרעפן אינדערויסן אפגעוואשענערהייט. ווען פלוצלינג, מיטאמאל עפענען זיך די קראנען און סהייבט אן צו גיסן. אבער העי, וואס גייט דא פאר? דאס איז נישט קיין וואסער. סאיז עפעס אן אנדערע סארט מאטעריאל. העי, וואס איז דאס? איז עס א מיסטעיק? קום אהער דו דארט, זאג פאר דער וואס איז אינדערויסן אז סאיז נישט קיין וואסער, עפעס אנדערש קומט דא אריין. הע הע הע.. איך קען נישט מער.. פארוואס קען איך נישט אטעמען? יויש.. סווערט מיר שווער.. ניין זאג מיר נישט.. האלא.. וואס גייט דא פאר? יויש.. הע הע.. ניין ניין.. מאמי.. טאטי.. ווער איז דא.. איך קען נישט אטעמען.. סאיז עפעס שרעקליכע לופט.. ניין.. ניין.. סקען נישט זיין.. איך גיי נישט שטארבן יעצט.. ניין ניין ניין... סגייט נישט געשעהן.... איך מוז אטעמען.. איך מוז האבן פרישע לופט... לאמיר ארויס גיין כאפן אן אטעם... איך דארף לופט... איך קען נישט... ניין... ניין... ניין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ------------------------
אונז גיימיר דאס קיינמאל נישט פארגעסן!!!!!!! נקום נקמת דם עבדיך השפוך!!!! נעם שוין נקמה!!!!!!!!!!!!!

אוקעי... איך האב נאך געוואלט שרייבן איבערן לא נתקבל פון אמאל און היינט.. אבער איך בין נישט יעצט אין די גוסטע ווען א בחור'ל זוכט צו כאפן זיין אטעם ווערנדיג פארגאזט צום טויט!

נו שוין.... דער רעשט וועט מען לאזן אומגעזאגט.
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

eller האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:59 am
זעהט אויס גאר א רייכע מאמענט לכבוד שבועות..
גיימיר גרינטליך אדורך ליינען און דערנאך יוצא זיין מיט קרעדיט קארד'ס אנאליז וואס כמעט אלעמאל טרעפט ער צו וואס איך וויל זאגן.
משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 1:52 pm
יעצט אויפגעריסן די מאמענט זעקל... קוקט אויס צו זיין גאר א רייכע אויסגאבע, כ'וואלט זיך געטרויעט צו זאגן אז ס'זעט אויס מער ציענד ווי די פסח אויסגאבע - ווי דיר וועל איך אויך ארויסקוקן אויף קרעדיט קארד אנאליזן
eller האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:49 pm
@קרעדיט קארד
טוט זיך מיט שבועות ?
fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:43 am
@קרעדיט קארד נו!! ....דער עולם לעכצט

@eller און @משה'לי'ס בבא מציעא און נאכאמאל @eller און @fiena nieas , א דאנק פארן שטענדיגע סופפארט, שטיצע און חיזוק.
משה'לי'ס בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 11, 2023 3:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לי'ס בבא מציעא »

wow wow wow!! די וועג וויאזוי די האסט אראפגעלייגט די נאצי רציחה איז נישט נארמאל, פון אלעס וואס כהאב שוין געליינט איבער די וועלט מלחמה, האט דאס געטריגערט א געזונטע ציפ, אוטש!! נעבעך פאר די זיסע בעבעיס. אויש.
ש'כוח פארן מיר דערמאנען, און ש'כוח פאר די גאנצע אנאליז.
אפאר הערות.
בנוגע חב"ד ארטיקל מסכים יעדע ווארט, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די חידוש פון די נוסח חב"ד איבער די אנדערע נוסח פראיעקטן, אז דעיס קען מען אביסל סאו ס'האלב וועגס באקאנט אבער דאך אזוי פארהוילן, דעריבער האט עס א שטערקערע משמעות ווען מען באקענט זיך דערמיט.
כ'מיין ס'איז יא גוטע געדאנק צו מאכן א נוסח פראיעקט אויף די גרויסע חסידות'ער, א שטייגער ווי גור - כ'האב נישט קיין אנונג וואס אזאנס עס גייט פאר דארט.
בנוגע די נשמות פאנגער ארטיקל - כ'ווייס נישט וואס, עפעס האט געפילט ווי ס'פעלט דארט, יעצט אז דו זאגט עס סאיז איבערגעטייטש מאכט עס סענס, איך בין ארויס פונעם ארטיקל צומישט. אויב איז ער אזא מעסיוו מענשט פארוואס הערט מען נישט פון עם? ווי זאגט ער דרשות? ווי דרייט ער זיך היינט? סתם בעיסיק שאלות האט געפעלט.
נאכאמאל, יעדע ווארט דיינע, איבער תוכנדיגע ארטיקלען און די גאנצע הקדמה - אמת ויציב, קיפ איט אפ!
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

@קרעדיט קארד .

איין ווארט האב איך פאר דיר. מאסיוו!.
שירות ותשבחות
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 03, 2024 2:15 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירות ותשבחות »

שכח פארן אראפ-סווייפן מיטן @קרעדיט קארד אזא הערליכע אנאליז אויף די יום טוב אויסגאבע.

וואס וועט זיין מיט די וועכענטליכע קאלום'ס?
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:50 am
wow wow wow!! די וועג וויאזוי די האסט אראפגעלייגט די נאצי רציחה איז נישט נארמאל, פון אלעס וואס כהאב שוין געליינט איבער די וועלט מלחמה, האט דאס געטריגערט א געזונטע ציפ, אוטש!! נעבעך פאר די זיסע בעבעיס. אויש.
ש'כוח פארן מיר דערמאנען, און ש'כוח פאר די גאנצע אנאליז.
אפאר הערות.
בנוגע חב"ד ארטיקל מסכים יעדע ווארט, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די חידוש פון די נוסח חב"ד איבער די אנדערע נוסח פראיעקטן, אז דעיס קען מען אביסל סאו ס'האלב וועגס באקאנט אבער דאך אזוי פארהוילן, דעריבער האט עס א שטערקערע משמעות ווען מען באקענט זיך דערמיט.
כ'מיין ס'איז יא גוטע געדאנק צו מאכן א נוסח פראיעקט אויף די גרויסע חסידות'ער, א שטייגער ווי גור - כ'האב נישט קיין אנונג וואס אזאנס עס גייט פאר דארט.
בנוגע די נשמות פאנגער ארטיקל - כ'ווייס נישט וואס, עפעס האט געפילט ווי ס'פעלט דארט, יעצט אז דו זאגט עס סאיז איבערגעטייטש מאכט עס סענס, איך בין ארויס פונעם ארטיקל צומישט. אויב איז ער אזא מעסיוו מענשט פארוואס הערט מען נישט פון עם? ווי זאגט ער דרשות? ווי דרייט ער זיך היינט? סתם בעיסיק שאלות האט געפעלט.
נאכאמאל, יעדע ווארט דיינע, איבער תוכנדיגע ארטיקלען און די גאנצע הקדמה - אמת ויציב, קיפ איט אפ!
@משהל'ע א ריזיגע דאנק פאר דיין איהאלטסרייכע פידבעק!

לגבי די מאכן א פראיעקט אויף גור למשל, און די נושא זאל נישט זיין די חסידות און א טיש ביים רבין, נאר מער וועגן די קאלטשער און די קהילה, דארפסטו פארשטיין אז שרייבן א גאנצע ארטיקל אן צו דערמאנען די פורשים, איז אזוי ווי רעדן פון חב"ד אן צו דערמאנען די שליחים פון איבער די וועלט... און צו רעדן פון די פורשים און עס דעקן מיט א פאזיטיווע בליק - גייט זיין פעטש פון רעכטס, און עס דעקן נעגאטיוו - וועט פליען פון לינקס.. בקיצור המעשה.. סאיז יענס געשעפט...

אבער איך טראכט יעצט, אז אפשר קען עס @מאמענט יא באווייזן.. אדרבה.. לאמיר זיך איבער צייגן...

די פאנגער איז א באוויסטע פיגור אינערהאלב די מחזירי בתשובה וועלט אין א"י, קענסט זעהן דא און דא מער איבער אים.

און נאכאמאל טענקס פאר דיין פידבעק און קאמפלימענטן!
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

חיריק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:09 pm
@קרעדיט קארד.

איין ווארט האב איך פאר דיר. מאסיוו!.
@חיריק .

טענקס!!.
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

שירות ותשבחות האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:29 pm
שכח פארן אראפ-סווייפן מיטן @קרעדיט קארד אזא הערליכע אנאליז אויף די יום טוב אויסגאבע.

וואס וועט זיין מיט די וועכענטליכע קאלום'ס?
טענקס @שירות ותשבחות !

די אמת איז אז כהאב נאך געפלאנט ווייטער צו גיין מיט די אנדערע קאלומ'ס, נאר איך בין געווארן סטאק אין די גאז קאמערן..

כהאב נאך אפילו נישט ארויס געברענגט די פוינט וואס כהאב געוואלט ארויס ברענגען לגבי יענע בחור.. כבין פשוט געווארן צו עמאציאנאל און עמאושענעל.. און כבין שוין נישט געווען אין די גוסטע ווייטער צו גיין מיט די אנאליז..

אבער סקען זיין אז כוועל עס נאך משלים זיין. (אדער נישט..)
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

קרעדיט קארד האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:28 am
פארגרעסערטע שבועות נומער. דאס זענען די ווערטער וואס האבן געלויטעט אויפן דעקל פונעם לעצטן מאמענט מאגאזין. נישט קיין מעגא מאגאזין אזוי ווי אין די פסח – סוכות מאגאזינען וואס דעמאלטס ערשיינט א מעגא טיטל דערויף, נאר דא איז עס אזא פארגרעסערטע נומער, אזא סעמי מעגא מאגאזין.

וואס יא, סאיז נישט קיין פארגרעסערטע נומער, סאיז א פארגרעסערטע מאגאזין. סאיז גראדע יא א גרעסערע נומער ווען איין מאגאזין פארדעם האט פארמאגט די נומער 491# און די יעצטיגע פארמאגט די נומער 492# איז עס טעכניש יא א פארגרעסערטע נומער, אבער כגלויב אז נישט דאס איז געווען זייערע כוונה אינטערן שרייבן א פארגרעסערטע נומער זינט די קומענדיגע מאגאזין גייט אנטהאלטן נאך א גרעסערע נומער 493# און סלאזט זיך גלייבן אז סגייט נישט שטיין אויפן דעקל אז די יעצטיגע נומער איז א פארגרעסערטע נומער ווי די פאריגע וואכעדיגע שבועות נומער. איך זעה ענדערשער דא א מהלך צו זאגן אז די כוונה איז געווען צו זאגן אז די מאגאזין איז א פארגרעסערטע מיט מער ארטיקלען ווי א נארמאלע וואך, און סאיז א פארגרעסערטע מאגאזין. לאזט זיך נאר שפעקולירן פארוואס טאקע האבן זיי געשריבן 'פארגרעסערטע שבועות נומער' און נישט 'פארגרעסערטע שבועות מאגאזין' אזוי ווי סווואלט זיך בעצם געקומען.

נו שוין, לאמיר זיך נעמען צום פארגרעסערטן שבועות מאמענט מאגאזין. מקען זאגן אז סאיז געווען גאר אן אינהאלטסרייכע מאגאזין, און אפילו גאר אין א געוויסע חלק, שטערקער ווי די פסח מעגא מאגאזין. אזוי ווי @משה'לי'ס בבא מציעא האט דא געזאגט. סהאט אנטהאלט אסאך מער ווערדפולע תוכנדיגע ארטיקלען ווי אין די פסח מאגאזין.

איך געדענק אז @והיא שעמדה האט דא געשריבן א גאנצע הספד איבער די היימישע ליטעראטור ווי ספארט עטוואס צו דרום, ווערנדיג מער און מער אנגעפילט מיט שיינע ארטיקלען און אינטערוויוס און לעבנס ביאגראפיע פון כל מיני פערזאנען, אבער ווען מען ענדיגט דעם ליינען האט מען גארנישט איינגעקויפט וואס מקען שפעטער ארויס קעשן ערגעץ אנדערש, אדער אפילו נישט ארויס קעשן נאר פשוט קליגער ווערן און די אינערליכע אינטעליגענץ זאל באקומען א גרעסערע ווערד און שאצונג קענעדיג נאך ידיעות און וויסן נאך וויסנשאפטליכע וויסנשאפטן.

בשעתו האב איך געפילט אז סאיז דא א שטארקע גערעכטיגקייט אין זיינע ווערטער, און איך געדענק אז סאיז געווען עטליכע וואס האבן צוריק געענטפערט אז למעשה זעמיר היינט אין א דור ווי די עולם פאדערט נישט אזעלכע מינע ארטיקלען, די פארלאנג דערפאר איז שוין נישטא, און די עולם וויל מער לייכטע לופטיגע ארטיקלען מיט שיינע גראפיק ארום.

איך האב דעמאלט געוואלט צוריק ענטפערן און ארויס ברענגען אן אנדערע נקודה, אבער כבין נישט עכט אנגעקומען דערצו זיך אריין צו מישן אין יענע שמועס, און 'מי יודע אם לא לעת כזאת הגעת למלכות'.

סאיז ריכטיג אז היינט ווען מוועט פארקויפן אין די געשעפטן א יפה-בעתו וועט זיך עס נישט עכט פארקויפן, זינט די אויסשטעל וויאזוי סאיז געווען אויסגעשטעלט איז נישט עפעס וואס רעדט צום היינטיגן עולם, אבער בכלל נישט ווייל די עולם וויל נישט קיין תוכן נאר ענדערשער טוחן.

געטס נאר א קוק אויף די 'גלאק' וואס איז אפיציעל געקומען אהער צו פילן די לאך פון תוכנדיגע ליטעראטור. סדאכט זיך מיר אז סאיז נישט געווען נאך א אויסגאבע אויף די היימישע יודישע שפראך וואס די פארלאנג דערפאר איז געווען אזוי שטארק, געב נאר א קוק אינעם גלאק אשכול וויפוהל טייכן טרערן יודן האבן פארלאזט אויפן פארלוסט פונעם מאגאזין ווערנדיג געוואר אז סאיז דערנאך, שפעטער גיי צוריק עטליכע בלעטער און זעה ווי די עולם האט אזוי געלעכצעט אויפן גלאק און יעדע מאל ווען סאיז נאכאמאל ארויס געקומען א מעלדונג אז אט אט קומט ארויס די קומענדיגע גלאק האט די עולם געהוליעט און געיובלט פאר שמחה אויף א מאסיווע פארנעם זיך פרייענדיג מיטן תוכנדיגן אויסגאבע.

סאיז נישט אז היינט איז נישט אנדערש ווי אמאל, סאיז קלאר יא, און מקען עס זעהן אין פיל מיט ביישפילן ווי למשל אין די ניגונים וואס קומט היינט ארויס, ווי די אויפגעכאפטע ניגונים וואס ווערן די מערסטע אויפגעכאפט זענען די קורצע סימפל פשוטע ניגונים, אנדערש ווי אמאל ווען מהאט מער געשעצט א לענגערע שיינע שטיקל מוזיק. סאיז קלאר א די נערוון פונעם היינטיגן דור איז קלענער און ווייניגער אויסגעצויגן ווי אמאל, אבער ווען סקומט צום ליטעראטורישן וועלט איז עס נישט משפיע אויפן קוואליטי פונעם ארטיקל.

דאס הייסט, אז סאיז נישט אז היינטיגע צייטן איז די פארלאנג אויף ווייניגער תוכנדיגע ארטיקלען און מער געבלאזענע לופטיגע געשרייבערייען. ניין. היינט אז אן ארטיקל זאל ווערן אויפגעכאפט, מוז עס זיין שיין אראפ געלייגט, שיינע לייכטע גראפיק וואס מאכט אנגענעם די ליינען, שיינע קוואליטי פאפיר, אויסגעשפרייט די שורות, מער פיקטשערס אינמיטן און אזוי ווייטער. דאס מיינט אז די חילוק פון אמאל ביז היינט איז די וועג וויאזוי די ארטיקלען ווערן סערווירט. ווען בשעת אמאל האט עס געקענט זיין פיצי אותיות, אן קיין שום גראפיק, שווארץ-ווייסע בלעטער א.א.וו. און סאיז נאכאלטס געגאנגען ווי וואסער. איז היינט פאדערט זיך אז סזאל זיין שענער סערווירט, און מער אנגענעם צו ליינען. אבער נישט אז די קוואליטי פון די ארטיקלען זאלן זיין ווייניגער.

פארקערט גאר, היינט וואס אינפארמאציע איז היינט גאר א צוגענגליכע זאך וואס יעדער איינער קען באקומען צוטריט דערצו, איז א ריכטיגע געלונגענע ארטיקל וואס די עולם אפרישיעט און שעצט די מערסטע - טאקע אן אינהאלטסרייכע ארטיקל וואס ברענגט צום טיש עפעס סחורה אויף מיט צו נעמען און נישט סתם עפעס לופטיגס צו קענען אנפילן די באשטימטע צאל בלעטער וואס די מאגאזין פאדערט צו האבן וועכנטליך.

און אן ארטיקל וואס פארמאגט ריכטיגע קוואליטי, איז די מערסטע געשעצט ביי די ליינער. און צו זאגן אז היינט פאדערט נישט די עולם הליינערס ריכטיגע קוואליטי איז אומריכטיג, על כל פנים איך קען מיך אליינס רעפרעזענטירן און אלס די רעפרעזענטאר און נציג פון @קרעדיט קארד זאג איך, אז די ליינערס לעכצן און קוקן ארויס אויף א ריכטיג גוטע שטיקל קוואליטי, און אונז ליינערס בעטן זיך אז מזאל פליז שעצן די ליינערס באזע און נישט אינטער שאצן זייערע אינטעליגענץ מיטן זיי אנפירקעלען מיט לופטיגע סחורה. אונז דארפן פון די גוטע.

דאס אלעס אגב האט איינער געשריבן אין די מאמענט אשכול, אז די גאנצע מאמענטום וואס די ניסוח ארטיקל באקומט ווייזט אז די עולם אפרישיעט נאך קוואליטי סחורה, און מאיז נאך נישט געווארן פארלופטיגט מרוב הלופטיגע ארטיקלען. למעשה, יעצט שרייבענדיג האב איך געוואלט דערמאנען יענעם און אהין לינקען, אבער איך זעה אז סאיז נישט צום געפינען און סאיז לכאורה מיט געפלויגן מיט די אלע אנדערע חב"ד תגובות.. ת.נ.צ.ב.ה.
איז שרייבער פון יענע תגובה, רעכן כאילו איך האב דערמאנט דיין נאמען.

איז יא, סאיז געווען א קנאקעדיגע פארגרעסערטע אינהאלטסרייכע תוכנדיגע מאמענט מאגאזין.
און סלאז זיך זאגן לייכטערהייט אז די היט און די הויעך-פונקט פונעם מאגאזין איז געווען די ניסוח חב"ד ארטיקל.

די ניסוח חב"ד איז עכטע ארגינעלע זשורנאליסטישע ווערק. דאס מיינט די פסוק ווען מען רעדט פון הויעכע קוואליטי סחורה. דאס איז פשוט פשט. דער שרייבער הרב אויסטערליץ האט געמאכט דא אן ארבעט וואס איז פשוט להפליא און צום באווינדערן, סלאזט זיך זאגן אז זייט ליטעראטור עקזיסטירט איז נאך אזאנס קיינמאל געווען. און דאס איז אנדערש ווי די ביז יעצטיגע ניסוח ארטיקלען.

די ביז יעצטיגע זענען געווען אן ארום-נעמנדע באשרייבונג איבער די ספעציפישע קהילה בישראל, דא אבער איז עס געווען אסאך טיפער און ברייטער, דא האט זיך פארן ערשטן מאל אנטפלעקט א סקיל און טאלאנט וואס די שרייבער האט וואס סאיז נישט געזעהן געווארן ביי די אנדערע מאל. און דאס איז, אז סאיז די ערשטע מאל וואס די שרייבער האט אונז אריין גענומען טיף אינעם געדאנקען גאנג און מהלך המחשבה פונעם קהילה און מסביר געווען די גאנצע שיטה און די תורת החב"ד אויף וואס סאיז געבויעט. סאיז נישט אז סאיז געווען א פשוטע כראנאלאגישע איבער בליק איבער די השתלשלות החסידות פון די מייסד ביזן היינטיגן טאג, סאיז געווען א סאך טיפער, די שרייבער האט אריין געטראגן די ליינער אינעם היגיון פונעם חסידות, און מסביר געווען בטוב טעם ודעת די סוד החסידות און אויף וואס די ארטיגן חסידות און לעבנס שפאן איז געבויעט.

סאיז די ערשטע מאל וואס מהאט געקענט זעהן אז חוץ וואס די שרייבער איז א געוואלדיגע ידען נפלא, און ווייסט א געוואלד, און קען גוט אראפ לייגן א קהילה פון אן היסטארישע פערספעקטיוו, קען ער אויך פשוט מסביר זיין א זאך אז מזאל עס גרינג פארשטיין. ער קען צונעמען א נושא אויף פיצל פיצלעך און עס שיין אראפ לייגן אז מהאט פשוט געקענט אליינס כאפן וואס דא גייט פאר.

ווי פארשטענדליך געב איך אויך קרעדיט פאר די חשובע חבד'סקע משפיע הרב קליין פארן מסביר זיין פאר הרב אויסטערליץ. אבער חוץ פון דעם קען איך זאגן אז סהאט זיך אנערקענט אויפן שריפט אז דער שרייבער האט עס גוט פארשטאנען און גוט אראפ געלייגט.

סאיז געווען א געוואלד מיט חידושים וואס איך בין נתחדש געווארן ליינענדיג די ארטיקל, פיל מיט זאכן וואס כהאב קיינמאל געוויסט די באדייט דערפון איז מיר אצינד קלאר געווארן. און איך וואלט געזאגט אז קודם כל די גרעסטע חידוש און יסודת'דיגע זאך וואס איך בין געוואר געווארן, איז די פשוטע חילוק צווישן חב"ד און ליבאוויטש. סאיז א פשוטע זאך וואס איך גלייב אז אסאך האבן עס שוין געוויסט פון פארדעם, אבער פאר סיי וועלכע סיבה, האב איך עס קיינמאל געוויסט.. און יעצט מיטן ליינען די ארטיקל בין איך שוין קליגער געווארן..

אבער דאס איז פון די קלייניגקייטן.. די עיקר איז אז סהאט מיר פשוט אריין געברענגט אין א נייע וועלט וואס איך האב קיינמאל געוויסט וואס דארט גייט פאר. ס'הייסט, כהאב אייביג געוויסט אז ס'עקזיסטירט, נאכמער כהאב מיך שוין גאר אסאך מאל אנגעטראפן דערמיט און אפילו נהנה געווען פון זייערע סערוויסעס, אבער כהאב קיינמאל באמת ארויס געהאט וואס גייט פאר אין יענעמס קאפ. כמיין, וואס פונקטליך טראכט דער שליח?..

איך געדענק אז ליינעדיגע די אינטערוויו וואס ארי ווייזער האט געמאכט מיט די חב"ד שליח וואס אפערירט אין סיביר, רוסלאנד, און יענער האט דארט געזאגט אז אפילו סאיז אים אזוי שווער גייט ער קיינמאל אוועק גיין פון דארט, און איך האב עס באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי זיי טוען אזעלכע זאכן, וויאזוי זענען זיי מסוגל דערצו. און יעצט נאכן ליינען די ארטיקל קען איך זאגן אז זאכן זענען מיר פשוט קלאר געווארן. איך פארשטיי שוין זייער גוט וויאזוי זייערע מוח און מהלך המחשבה פארט, און וואס איז זייערע מאטיוואציע און אויף וואס זייערע יסודות זענען באזירט.

נאכמער, כהאב שוין אפילו אנגעהויבן צו כאפן און פארשטיין נאך פיל מיט זאכן וואס זענען נישט דווקא געווען געשריבן אינעם ארטיקל, א שטייגער ווי די פערזענליכקייט פון רובאשקין, זיין גאנצע הלוך ילך, פון די בריוון וואס ער פלעגט שרייבן און הרב לייביש ליש פלעגט עס פארשפרייטן ווי ער פלעגט אייביג שרייבן אז מדארף טרעפן אין יעדע זאך וואס געשעהט די באשעפער און זיך ארויס לערנען דערפון עפעס, ביז די אלף בית גימעל ניגון וואס ער האט ארויס געגעבן. (נישט די ניגון, די ווערטער דערפון.) כהאב אנגעהויבן צו כאפן וואס סמיינט די לעשות לו דירה בתחתונים, די התבוננות, די לייגן תפילין, קרקפתא דלא מנח תפילין, און נאך פיל מער.

בקיצור המעשה, הרב אויסטערליץ, האסט געמאכט א סופער גוטע ארבעט.

סאיז אויך די ערשטע מאל וואס די ניסוח ארטיקל איז איבער א קהילה וואס מקען בעצם, טאקע נישט נאנט, אבער אסאך מער ווי די בוכארישע קהילה, און אויך מער פון די ליטווישער קהילה. נאכאלעם איז עס א קהילה וואס שטאמט פון די זעלבע מקור ווי אלע אנדערע מאמענט ליינער'ס – די הייליגע אור שבעת הימים, און סהאט א געוויסע נאנטקייט וואס די אנדערע קהילות האבן נישט.

און דאס ברענגט מיך צו טראכטן, צו אפשר זאל די שרייבער אנהייבן צו מאכן א ניסוח סעריע איבער די קהילות וואס זענען נאך נענטער צום ליינערס, אפשר הייבט מען אן צו באשרייבן די אלע גרויסע קהילות וואס פירן זיך אינטער די גרויסע אדמורי"ם שליט"א, חוץ פון די חלק החסידות וואס די קהילות פארמאגן, איז עס אויך ריזיגע קהילות וואס אנטהאלט אין זיך טויזענטער מיטגלידער, און יעדער חסידות עקסטער פארמאגט זייער אייגענע קאלטור, מיט אן אייגענע ווערטער בוך וואס נארמאל וועט עס אן אינדערויסענדיגע נישט פארשטיין. וואלט אפשר געווען אינטרעסאנט צו באשרייבן פשוט די קהילות. מאמענט פלעגט שוין אמאל מאכן אזא סארט געדאנק ווי זיי האבן באשריבן שבתים ביי גרויסע אדמורי"ם, דאס איז אבער מער די חלק החסידות שבו, איך רעד אבער פון באשרייבן די חלק הקהילה מיט די קאלטור וואס יעדע גרויסע חסידות פארמאגט. סדארף ווען צו זיין גאר אן אינטרעסאנטע פראיעקט.

איך טראכט נאר יעצט, אז נאך אלעם לעבן מיר אין א עולם הפרוזדור ווי די שקר און עגא צוזאמען מיטן כבוד פארמאגן א גרויסע פלאץ, און אונזער אלעמען באקאנטן טעגלאש איז קאי וקיים לצערינו הרב, און סאיז למעשה נישטא קיין איין חסידות וואס אנטהאלט נישט אביסל טעגלאש, די חסידות אביסל און די אנדערע אסאך.. בקיצור אזעלכע ארטיקלען קען זיין אסאך קאפ וויי פאר די אלע באטייליגטע וואס נעמען א טייל דערין.. סא כמיין אז סאיז אפשר נישט כדאי זיך אריין צו לייגן דערין.

און לכאורה צו קענען שרייבן אזעלכע ארטיקלען דארף מען זיין אינגאנצן נייטראל, און די סארט ארטיקלען וואס נעמען ארום די קהילה און קאלטור פון יעדע חסידות וועט מען לאזן פארן חבד'סקע אריה ארליך און ליטווישע משה ווייסבערג ביי זייערע 'פארענטשעס' פאדקעסט, און די חבד'סקע און ליטווישע קאלטור וועט מען לאזן פארן חסידישער מאמענט צו באשרייבן, און שלום על ישראל..

נאך איין קליינע קרישקעלע וואס איך דערמאן זיך יעצט איבער די ניסוח חב"ד, איז ביי די ווערטער-בוך איז געווען פיל מיט אינטרעסאנטע ידיעות, און אזוי ליינענדיג האט פלוצלינג געגעבן א שפרינג ארויף אייוועלט פאר מיין אויגן.. איך זעה איינע פון די ווערטער, נישט מער נישט ווייניגער ווי 'סטאוו יא פיטו'.. יאפ, אונזער אלעמען באקאנטן @סטאוו יא פיטא.. און ער שרייבט דארט צו אז דאס ארויס צו זאגן דארף מען זיין א ליבאוויטשער געבוירענע, אבער איך מיין אז סאיז גענוג אויב מאיז אן אייוועלט באזוכער.. למעשה אבער איז ער נישט עכט מסביר די פשט דערפון, נאר אז סשמועסט אויס ערנסטע חשבון הנפש. סא בינעך געבליבן נייגעריג איבער די פשט..

און שוין. דאס איז מיטן ניסוח ארטיקל.

יעצט צום קומענדיגן ארטיקל וואס איז בעצם געווען אויפן דעקל אהער געשטעלט אלס די מעין ארטיקל, און דאס איז די אינטערוויו מיט די דריי יודן איבער די זכרו פראגראם.

איז קודם כל לאזט זיך זאגן אז די מצב טויג נישט.. אין א מאגאזין וואס קומט ארויס דורך סאטמערע יודן וואס גייען מיטן שיטה פונעם רבין זי"ע איז פארהאן א גאנצע ארטיקל וואו סווערט דערמאנט אן א שיעור מאל דעם 'דף היומי' און אביסל שפעטער איז פארהאן א גאנצע ארטיקל מסביר צו זיין די שיטת חב"ד, איז א סימן אז די מצב טויג נישט און משיח מוז שוין קומען, אזוי ווי דער הייליגער ראפשיצער פלעגט צו זאגן, אז אויב ווילסטו אונז נאך אויסלייזן אלס יודן איז לייז אונז שוין אויס, ווייל אז נישט וועט די מצב נישט טויגן...

נו שוין... די זכרו ארטיקל איז געווען א קנאק פון אן ארטיקל, הערליך שיין אראפ געלייגט די מהלך וויאזוי עס ארבעט, און כהאב באזונדער הנאה געהאט אז יעדער איינער פון די דריי האט עקסטער פארציילט זיין מעשה, און ווען מהאט עס אדורך געליינט איז קיינמאל נישט געשטאנען עפעס וואס די אנדערע האט שוין געהאט פארציילט פארדעם, סאיז געווען פאכמאניש אראפ געלייגט אז יעדעמס געשיכטע האט געברענגט די ארטיקל א שטאפל פאראויס, און סאיז נאכאלטס געווען 3 באזונדערע געשיכטעס.

נאך א זאך וואס האט מיר געכאפט, איז אז מהאט געזעהן אז זיי זוכן נישט איין צו נערן מענטשן סתם אזוי און זיי זענען זייערע אפן אויף ווי ווייט די פראגראם העלפט און אויף וואס סאיז נישט הילפבאר. ווי איינער האט געזאגט אז סהעלפט מיר נישט געדענקען די אנדערע חלקים פונעם בלאט, און נאך איינער האט מודה געווען אז ער זעהט נישט קיין גרויסע שינויים אינעם הבנה פונעם בלאט אדאנק זכרו, און דאס האט געגעבן אזא געפיל אז אונז זעמיר אפן איבער וואס אונז קומען דא פארקויפן, און ווען איך זאג דיך די מעלות דערפון זאלסטו וויסן אז סאיז טאקע ריכטיג, וויבאלד איך זאג דיך אויך די חסרונות דערפון.

און יא, ווי אלעמאל האט אונז הרב ליבערמאן נישט אנטוישט. סאיז מיר נאר געווען אינטרעסאנט אינאכט צו נעמען ווי ער זיצט מיט א לעפטאפ בשעתן אינטערוויו.. סאיז מיר געווען היפש אינטרעסאנט די פשט דערפון. ער שרייבט דאך יעצט עניוועי נישט אפ די אינטערוויו, און פאר צו פארליינען די שאלות קען ער דאך ארויס פרינטן די צעטל בעפאר די שמועס, און פאר צו רעקארדירן די אינטערוויו קען ער זיך איינהאנדלען א קליינע מאשינקע און עס אנידער שטעלן אויפן טיש, איז צו וואס פונקט פעלט זיך אויס דעם לאפטאפ. לדעתי שטעל איך זיך פאר אז סנעמט נאר אוועק די קאנסעטראציע פונעם שמועס ווען די מיטשמועסער פילט ווייניגער די מיט ארבעט פונעם אינטערוויורער ווען יענער איז ביזי קוקן אויפן לאפטאפ, אזוי מיין איך. און איך בין געבליבן מיטן מסקנא אז נאכאלעם מאכט עס א בעסערישן אויסקוק פארן געאינטערוויוטער ווען דער וואס אינטערוויוט איז נישט סתם עפעס א ווייס-איך-ווער.. ער פארמאגט א לעפטאפ אין זיין באזיץ און ער איז היפש גרעסער פונעם עמך אינטערוויורער.... אוקעי, דאס איז שוין סתם העיט.. איך אנטשולדיג זיך דערויף..

די נשמות פאנגער ארטיקל איז אויך געווען זייער באלערנד, כווייס נישט פארוואס אבער כהאב געהאט א געפיל אז סאיז איבער געטייטשט פון העברעאיש אזוי ווי די ינוקא ארטיקל.. זינט סלאזט זיך גלייבן אז אויב וואלט ער טאקע פאקטיש געשמועסט מיט אים וואלט ער אים געפרעגט עפעס איבער חסידישע יודן, און סוואלט געווען א בילד פון אים בשעתן אינטערוויו. און אויך אויב איך געדענק גוט איז דער שרייבער 'שמעון שטויבער' א יוד וואס האט שוין געמאכט עטליכע אינטערוויוס מיט לאנדענער יודן, און סלאזט זיך גלייבן אז ער וואוינט גאר אין לאנדאן. נאר ער האט איבער געטייטשט די אינטערוויו פון ווייסעך וואו.. אבער סמוז נישט זיין, סאיז סך הכל א געפיל מיינע וואס זאגט אזוי..

אבער וואס סזאל נאר זיין איז עס געווען הערליך באשריבן, און עטוואס מער אינטרעסאנט ווי דער טיפישע בעל-תשובה סטייל ארטיקל, סהאט שוין אנטהאלט אין זיך מער דראמא און ציענדע שטיקלעך ווי די אנדערע בעלי תשובות אינטערוויוס. און בכלל, איז דער הרב פאנגער א באוויסטע פיגור, און סאיז טאקע אינטרעסאנט געווען צו וויסן מער איבער זיין היסטאריע.

און צו צו לייגן צום שרעקליכן גלות מצב פונעם מאמענט מאגאזין, איז אין די ארטיקל אויך דערמאנט געווארן חב"ד אלס די וואס האבן געהאט א טייל אין זיין צוריק קער, ווען ער האט געטראפן אינעם דשונגעל די תפילת הדרך קארטל וואס די חב"ד שליח האט אים געגעבן אין די לוד לופטפעלד.

וויאזוי זינגט נאך יואלי קליין? לייז אונז אויס לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז אויס, אז דו ווילסט זיין בעסער צופרידן איז לייז אונז אויס אלס יודן...

נתקבל יח"ל ר' מאיר שפירא ארטיקל איז געווען זייער רירנד, זעהנדיג די בילד פונעם בריוו אדרעסירט צום ישיבה, ווי א בחור בעט זיך אנגענומען צו ווערן אין ישיבה, און געבנדיג א קוק אויפן דאטום איז מיר א סקרוך אריבער געפלויגן מיין וועזן. די דאטום איז געווען ח' סיון תרצ"ט. זיצט א בחור'ל און בעט זיך ביים הנהלת הישיבה אז מזאל אים אריין נעמען. עטליכע געציילטע חדשים דערנאך ברעכט אויס די קריג, פוילן איז פון די ערשטע איינגענומען צו ווערן דורך די נאציס, ביז אפאר וואכן שפעטער איז לכאורה שוין נישט געווען א זכר פונעם בחור'ל השם ינקום דמו, ווען ער איז געפירט געווארן צוזאמען מיט די אלע אנדערע בחורים וואס זענען יא אנגענומען געוווארן אין ישיבת חכמי לובלין, און צוזאמען מיט די הנהלת הישיבה צו וועם ער האט זיך געהאט געוואנדן ממש געציילטע חדשים צוריק און זיך געבעטן ביי זיי אים אריין צו נעמען, אלע אלע צוזאמען זענען געפירט געווארן קיין אושוויץ, ווי מהאט די יונגערע פון זיי גראד געהייסן גיין לינקס און זיך אויסטון צו גיין כאפן א שאוער זיך איבער צו וואשן, און ווארטנדיג פאר אביסל וואסער שטייענדיג אזוי צושטיפט מיט נאך אפאר הונדערט מענטשן און א קליינע פארמאכטע צימערל, און פון אויבן ליגן בעיביס וואס קענען נאר וויינען און קוים מאמי קענען זיי שוין זאגן, און זיי ליגן פון אויבן אויף די מענטשן, כדאי צו אויסניצן די פלאץ צום מאקסימום. און אלע ווארטן שוין ווען די מאדנע און אומאנגענעמע און גאר שרעקעדיגע איבערלעבניש זאל שוין אריבער גיין און מזאל זיך שוין טרעפן אינדערויסן אפגעוואשענערהייט. ווען פלוצלינג, מיטאמאל עפענען זיך די קראנען און סהייבט אן צו גיסן. אבער העי, וואס גייט דא פאר? דאס איז נישט קיין וואסער. סאיז עפעס אן אנדערע סארט מאטעריאל. העי, וואס איז דאס? איז עס א מיסטעיק? קום אהער דו דארט, זאג פאר דער וואס איז אינדערויסן אז סאיז נישט קיין וואסער, עפעס אנדערש קומט דא אריין. הע הע הע.. איך קען נישט מער.. פארוואס קען איך נישט אטעמען? יויש.. סווערט מיר שווער.. ניין זאג מיר נישט.. האלא.. וואס גייט דא פאר? יויש.. הע הע.. ניין ניין.. מאמי.. טאטי.. ווער איז דא.. איך קען נישט אטעמען.. סאיז עפעס שרעקליכע לופט.. ניין.. ניין.. סקען נישט זיין.. איך גיי נישט שטארבן יעצט.. ניין ניין ניין... סגייט נישט געשעהן.... איך מוז אטעמען.. איך מוז האבן פרישע לופט... לאמיר ארויס גיין כאפן אן אטעם... איך דארף לופט... איך קען נישט... ניין... ניין... ניין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ------------------------
אונז גיימיר דאס קיינמאל נישט פארגעסן!!!!!!! נקום נקמת דם עבדיך השפוך!!!! נעם שוין נקמה!!!!!!!!!!!!!

אוקעי... איך האב נאך געוואלט שרייבן איבערן לא נתקבל פון אמאל און היינט.. אבער איך בין נישט יעצט אין די גוסטע ווען א בחור'ל זוכט צו כאפן זיין אטעם ווערנדיג פארגאזט צום טויט!

נו שוין.... דער רעשט וועט מען לאזן אומגעזאגט.
יעדער ווייסט איבער די פראבלעמען פון א קרעדיט קארטל.. אויך תורהדיג דארף מען גוט אויסארבעטן אז סזאל שטימען להלכה..

אנדערע איז אבער ווען עס קומט צו אינזער קרעדיט קארד.. יפה כתבת..

ווען איך קען, טראץ די לענגערע תגובה, וואלט איך געלייקט א יעדעס ווארט.
'פליז דיפאזיט ¢25 פאר די נעקסט 3 מיניטס'

...ווי למשל לכבוד אייער שמחה, רופט אריין אין אפיס אויף 845...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5746
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שכוח קרעדיט קארד! זייער גוט און קלאר אזוי ווי אייביג!

יא איך האב געהאט די זעלבע הרגשה ביים זיך טרעפן מיט סטאוו יא פיטא איך האב מיר אייביג געווינדערט דעם חשוב'ן ניקס מאדנע נאמען ... נישט געהאט קיין אהנונג וואס די ווארט באדייט...

אויך פארגעסטו פון נאך א גאר חשוב'ן ניק לכתחילה אריבער...
לעצט פארראכטן דורך fiena nieas אום דינסטאג יוני 18, 2024 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

WOW! @קרעדיט קארד
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

פשיהא פיין געשריבן
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

והיא שעמדה האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 1:41 pm

יעדער ווייסט איבער די פראבלעמען פון א קרעדיט קארטל.. אויך תורהדיג דארף מען גוט אויסארבעטן אז סזאל שטימען להלכה..

אנדערע איז אבער ווען עס קומט צו אינזער קרעדיט קארד.. יפה כתבת..

ווען איך קען, טראץ די לענגערע תגובה, וואלט איך געלייקט א יעדעס ווארט.
תודה רבה, @והיא שעמדה !

א שיינע חלק פונעם תגובה איז געווען בזכותך!..
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:09 pm
שכוח קרעדיט קארד! זייער גוט און קלאר אזוי ווי אייביג!

יא איך האב געהאט די זעלבע הרגשה ביים זיך טרעפן מיט סטאוו יא פיטא איך האב מיר אייביג געווינדערט דעם חשוב'ן ניקס מאדנע נאמען ... נישט געהאט קיין אהנונג וואס די ווארט באדייט...

אויך פארגעסטו פון נאך א גאר חשוב'ן ניק לכתחילה אריבער...
טענקס @fiena nieas פאר דיין פידבעק אזוי ווי אייביג!..

ביסט גערעכט לגבי @לכתחילה אריבער , די חילוק איז נאר צווישן אים מיט @סטאוו יא פיטא אז די 'לכתחילה אריבער' איז עפעס וואס כהאב שוין געהערט מערערע מאל דורך אויס מיין לעבן, מה שאין כן 'סטאוו יא פיטא' איז 3 ווערטער וואס חוץ פון אויף אייוועלט האב איך מיך קיין ערגעץ אנגעשטויסן מיט אט די ווערטער צאמשטעל, במילא ווען כהאב עס געליינט אין די מאמענט ארטיקל האט עס גלייך געבליצט 'אייוועלט'...
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:13 pm
WOW!@קרעדיט קארד
🙏 @לחם לאכול .
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

Potus האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:14 am
פשיהא פיין געשריבן
א דאנק אייך מיסטער @פרעזידענט פארן קאמפלימענט!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

@קרעדיט קארד .......
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:57 pm
@קרעדיט קארד .......
די וואך בין איך אביסל פארנומען, קומענדיגע וואך מיט א פרישקייט!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5746
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קרעדיט קארד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:00 am
לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:57 pm
@קרעדיט קארד .......
די וואך בין איך אביסל פארנומען, קומענדיגע וואך מיט א פרישקייט!
Ouch!!!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6628
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פשיהא, אזאנס!
מר' קרעדיט קארד, הערליך, געוואלדיג, צום צוקושן יעדעס ווארט!

(קליינע הערה: מען שרייבט נוסח, נישט ניסוח)
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

קרעדיט קארד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:00 am
לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:57 pm
@קרעדיט קארד .......
די וואך בין איך אביסל פארנומען, קומענדיגע וואך מיט א פרישקייט!
יוי...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:26 pm
פשיהא, אזאנס!
מר' קרעדיט קארד, הערליך, געוואלדיג, צום צוקושן יעדעס ווארט!

(קליינע הערה: מען שרייבט נוסח, נישט ניסוח)
א דאנק פארן פידבעק רעבע!

ביסט גערעכט כלפי די נוסח VS ניסוח.
איך מיין נאר אז אויב וואלט עס געווען א יודישע ווארט וואלט עס געספעלט געווארן ניסוח, ניין?
סאיז בערך אזוי ווי גנב וואלט געספעלט געווארן גאנעוו...
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:12 pm
Ouch!!!
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:55 pm
יוי...
🤔
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6628
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קרעדיט קארד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:04 pm

ביסט גערעכט כלפי די נוסח VS ניסוח.
איך מיין נאר אז אויב וואלט עס געווען א יודישע ווארט וואלט עס געספעלט געווארן ניסוח, ניין?
סאיז בערך אזוי ווי גנב וואלט געספעלט געווארן גאנעוו...
לאו דוקא!
אויב ווילסטו עס פאראידישן און פארגלייכן צו גאנעוו, דאן שרייב "ניסעך"...
עס דערמאנט מיר פון די וואס שרייבן בטעות "שיתוף" אנשטאט שותף.

אקעי, צוריק צו די גרויסע ווערטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”