Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד
נעוואדע מיט אן הרב.. 'הרב קרעדיט קארד'.
סא הרב קרעדיט קארד ווייסט נאכנישט וואו ער איז... און די אמת איז אז סווענדט זיך מער אינעם נפש פונעם שרייבער ווי איידער א זאך וואס מען אדאפטירט.
נעמליך, סארבעט נישט אז מאיז מחליט צו שרייבן אז ווי יענער שרייבער און שוין. סארבעט אז די שרייבער שרייבט זיך ארויס אויפן פאפיר. די שריפט ווערט אן אפשפיגעלונג פון די אינערליכע תוך. די כאראקטער און פערזענליכקייט ווערט אפגעשפיגלט אינעם שרייבן סטייל וואס דער שרייבער נוצט.
סאיז בערך אזוי ווי מזעהט ביי זינגען. ווי מוטי שטיינמעץ זינגט גאר ווארעם און שמילי אונגאר קען הייבן אן עולם ביי א חתונה. אויב מארגן וועט מוטי אילאוויטש טרייען צו נאכמאכן בערי וועבער, וועט עס אויסקוקן די זעלבע זאך ווי ווען מיילעך ברוינשטיין גייט זינגען אזוי ווי מיילעך קאהן..
און אויב מארגן גייט אנקומען א נייע זינגער @איך בין פישי! , אדער מעכי כויוועסמאכער און גייט מחליט זיין אז ער גייט זינגען אזוי ווי מרדכי בן דוד, גייט געשעהן אן עקסידענט. וויבאלד דו ביסט נישט MBD און דו קענסט נישט אפילו ווען דו ווילסט. דו קענסט אבער זיין @מעכי כויוועסמאכער , און נישט נאר דו קענסט, נאר דאס איז וואס דו ביסט. און במילא זיי וואס דו ביסט, ווייל נאר דארט קענסטו זיין גוט.
און סאיז בעצם טיפער ווי דעם. ווייל די סיבה פארוואס מוטי אילאוויטש געבט ארויס אזעלכע ניגונים וואס ער געבט ארויס, איז וויבאלד ער איז די סארט מענטש און כאראקטער, און אויב גייט ער מארגן פראבירן ארויס צו געבן א ניגון אזוי ווי יוסי גרין'ס ניגונים, וועט עס נישט גיין. און סאיז נישט אז הערשי וויינבערגער זאל פראבירן נאכצומאכן איצי וואלדנער און אזוי וועט ארויס קומען נאך אזעלכע ניגונים, וויבאלד סוועט נישט ארבעטן. ער קען נישט. אבער דו קענסט יא וואס דו קענסט. און דו זאלסט ברענגען אזעלכע ניגונים ווי יראי שמים און דאווענען, וואס דאס איז וואס דו קענסט.
לעניננו. אויב גיי איך פראבירן צו שרייבן אזוי ווי הרב ראזן אדער ווי הרב גליק, וועט נישט טויגן, וויבאלד איך בין הרב קרעדיט קארד און נישט הרב לאבין. און במילא איז די ארבעט, צו פראבירן ארויס צו ברענגען הרב קרעדיט קארד'ס אינערליכע כאראקטער און דאס ארויף ברענגען אויפן פאפיר, און נישט נאכמאכן הרב @eller צו @ליטווישער , אדער גאר @fiena nieas , צו @לחם לאכול . פארשטייסט? (נאך איינער האט דא געשריבן עפעס און איך האב אים נישט דערמאנט יעצט?)