א בריוול צו דיר מיין חבר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

א בריוו צו דיר מיין חבר נאך פון ישיבה קטנה.

מיט אונטער א וואך צוריק, האט זיך די זמן געענדיגט, איך האב מיר זייער געפריידט אנצוהייבן בין הזמנים, איך האב אין מיין מוח איבערגעשפילט די פאריגע בין הזמנים, ווען אונז זענען געגאנגען צוזאמען יעדן טאג טרעפן וואס צו טון, אבער יעצט זיץ איך אויף מיין בעט און איך וויין.

נישט קיין פשוטע געוויין, נאר א געוויין מיט הייסע ביטערע טרערן, וואס קען קיינמאל אפגעווישט ווערן.

גלייב מיר איך האב דיר ליב אהבת נפש, מיין לעבן וואלט איך פאר דיר געגעבן, איך וואלט געלייגט מיינע באדערפענישן אין די זייט, אבי דיר צו גרינגער מאכן, אדער פרייליך מאכן, אבער עס איז דא איין פראבלעם, דו רופסט מיך נישט ארויסצוגיין, דו קומסט נישט ווען איך רוף דיך, דו קאולסט מיך נישט צו שמועסן, און ווען איך קאל דיך, לייג איך אראפ דעם טעלעפאון מיט א שווערע ציפעדיגע געפיל, ווי כאילו איך מאך דיך נערוועז ווען איך רוף דיר..

איך געדענק נאך ווען אלעס האט זיך אנגעהויבן, ווען דו האסט ארויף געלייגט טעלעגראם אויף דיין על דשי פליפ פאון, און דו האסט דיר גוט געמוטשעט מיט די מייזל, איך האב דיר אפילו געהאלפן עטליכע מאל מיט'ן דיר ווייזן וויאזוי מען קען טון עטליכע זאכן אויף טעלעגראם.. דערנאך האסטו מיך אנגעהויבן בעטן אז איך זאל דיר מאדיפייען אפאר עפפס כדי עס זאל ארבעטן, און איך האב עס פאר דיר גערן געטון. אלעס איז אבער געקומען צו אן אפשטעל דאס יאר חנוכה, ווען דו האסט דיר פארשאפט א גוגל פיקסאל, און האסט אפיציעל אנגעהויבן נוצן דיין פליפ פאון נאר צום רעדן, און ווען דו האסט געהאט אן איבריגע מינוט האסטו דיר ארום געשפילט מיט דיין נייע כלי, צוביסלעך האסטו איינגעזעהן אז עס איז דא בעסערס, און דו האסט געקויפט די איי פאון פארטין, האסט דעם טעלעפאן גוט אויף געססעט, און אויף דעם האט זיך דיין לעבן אנגעהויבן דרייען.
אנשטאטס דיין לעבן זאל זיך דרייען איבער חברים, און איבער טשילן, און אפילו פון צייט צו צייט כאפן א חיזוק ווארט פון א חסידיש ספר, האט זיך דיין לעבן אנגעהויבן דרייען איבער אינסטעגראם, און איבער סנעפ...
איך האב דיר געזאגט איין טאג אז מיינע עיר פאדס האבן זיך פארלוירן, און דו האסט מיר געשאפט אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס איינס פאר האלב פרייז. אבער צו די זעלבע צייט וואס איך האב א סעיל געטראפן, האב איך א חבר פארלוירן.

איך פונקט ווי דיר, האב זייער ליב צו זיין אפדעיטעד, און וויסן איבער יעדע נייע זאך וואס קומט פאר אין די אידישע וועלט. און צווישן מיר און דיר, ווייסטו אז אין די גוי'אישע וועלט בין איך אויך גאנץ שטארק אריינגעמישט, כאטש עס דארף נישט זיין אזוי.

אבער אהובי וידידי מיין הארץ איז אין צוויי צושפאלטן.
ווען איך טרעף דיך און איך רעד צו דיר, וואנדערן דיינע אויגן אויף עפעס א פונקט אויפן וואנט, און די סקונדע איך ענדיג רעדן, און איך וויל הערן דיינע צוויי סענט, זע איך א סקרין זיך אפשפיגלען, און דו ביסט שוין ביזי צו ענטפערן און קאמענטן און שיקן אויף דיין טעלעפאון.
אנשטאטס צו סקראולען א וואך צוזאמען, מיט פריינטשאפט, וועסטו א וואך סקראולען אינסטעגרעם, און זוכן וואו נאך דו קענסט דיינע חברים מיט דיין מוח פארברענען, איך קען מיין ווייטאג נישט ארויסגעבן אויפ'ן פאפיר, ווייל די פאפיר קען אזויפיל ווייטאג נישט פארנעמען.
פון א טויטע מענטש קען מען פארגעסן, אבער פון א לעבעדיגע טויטער קען מען זיך נישט באפרייען, עס איז טויט... איך קלאפ און קלאפ אבער קיינער וועט די טיר נישט עפענען.
מיין בעט ווארפט זיך, עס איז שטיל אבער עס איז א שניידנדע שטילקייט.

איך קוק אזוי אדורך בילדער וויאזוי אונז פלעגן גיין שפילן באולינג, און סתם אזוי אריינוואנדערן אין וואל מארט, אדער אין א מאלל באטראכטן זאכן וואס אונז גייען נאך איין טאג קויפן, און מיין מוח ווערט פארשטעלט... איך שפיר ווי עפעס האלט אפ מיין הארץ פון קלאפן, און מיינע לונגען פון אטעמען, די ווייטאג גייט אבער נישט אוועק, די ווייטאג ווערט נאר ערגער און ערגער, ממש אז איך קען עס נישט מסביר זיין.
ווען איך בין נעבן דיר, ביזטו ביזי מיט טויזנט אנדערע מענטשן אויף טעלעגראם, און אויף אינסטעגראם. פארוואס בין איך נישט אזוי אינטערעסאנט ווי מיסטער ביעססט? אפשר אויב איך גיי מיך אנהייבן משוגע מאכן אויף יוטוב גייסטו מיך אנקוקן? ווען סתם א מענטש וואלט צו מיר אזוי זיך אויפגעפירט, וואלט איך שוין לאנג געשטאנען ווייט פון אים. דו ביזט דאך אבער מיין חבר, מיין לעבן, גאנצע חדשים האב איך מיט דיר פארברענגט, ביז א גיפטיגע אריינגעביסענע גרויליגע עפל האט דיר געהארגעט.

דו קענסט מיך, איך בין נישט קיין פרומער חניאק שיין גערעדט... איך גיי מיט א גרעיע הודי און אויך מיט מעש ציצית אינטער די העמד, אבער ווער רעדט פון אידישקייט? איך בין נישט קיין רב, אבער איך מיין אז מען מעג נוצן א סמארטפאון צו ראטעווען א לעבן, אבער וויאזוי קען מען ראטעווען א לעבן וואס די סמארטפאון האט געהארגעט? מיין טייערע חבר די סמארטפאון איז פאר דיר פויזן, איך מיש מיך אין דיין לעבן נישט אריין, אבער מיין לעבן יא, און מיין לעבן איז ממש צופראסקעט ווען איך זעה דיר אזוי מיט דיינע רויטע אויגן, נאכ'ן וואטשן א גאנצע נאכט מאוויס מיט טיווי שאוס... מיין דאווענען איז קיין דאווענען נישט, מיין עסן האט א טעם פון שטרוי, ווען איך טראכט פון דיר...

און דער עיקר מיינע טשילערייען, און באפערייען, איז גארנישט ווערט ווען דו ביזט נישט דא, און אפילו ווען דו קומסט יא ארויס מיט מיר, ביזטו נאכאלץ נישט דא, דו געסט א נעם ארויס די סמארטפאון, און א שעה שפעטער זאג איך דיר מען פארט שוין אהיים, נאכדעם וואס דו האסט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט די גאנצע צייט. איך בעט דיר ברחמים טו עפעס דערוועגן, ווייל מיין הארץ גייט אויס... איך קען פון דיר אגאנצן טאג טראכטן, און נישט אויפהערן טראכטן. איך האב נעכטן נאכט נישט געקענט שלאפן, איך גלייב נישט אז היינט גיי איך יא קענען.
אבער דו זאלסט וויסן איין זאך נאו מעטטער וואט בין איך אייביג דא פאר דיר, איך האב דיר נאכאלץ ליב, זייער שטארק.
כאטש איך וואלט גענומען דיין באליבסטע זאך אין דיין לעבן, און עס צושאסן אויף פיצלעך....

דיין חבר וואס שרייבט אונטער מיט טרערן
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:03 pm
די קענסט מיר איך בין נישט קיין פרומער חניאק שיין גערעדט... איך גיי מיט א גרעיע הודי און אויך מיט מעש ציצית אינטער די העמד,
די האסט נישט קיין סמארט פאון?
לעצט פארראכטן דורך Sunflower אום זונטאג מאי 05, 2024 10:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm
לאקאציע:אין די טרוקענע

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

מיך דערמאנט פון דער ארטיקל
viewtopic.php?t=68476
שכח פאר די לייק.

אויב איר פילט ווי איר ווילט העלפן אנדערע. ארבעט אויס א מידה, ס'וועט ארויסהעלפן אסאך מענטשן אין דיין גאנצע לייף-טיים.
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

אין די וועלט אריין האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:42 pm
מיך דערמאנט פון דער ארטיקל
viewtopic.php?t=68476
איך האב געזעהן די ארטיקל א שעה נאכדעם וואס איך האב געענדיגט שרייבן מיינס. מיינס איז שוין געווען אוי'פן וועג צום מגיה ווען איך האב עס געזעהן, אבער איך האב אפגעלייגט דעם ארויפלייגן כדי נישט צו אוועק נעמען @פיש טאפ עטענטשאן.

מיר שערן דאך די זעלבע חברים מיט סמארטפאונס..

Sunflower האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:34 pm
קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:03 pm
די קענסט מיר איך בין נישט קיין פרומער חניאק שיין גערעדט... איך גיי מיט א גרעיע הודי און אויך מיט מעש ציצית אינטער די העמד,
די האסט נישט קיין סמארט פאון?
ניין.
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

wow wow wow
זייער געפיליש!
כ'האב הנאה די געדאנק, אז ס'איז נישט געשריבן פין א פרימע פרעספעקטיוו!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:08 pm
ס'איז נישט געשריבן פין א פרימע פרעספעקטיוו!
ח"ו. איך בין זייער פרום
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm
לאקאציע:אין די טרוקענע

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:50 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:08 pm
ס'איז נישט געשריבן פין א פרימע פרעספעקטיוו!
ח"ו. איך בין זייער פרום
אדער ערליך. וויטש איז גאאד!

זיך ענדזשויען, און זיין ערליך איז נישט קיין סתירה.
שכח פאר די לייק.

אויב איר פילט ווי איר ווילט העלפן אנדערע. ארבעט אויס א מידה, ס'וועט ארויסהעלפן אסאך מענטשן אין דיין גאנצע לייף-טיים.
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

אין די וועלט אריין האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:37 am
קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:50 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:08 pm
ס'איז נישט געשריבן פין א פרימע פרעספעקטיוו!
ח"ו. איך בין זייער פרום
אדער ערליך. וויטש איז גאאד!

זיך ענדזשויען, און זיין ערליך איז נישט קיין סתירה.
Good point man
הנאה געהאט?

לייק!!
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

קארלסבורג איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:53 pm
אין די וועלט אריין האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 8:42 pm
מיך דערמאנט פון דער ארטיקל
viewtopic.php?t=68476
איך האב געזעהן די ארטיקל א שעה נאכדעם וואס איך האב געענדיגט שרייבן מיינס. מיינס איז שוין געווען אוי'פן וועג צום מגיה ווען איך האב עס געזעהן, אבער איך האב אפגעלייגט דעם ארויפלייגן כדי נישט צו אוועק נעמען @פיש טאפ עטענטשאן.

מיר שערן דאך די זעלבע חברים מיט סמארטפאונס..
Wow!
שכח!

גוט געשריבן...

ב.ד.וו. איינער האט מיר שוין געפרעגט צו איך קען דיר.
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

פיש טאפ האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:56 am

😄😄😄
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

גאלדענע פעדער!

שרייב ווייטער פליז!
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

דעמאקראטישע וועג פון נאמענירען. ארבעט, כמעט אייביג

גיימיר מאכן עקסערסייז!

מיין העי"ט אויפן לוי!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

א צווייטע מיך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:42 am
גאלדענע פעדער!

שרייב ווייטער פליז!
דער אייבישטער זאל מיר געבן כוח. מיר וועלן טוהן השתדלות
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
FDR
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

מעכטיג!! קיפ איט אפ!!!
"איך בין נישט דיין חבר אז די זאלסט מיר קאלן יעדע שני וחמישי פאר געלט"

dropbox איז געמאכט פאר גוים
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

יאפ, די האסט צולאזט די פיטער פון מיין הארץ! די ברויכסט אנהייבן צו שרייבן פאר הבדלה!! די האסט א שרביט הזהב פעדער, קיפ איט אפ, מיר פארמאגן א תשוקה צו הערן פון אייך אפטער!!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הערליך אבער זייער ווייטאגליך...
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:27 pm
הערליך אבער זייער ווייטאגליך...
ווייטאגליך איט איז
הנאה געהאט?

לייק!!
פארוואדעניש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 01, 2023 5:47 pm

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואדעניש »

כה לוי
זייער שיין געשריבען
די באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען שרייבן פרייליכע זאכן כסדר
אוועטאר
Avrumy
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

איז דעס עכטע זאכן אדער א משל אזוי ווי ?
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

Avrumy האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:10 am
איז דעס עכטע זאכן אדער א משל אזוי ווי ?
פרעגט יעדע בחור וואס האט חברים מיט סמארטפאונס.... אמת ויציב
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

פארוואס איז עס אין פארברענגען?
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:11 pm
פארוואס איז עס אין פארברענגען?
ווייל ער האט שוין נישט מיט וועם צו פארברענגען...
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:11 pm
פארוואס איז עס אין פארברענגען?
געמאכט א טעות ביים עס משלח זיין
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

קארלסבורג איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:45 am
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:11 pm
פארוואס איז עס אין פארברענגען?
געמאכט א טעות ביים עס משלח זיין
און פארוואס האבן עס די מנהלים נאכנישט גערוקט?
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: א בריוול צו דיר מיין חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

ווייטאגליך. איך פארשטיי יעדע ווארט פון דיין פארווייטאגטע הארץ. און אשריך! דו ביסט א ריכטיגע צדיק!

קען זיין אז וואס איך גיי איצטער זאגן וועט לייגן זאלץ, אבער כ'קען מיר נישט איינהאלטן. זיי מיר מוחל, היייליגע צדיק'ל.

אויב איינער לאזט דיך אפ אינגאנצן ווען ס'גייט אים גוט אזוי, איז נישט קיין אמת'ע חבר! ער איז קיינמאל נישט געווען געטריי צו דיר. ער האט נאר געשפירט אז ער באקומט פון דיר (אזויווי דו האסט אויסגעשמועסט), און ברגע של אמת, דיך אפגעלאזט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”