א בריוול צו דיר מיין חבר
מיט אונטער א וואך צוריק, האט זיך די זמן געענדיגט, איך האב מיר זייער געפריידט אנצוהייבן בין הזמנים, איך האב אין מיין מוח איבערגעשפילט די פאריגע בין הזמנים, ווען אונז זענען געגאנגען צוזאמען יעדן טאג טרעפן וואס צו טון, אבער יעצט זיץ איך אויף מיין בעט און איך וויין.
נישט קיין פשוטע געוויין, נאר א געוויין מיט הייסע ביטערע טרערן, וואס קען קיינמאל אפגעווישט ווערן.
גלייב מיר איך האב דיר ליב אהבת נפש, מיין לעבן וואלט איך פאר דיר געגעבן, איך וואלט געלייגט מיינע באדערפענישן אין די זייט, אבי דיר צו גרינגער מאכן, אדער פרייליך מאכן, אבער עס איז דא איין פראבלעם, דו רופסט מיך נישט ארויסצוגיין, דו קומסט נישט ווען איך רוף דיך, דו קאולסט מיך נישט צו שמועסן, און ווען איך קאל דיך, לייג איך אראפ דעם טעלעפאון מיט א שווערע ציפעדיגע געפיל, ווי כאילו איך מאך דיך נערוועז ווען איך רוף דיר..
איך געדענק נאך ווען אלעס האט זיך אנגעהויבן, ווען דו האסט ארויף געלייגט טעלעגראם אויף דיין על דשי פליפ פאון, און דו האסט דיר גוט געמוטשעט מיט די מייזל, איך האב דיר אפילו געהאלפן עטליכע מאל מיט'ן דיר ווייזן וויאזוי מען קען טון עטליכע זאכן אויף טעלעגראם.. דערנאך האסטו מיך אנגעהויבן בעטן אז איך זאל דיר מאדיפייען אפאר עפפס כדי עס זאל ארבעטן, און איך האב עס פאר דיר גערן געטון. אלעס איז אבער געקומען צו אן אפשטעל דאס יאר חנוכה, ווען דו האסט דיר פארשאפט א גוגל פיקסאל, און האסט אפיציעל אנגעהויבן נוצן דיין פליפ פאון נאר צום רעדן, און ווען דו האסט געהאט אן איבריגע מינוט האסטו דיר ארום געשפילט מיט דיין נייע כלי, צוביסלעך האסטו איינגעזעהן אז עס איז דא בעסערס, און דו האסט געקויפט די איי פאון פארטין, האסט דעם טעלעפאן גוט אויף געססעט, און אויף דעם האט זיך דיין לעבן אנגעהויבן דרייען.
אנשטאטס דיין לעבן זאל זיך דרייען איבער חברים, און איבער טשילן, און אפילו פון צייט צו צייט כאפן א חיזוק ווארט פון א חסידיש ספר, האט זיך דיין לעבן אנגעהויבן דרייען איבער אינסטעגראם, און איבער סנעפ...
איך האב דיר געזאגט איין טאג אז מיינע עיר פאדס האבן זיך פארלוירן, און דו האסט מיר געשאפט אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס איינס פאר האלב פרייז. אבער צו די זעלבע צייט וואס איך האב א סעיל געטראפן, האב איך א חבר פארלוירן.
איך פונקט ווי דיר, האב זייער ליב צו זיין אפדעיטעד, און וויסן איבער יעדע נייע זאך וואס קומט פאר אין די אידישע וועלט. און צווישן מיר און דיר, ווייסטו אז אין די גוי'אישע וועלט בין איך אויך גאנץ שטארק אריינגעמישט, כאטש עס דארף נישט זיין אזוי.
אבער אהובי וידידי מיין הארץ איז אין צוויי צושפאלטן.
ווען איך טרעף דיך און איך רעד צו דיר, וואנדערן דיינע אויגן אויף עפעס א פונקט אויפן וואנט, און די סקונדע איך ענדיג רעדן, און איך וויל הערן דיינע צוויי סענט, זע איך א סקרין זיך אפשפיגלען, און דו ביסט שוין ביזי צו ענטפערן און קאמענטן און שיקן אויף דיין טעלעפאון.
אנשטאטס צו סקראולען א וואך צוזאמען, מיט פריינטשאפט, וועסטו א וואך סקראולען אינסטעגרעם, און זוכן וואו נאך דו קענסט דיינע חברים מיט דיין מוח פארברענען, איך קען מיין ווייטאג נישט ארויסגעבן אויפ'ן פאפיר, ווייל די פאפיר קען אזויפיל ווייטאג נישט פארנעמען.
פון א טויטע מענטש קען מען פארגעסן, אבער פון א לעבעדיגע טויטער קען מען זיך נישט באפרייען, עס איז טויט... איך קלאפ און קלאפ אבער קיינער וועט די טיר נישט עפענען.
מיין בעט ווארפט זיך, עס איז שטיל אבער עס איז א שניידנדע שטילקייט.
איך קוק אזוי אדורך בילדער וויאזוי אונז פלעגן גיין שפילן באולינג, און סתם אזוי אריינוואנדערן אין וואל מארט, אדער אין א מאלל באטראכטן זאכן וואס אונז גייען נאך איין טאג קויפן, און מיין מוח ווערט פארשטעלט... איך שפיר ווי עפעס האלט אפ מיין הארץ פון קלאפן, און מיינע לונגען פון אטעמען, די ווייטאג גייט אבער נישט אוועק, די ווייטאג ווערט נאר ערגער און ערגער, ממש אז איך קען עס נישט מסביר זיין.
ווען איך בין נעבן דיר, ביזטו ביזי מיט טויזנט אנדערע מענטשן אויף טעלעגראם, און אויף אינסטעגראם. פארוואס בין איך נישט אזוי אינטערעסאנט ווי מיסטער ביעססט? אפשר אויב איך גיי מיך אנהייבן משוגע מאכן אויף יוטוב גייסטו מיך אנקוקן? ווען סתם א מענטש וואלט צו מיר אזוי זיך אויפגעפירט, וואלט איך שוין לאנג געשטאנען ווייט פון אים. דו ביזט דאך אבער מיין חבר, מיין לעבן, גאנצע חדשים האב איך מיט דיר פארברענגט, ביז א גיפטיגע אריינגעביסענע גרויליגע עפל האט דיר געהארגעט.
דו קענסט מיך, איך בין נישט קיין פרומער חניאק שיין גערעדט... איך גיי מיט א גרעיע הודי און אויך מיט מעש ציצית אינטער די העמד, אבער ווער רעדט פון אידישקייט? איך בין נישט קיין רב, אבער איך מיין אז מען מעג נוצן א סמארטפאון צו ראטעווען א לעבן, אבער וויאזוי קען מען ראטעווען א לעבן וואס די סמארטפאון האט געהארגעט? מיין טייערע חבר די סמארטפאון איז פאר דיר פויזן, איך מיש מיך אין דיין לעבן נישט אריין, אבער מיין לעבן יא, און מיין לעבן איז ממש צופראסקעט ווען איך זעה דיר אזוי מיט דיינע רויטע אויגן, נאכ'ן וואטשן א גאנצע נאכט מאוויס מיט טיווי שאוס... מיין דאווענען איז קיין דאווענען נישט, מיין עסן האט א טעם פון שטרוי, ווען איך טראכט פון דיר...
און דער עיקר מיינע טשילערייען, און באפערייען, איז גארנישט ווערט ווען דו ביזט נישט דא, און אפילו ווען דו קומסט יא ארויס מיט מיר, ביזטו נאכאלץ נישט דא, דו געסט א נעם ארויס די סמארטפאון, און א שעה שפעטער זאג איך דיר מען פארט שוין אהיים, נאכדעם וואס דו האסט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט די גאנצע צייט. איך בעט דיר ברחמים טו עפעס דערוועגן, ווייל מיין הארץ גייט אויס... איך קען פון דיר אגאנצן טאג טראכטן, און נישט אויפהערן טראכטן. איך האב נעכטן נאכט נישט געקענט שלאפן, איך גלייב נישט אז היינט גיי איך יא קענען.
אבער דו זאלסט וויסן איין זאך נאו מעטטער וואט בין איך אייביג דא פאר דיר, איך האב דיר נאכאלץ ליב, זייער שטארק.
כאטש איך וואלט גענומען דיין באליבסטע זאך אין דיין לעבן, און עס צושאסן אויף פיצלעך....
דיין חבר וואס שרייבט אונטער מיט טרערן
לייק!!