Re: אנקעטע: איז די פארגעשלאגענע דיעל מיט חאמאס גוט?
ווער איז געווען אין עזה פאר חאמאס?מער ווייניגער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 8:31 amס׳איז זייער אן אומבאקוועמע סיטואציע, אבער דאך מוז פארשטאנען ווערן, אז דורכן זיך אונטערגעבן צו אזא דיעל, רייצט מען אויף דעם אפעטיט פון די טעראריסטן איבערצוטון זייערע בארבארישע מעשים, ווייל דאס איז פשט אז עס לוינט זיך זיי.פארוואדעניש האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 8:17 amזיי וועלן נישט ווערן ערשטוינטמער ווייניגער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 7:29 amדי איין און צוואנציג וואס האבן געוועלט אז דער דיעל מיט חאמאס איז גוט, וועלן זיכער ערשטוינט ווערן אז דער דיעל וואס זיי האבן ׳אנגענומען׳ נעכטן נאכט, האט נישט אריינגערעכנט קיין התחייבות אז זיי וועלן ארויסגעבן לעבעדיגע משכונות, נאר זיי האבן געפאדערט די זעלבע סכום טעראריסטן פאר גופים פון טויטע קדושים הי״ד. ס׳אינטערסאנט ווי מענטשן נעמען א שטעלונג בעפארן זיך באקענען מיט די פאקטן.
זיי ווילן פשוט ס'זאל נישט זיין מער טויטע. די מציאות איז אז יעדע מלחמה לאזט איבער טויטע פון ביידע זייטן
ווי אויך איז אוממעגלעך אויסצוראטן חאמאס און טעראריסטן, דאס איז עפעס וואס יעדער ווייסט שוין היינט, ווי אויך די אמעריקאנער וואס האבן זיך אזוי איינגערעדט ביי זייער לאנג פארצויגענע מלחמות מיט טעראריסטישע גרופעס
און לאמיר זיך נישט פאפן, ס'איז דא הונדערטע טויזנטער ציווילע דארט, און ווען עס ווערט "בטעות" גע'הרג'ט זייער משפחה ברענגט עס זיי בייז בלוט און זיי ווערן פרישע געווארענע טעראריסטן מיט בלוט פון נקמה, להבדיל ווי אסאך נארישע פון אונז וואס זוכן מלחמה, באמבארדירן נישט קיין חילוק ווער וכו' און דאס איז בכלל נישט קיין טובה פאר אידן נישט אין די מדינה און נישט איבערן וועלט
״יעדע מלחמה לאזט איבער טויטע פון ביידע זייטן״ איז זייער א ריכטיגער זאץ, אבער ווען דו רעדסט פון א מלחמה וואס א טעראר גרופע האט אנגעהויבן, און אריינגעצווינגען א לאנד דערינען, קענסטו נישט בעטן אז די געפלאגטע זייט זאל זיך אונטערגעבן צום אונטערדרוקער. הכל מודים אז אויב חאמאס וואלט נישט אטאקירט אום שמחת תורה, וואלטן זיי נישט געהאט קיין טויטע.
דאס וואס איר טענה׳ט אז ס׳איז אוממעגליך צו אונטערברענגען חאמאס און טעראריסטן איז נישט אינגאנצן אמת. מען קען טאקע נישט הרג׳ענען יעדן חאמאס׳ניק אויף דער וועלט, אבער מען קען יא זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין געווער, און אז זיי קענען נישט שיסן קיין ראקעטן, און אויך אז זיי געפינען זיך נישט אין די פירערשאפט פון עזה. ס׳איז נישט שווער - מדינת ישראל שטעלט צו א געוואלד מיט סערוויסעס פאר עזה, און זיי קענען מיט פרעשור אפהאלטן דאס האבן חאמאס אלס די רעגירונג. ביז היינט האבן זיי עס אויפגעהאלטן בשיטה, כדי זיי זאלן זיך נישט פאראייניגן מיט די פאלעסטינער אויטאריטעט אין יהודה ושומרון, אבער איצטער זעט נישט אויס ווי ס׳גייט אזוי בלייבן.
און איבער אייער טרויער אויף די ׳ציווילע׳ וואס שטארבן, איר קענט זיך בארואיגן. נישטא קיין סאך ציווילע אין עזה. אויב ווייסט איר וואס חאמאס איז זאלט איר זיך נישט וואונדערן צו וויסן אז די אלע ׳דזשורנאליסטן׳ און ׳קינדער׳ וואס שטארבן זענען אפיליאירט מיט טעראר, און האסן דעם איד מיט א נאצישער פאנאטישער רעליגיעזער שנאה. זיי וואלטן פיל גרינגער געהרג׳עט ציווילע.
אגב, אן עזה איינוואוינער וואס פאלגט אויס וואס די מיליטער זאגט, ווערט נישט געהרג׳עט. נאר די וואס גייען נישט ארויס פון די פלעצער פון וועלכן די איזרעילי מיליטער פארטרייבט זיי, לייגן זיך בידים אריין אין א סכנה.
א צווייטע גרופע טעראריסטן
אויב חאמאס וועט דערשטיקט ווערן וועט אויסוואקסן א אנדערע גרופע און נאך ערגער ח''ו
קוק וואס איז געשעהן אין אפגאניסטאן וכדומה
און יא, רוב וואס פאלגן ווערן נישט געשעדיגט, אבער ס'איז נישט אזוי פשוט צו פאלגן
לאמיר זעהן אויב מ'וועט הייסן אלע פון ניו יארק צו גיין קיין קאנעטיקוט וויפיל גיין גראד פאלגן....
איך זאג נישט אז ס'איז נישט ווייטאגליך די מצב אבער ס'איז אסאך מער ווייטאגליך ווען עס פארמערט אידישע הרוגים אויך און שנאת ישראל אויף די גאנצע וועלט