פאקטישע טעאריעס
פאלן איז א מציאות, בלייבן ליגן איז א טראגעדיע.
עסן איז א נסיון, זיך עסן איז א דורכפאל.
חרטה איז א טיר, וואס באדויער פארשליסט.
וויינען איז א געפיל, באוויינען איז א עוולה.
לאכן איז א ברכה, זיך אויסלאכן איז א בראך.
בושה איז א מידה, זיך שעמען איז א פעולה.
שרייען איז אינסטינקט, קלאגן איז א ווייטאג.
לעבן איז א פאקט, איבער-לעבן איז א טעאריע.
רעדן איז א הסבר, אז שווייגן איז א קונץ.
שרייבן איז א דיאמאנד, געשלייפט דורך מעקן.
בלאג - מיינע ארכיוון