ADHD ביי קינדער
פין וועלכע עלטער קען מען אנהייבן טראכטן ADHD ?
וואס זענען די סיפטאמען ?
און וואס די באהאנדלויגען ?
וואס זענען די סיפטאמען ?
און וואס די באהאנדלויגען ?
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
ווילד איז לכאורה נאר א תוצאה - ניין ?פארגעס האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 4:33 pmאיך האלט מיט א קינד פון 6 יאר וואס איז זייער ווילד ער ענטפערט יא אנשטאט ניין איך האב אים אויס פראבירט אין ס'איז געווען זייער אינטערסאנט אז אלע סאפטאמען האבן געשטימט.
אגב א ווילדע קינד איז נישט קיין ADHD symptom נאר אויב עס קומט מיט אַלע אנדערע symptoms אסאך מאל מאכט מען די טעות וואס געשעט איז אז די וואס האבן יא ADHD און זענען נישט אזוי ווילד באמערקט מען נישט.
געהערט פין א גרויסע היימישע פראפעסערונפשי שפכי כמים האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 3:23 pmבאלאטעס האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:39 amגיי צו עני לייסענס HDHD פראפעסיאנעל ער גייט דיר לכוארה געבן Adderall און דיין לעבן גייט זיך טוישן צום גוטן.איש פשוט אני האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:29 pmאיז דא א וועג זיך צו ארויסדערזען דערפון?Let go האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:55 amמעגליך האסטו נאר ADD נישט די H .איש פשוט אני האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:34 amטייערע חברים
כ'גלייב אז דא איז די פאסיגע מקום פאר אזא פראגע.
כ'האב קיינמאל נישט געהאלטן אז איך האב סיי וועלכע שייכות מיט ADHD צוליב וואס איך בין בכלל נישט הייפערעקטיוו.
למעשה מיט די יארן בינעך קלארער געווארן אז פול פון מיינע מיטשענישן קומט צוליב וואס איך קען נישט האלטן קיין קאנצעטראציע, אין אנהייב האב איך עס תולה געווען אין אויגן פראבלעמען אבער ווי א יאר שפעטער מיט פארשידענע עקסערסייזעס איז געבליבן אז די רעדע איז פון א טיפערע שורש.
כ'וואלט אראפגעלייגט מיין קאפ ווי א מח וואס שווימט אין וואסער, ס'זעט זאכן בלארי, אין אנהייב ווען איך טו דורך א נושא וועט נאך זיין די עקסטאז צו קענען אריינגריבלען אבער ווי מער די עקסיימענט גייט אוועק ווערט מיר עס ווי א בארג אויפן קאפ און ממש ס'קומט אן צו א פלאץ ווי איך קען פשוט נישט. כ'פלעג פאר די ארבעט דארפן דורכטון נושאים און איך האב עס פשוט נישט געקענט דעליווערן.
כ'האב זייער ליב צו לערנען אבער ס'איז מיר גאר שווער צו קענען האלטן די פאקוס, אין די ערשטע מינוט וואס איך לערן די גמרא וועט מיר גלייך ארויפשווימען נושאים וואס שטימען יא אדער נישט אבער ווען איך הייב אן בלעטערן וועל איך ווערן צואוואסערט און צושפרייט ביזן פארלירן די גאנצע אפעיטוט פאר אנהייבן לערנען.
ליינען איז מיר כמעט אוממעגליך, דיקע ביכער ווארטן מיר און בעטן זיך ביי מיר צו ווערן געליינט, כ'דארף דורכטון זאכן פאר מיין פרנסה אבער וואס קען מען טון אז די מח האלט נישט דערביי, ער לאזט מיר פשוט נישט.
כ'מאך אפ יעדן דריטע טאג אז מ'גייט אנהייבן נאכקומען טעסקס וואס ווארטן אבער ווען ס'קומט למעשה ווייסעך נישט וועלכע קנעפל מ'דארף דריקן צום ערשט, ס'ווער שטאק אין די שווים באסיין פון מחשבות וואס פירן מיר אין באד אריין.
כ'שפיר אז אסאך פאטענציאל אין לעבן ווערט מיר פארוואסערט בשעת'ן שוועבן אין די לופטן און איך בין זייער פרעמד צו די רפואת פון ADHD, כוואלט געוואלט הערן אויב איינער קען מיטטיילן פראקטישע רפואות פאר אזא בילבול המח.
כ'וואלט געווען אפן צו סיי וועלכע סארט רפואה.
א דאנק פון פאראויס.
#אייגענע ערפארונג.געהערט פין א גרויסע היימישע פראפעסערזייער א סטאבילע גאון האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:36 pmעקספיריענס.
קיינער זאל זיך נישט אפבאלטן פון מעדעצין, עס איז מורא’דיג.
אויב מען וויל ארבעטן שווער איז פאר געוויסע דא נאך א וועג
די איינצטיגסטע וועג איז מעדעצין (פאר קינדער און בחורים, פאר עלטערע ווענד זיך)
-
וואס זאגט דער עולם ?
ביטע נאר די וואס האבן אייגענע עקספירענס מיט זיך אדער מיט די קינדער - א שכח
אפשר ADD? אדער יא ADHD אבער ער שעמט זיך אין חדר.ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 4:09 pmא קינד וואס איז הייפּער אינדערהיים און אין חדר קען ער זיך נישט קאנצטרערין אבער ער איז נישט הייפּער - קען דאס זיין ADHD ?