ער דארף א רעיז?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ער דארף א רעיז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

א מאדנע פרי מארגן האב איך אין אפיס געהאט
איך פראביר נאכאלץ צו פארשטיין פשט
אפשר ארויסהעלפן וועלן ענק מיר קענען
לאמיר זען ווי קלוג די ליינער דא זענען...

-

היינט צופרי אין אפיס אריין קום איך
ווען שטילערהייט צו מיר אליין ברום איך
כ'דריי מיך אינסטינקט אויס צו מיין ווינקל
און פאר די אויגן ווערט מיר גלייך טונקל

מיין טיש איז אנגעלייגט און שמוציג אינגאנצן
פון הויפענעס פאפירן ביז שאלאכץ פון מאראנצן
כ'שענק א בליק צום סעקרעטאר אהין
און כ'טו אים אין א שטרענגע טאן א פרעג טון

איז דען מיין פערזענליכע אפיס טישל
געווארן דא דער גארבידש קען עפישל?!
מיינע קולות וברקים טוען זיך פארמערן
ביז איך באמערק אז ער טוט בכלל נישט הערן

געב איך א קוק צו זען וואס גייט פאר
און הערשט דאן ווער איך געוואר
אז יעצט איגנארירן מיך מוז ער
ווייל אויף א וויכטיגע פאון קאל איז ער

האב איך אפגעמאכט אז צואווארטן וועל איך
און דערווייל עפעס איבערצובייסן באשטעל איך
אבער דער שמועס זיינע ווערט נאר לענגער
און אין די זעלבע צייט מיין טאן - שטרענגער

ביז איך האב אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג
מ'קען נישט אזוי לאנג ציען דעם שטריק
אבער עפעס אינטערעסאנט האט געטון פאסירן
ווען איך האב נענטער צו אים געטון שפאצירן

מיט יעדע טריט וואס איך טו פארמערן
טוט זיין פרצוף רויטער און רויטער ווערן
כ'קום צו נאנט זע איך אז דער טוטער
רעדט צום מייזל פון זיין קאמפיוטער...

-

מיינסט ער דארף א רעיז?
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ער דארף א רעיז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

א רעיז דארף ער?! פליען דארף ער..

דו מאך נאר זעכער צו האבן א גוטן סעקרעטאר, אזוי וועסטו האבן צייט אונז מהנה צו זיין
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: ער דארף א רעיז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

נישט קיין וואונדער פארוואס דו
ביסט געווארן בייז ווי א קוה
דיין סעקרעטאר האט גערעדט צום מייז
ממילה ביסטו געווארן אין כעס

איך האלט אז דו דארפסט זיך מיט א שטרענגן געזיכט אנקליידערן
און אין בית המשוגעים אריין שליידערן
וועסטו מער נישט האבן זיינע משוגעת'ן
און ווייניגער כעס'ן
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”