Re: ביידענס אפיציעלע סטאנץ מיט כאמאס, טראמפ'ס קלארע שטעלונג דערקעגן: אנקעטע
אבער אויב דאס איז זיין גאנצע פראבלעם, דאן פארוואס איז ער געזעצן שטיל די לעצטע צוויי חדשים?
ער האט געהייסן ביבי אפשטעלן די מלחמה, און ביבי ווי א שוטה האט געפאלגט, אבער יעצט אנשטאט ביידען זאל ארויסקומען און זאגן קלאר פאר יעדעם ”כאמאס דארף מען אויסראטן אן קיין ספק, אבער אריינצוגיין אין די יעצטיגע מצב אין רפיח, גייט ברענגן ציפיהל פאטאליטעטן, ממילא גיי איך ארבעטן מיט מדינת ישראל אויך א פלאן צו עוועקואירן די ציווילע פון דארט” און דאס זאל ער טאקע טוהן.
מיינסט ביבי האט א פראבלעם צו עוועקואירן די ציווילע פון רפיח?
איז ער ווי א חכם געגאנגן און געשיקט די CIA פארדרייען א קאפ פאר מדינת ישראל, און געבן פאר כאמאס די פילינג אז 'דאונט ווארי ווארט נאך אביסל און דו ביסט אקעי', געגעבן הבטחות פאר כאמאס אונטער די רוקן פון מדינת ישראל, און יעצט ווען ביבי שטייט ביי א דעד ענד, גייט ער נאך שארפער מיט זיי, און בויעט נאכמער כאמאס.
דו כאפסט די חילוק פון די צוויי מהלכים?
נאך א דוגמא וואס איך דערמאן מיך יעצט.
ווען מדינת ישראל האט יעצט ארויסגעגעבן אינסטראקציעס פאר די פאלעסטינער אין רפיח צו עוועקואירן, איז אונר״א תיכף ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט אז זיי גייען דארט בלייבן און מאכן זיכער אז קיינער עוועקואירט נישט פון דארט.
פארוואס זאל ביידען נישט טוהן עפעס דערקעגן? פארוואס זאל ער נישט לייגן לחץ אויף די UN אז דאס איז עפעס וואס זיי טארן בשום אופן נישט טוהן?
בקיצור די פוינט איז אז ער האט געהאט גענוג וועגן זיך שיין צו מאכן אין די אויגן פון די ליבעראלן, חוץ פון זיך פולי בייגן פאר כאמאס, דאס וואס ער האט יעצט געטוהן איז פאקטיש דאס וואס אויף כאמאס ווארט.
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)