"מצא טוב" חתונה פלאן - ק"ק וויזשניץ מאנסי
דער פארצווייגטער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך א קבוצה פון ערפארענע עסקנים נמרצים בקרב ק"ק וויזניץ מאנסי, וועלכע זענען שוין עוסק לענגערע חדשים צו אנגרייטן דעם פלאן און עס גרייט מאכן ארויסצוקומען דערמיט מכח אל הפועל, פארשטעלנדיג א ציל צו פילפאכיג שניידן פון די ריזיגע חתונה קאסטן, דורך א רעאליסטישן מהלך פון איינקויפן אויף 'האלסעיל' גרויסע קוואנטומס, און נאך פארשידענע געניאלע מיטלען וואס טוט פארמירן אן אויסטערלישע רעדוקציע אין די פרייזן פון די צרכי החתונה.
אין די טעג פאר פסח איז אנגעקומען אויף פאסט אהיים צו אלע בחורי הישיבות, וואס שטייען בגיל השידוכים, א דעטאלירטער בראשור פון די נייע וועד "מצא טוב", וואו עס ווערט אויפגעוויקלט בפרטיות די פארצווייגטע דעטאלן וואס שטעלט צונויף דעם וואונדערבארן פלאן וואס איז אויפגענומען געווארן מיט געוואלדיגע שמחה ביי אלע וויזניצער חסידים, און ספעציעל צווישן די בחורים וואס האבן מיט ערוואקסענע פארשטאנד און אחריות זיך אנגעשלאסן מיט א ווארעמע גרייטקייט צו מיטגיין מיט'ן פלאן, און מיט'ן כח הרבים ערמעגליכן דאס צו מאכן ארבעטן מיט סוקסעס.
ביים נעילת החג טיש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט דער רבי שליט"א אדרעסירט די קריטישע אונטערנעמונג לטובת הציבור, און ארויסגעהויבן בשבח העסקנים וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות פאר די הצלחה פונעם פלאן, און דערביי אויפגעפאדערט די בחורים זיך צוצושטעלן און מיטגיין מיט'ן פלאן.
אלס ערשטע פאזע פון אימפלענטירן דעם פלאן איז אין די טעג נאך יו"ט אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מעמד "מצא טוב", געווידמעט פאר אלע בחורים פון די ישיבות גדולות פון מאנסי, וויליאמסבורג און גיבערס, ציילנדיג צו אריבער 300 בחורים. דער מעמד איז געווארן באשיינט דורך די ראשי ישיבה און מרביצי תורה, אין שפיץ פון הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א.
איבער'ן נחיצות פונעם פלאן און וויכטיגקייט פון יעדנ'ס אנשלוס, האט מען געהערט די פערלדיגע מגידות דורך הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש. מיט'ן משא המעמד האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א, וועלכער האט מיט קלארע הסברה אראפגעלייגט ווי אזוי עלטערן ראנגלען זיך מיט בערג פון חובות דורך די פארשווענדערישע נארישע און זינלאזע הוצאות, און דער פליכט און אחריות פון די בחורים צו זאגן דעם "ניין", פאר די אלע איבריגע הוצאות.
דערנאך האט מען געהערט די טרעפליכע ווערטער דורך הגה"צ רבי חיים פייוול שנעעבאלג שליט"א רב דקהל אברכים מאנסי, איבער'ן שווערן מצב הפרנסה ביים ציבור, איבערהויפט ביים חתונה מאכן, און עס איז א חובת השעה צו טאן וואס מ'קען נאר צו נידערן די הוצאות און ברענגען אן עק צו די שווערע חתונה מאכן קריזיס.
דערנאך האט מען געהערט די עדות'שאפט פון א פרישער שנה-ראשונה יונגערמאן פון די קהלה, וועלכער האט אראפגעגעבן פון פערזענליכע ערפארונג, ווי אזוי א גרויס טייל פון די טייערע זאכן וואס מ'האט אים איינגעקויפט אויף די חתונה איז גענצליך איבריג, און איז געווען פשוט אויסגעווארפן געלט אין מיסט אריין.
כאיש אחד ובלב אחד האבן דאן אלע בחורים אונטערגעשריבן מיט א רצון טוב זיך פולקאם צוצושטעלן צו אלע פרטים און סטאנדארט פונעם "מצא טוב" פלאן, און דערמיט העלפן זייערע עלטערן זיך שפארן שווערע טויזנטער בשעת שמחה, און פראווען זייער חתונה מיט אן אמת'ע שמחה פריי פון דאגות.
קרעדיט: בחצרות