"מצא טוב" חתונה פלאן - ק"ק וויזשניץ מאנסי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

"מצא טוב" חתונה פלאן - ק"ק וויזשניץ מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

מיט פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ איבער גרעיטער ניו יארק די גאר פאזיטיווע דורכברוך וואס ווערט אין די יעצטיגע תקופה געשאפן אינערהאלב די הונדערטער בחורי ישיבה גדולה דוויזניץ מאנסי, וועלכע האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין די גראנדיעזע "מצא טוב" חתונה-פלאן, וואס אנטשפרעכט א דראסטישע רעוואלוציע אין לינדערן די שווערע יאך פון אומדערטרעגליכע חתונה הוצאות וואס פלאגט רובא דרובא פונעם היימישן ציבור.

דער פארצווייגטער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך א קבוצה פון ערפארענע עסקנים נמרצים בקרב ק"ק וויזניץ מאנסי, וועלכע זענען שוין עוסק לענגערע חדשים צו אנגרייטן דעם פלאן און עס גרייט מאכן ארויסצוקומען דערמיט מכח אל הפועל, פארשטעלנדיג א ציל צו פילפאכיג שניידן פון די ריזיגע חתונה קאסטן, דורך א רעאליסטישן מהלך פון איינקויפן אויף 'האלסעיל' גרויסע קוואנטומס, און נאך פארשידענע געניאלע מיטלען וואס טוט פארמירן אן אויסטערלישע רעדוקציע אין די פרייזן פון די צרכי החתונה.

אין די טעג פאר פסח איז אנגעקומען אויף פאסט אהיים צו אלע בחורי הישיבות, וואס שטייען בגיל השידוכים, א דעטאלירטער בראשור פון די נייע וועד "מצא טוב", וואו עס ווערט אויפגעוויקלט בפרטיות די פארצווייגטע דעטאלן וואס שטעלט צונויף דעם וואונדערבארן פלאן וואס איז אויפגענומען געווארן מיט געוואלדיגע שמחה ביי אלע וויזניצער חסידים, און ספעציעל צווישן די בחורים וואס האבן מיט ערוואקסענע פארשטאנד און אחריות זיך אנגעשלאסן מיט א ווארעמע גרייטקייט צו מיטגיין מיט'ן פלאן, און מיט'ן כח הרבים ערמעגליכן דאס צו מאכן ארבעטן מיט סוקסעס.

ביים נעילת החג טיש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט דער רבי שליט"א אדרעסירט די קריטישע אונטערנעמונג לטובת הציבור, און ארויסגעהויבן בשבח העסקנים וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות פאר די הצלחה פונעם פלאן, און דערביי אויפגעפאדערט די בחורים זיך צוצושטעלן און מיטגיין מיט'ן פלאן.

אלס ערשטע פאזע פון אימפלענטירן דעם פלאן איז אין די טעג נאך יו"ט אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מעמד "מצא טוב", געווידמעט פאר אלע בחורים פון די ישיבות גדולות פון מאנסי, וויליאמסבורג און גיבערס, ציילנדיג צו אריבער 300 בחורים. דער מעמד איז געווארן באשיינט דורך די ראשי ישיבה און מרביצי תורה, אין שפיץ פון הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א.

איבער'ן נחיצות פונעם פלאן און וויכטיגקייט פון יעדנ'ס אנשלוס, האט מען געהערט די פערלדיגע מגידות דורך הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש. מיט'ן משא המעמד האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א, וועלכער האט מיט קלארע הסברה אראפגעלייגט ווי אזוי עלטערן ראנגלען זיך מיט בערג פון חובות דורך די פארשווענדערישע נארישע און זינלאזע הוצאות, און דער פליכט און אחריות פון די בחורים צו זאגן דעם "ניין", פאר די אלע איבריגע הוצאות.

דערנאך האט מען געהערט די טרעפליכע ווערטער דורך הגה"צ רבי חיים פייוול שנעעבאלג שליט"א רב דקהל אברכים מאנסי, איבער'ן שווערן מצב הפרנסה ביים ציבור, איבערהויפט ביים חתונה מאכן, און עס איז א חובת השעה צו טאן וואס מ'קען נאר צו נידערן די הוצאות און ברענגען אן עק צו די שווערע חתונה מאכן קריזיס.

דערנאך האט מען געהערט די עדות'שאפט פון א פרישער שנה-ראשונה יונגערמאן פון די קהלה, וועלכער האט אראפגעגעבן פון פערזענליכע ערפארונג, ווי אזוי א גרויס טייל פון די טייערע זאכן וואס מ'האט אים איינגעקויפט אויף די חתונה איז גענצליך איבריג, און איז געווען פשוט אויסגעווארפן געלט אין מיסט אריין.

כאיש אחד ובלב אחד האבן דאן אלע בחורים אונטערגעשריבן מיט א רצון טוב זיך פולקאם צוצושטעלן צו אלע פרטים און סטאנדארט פונעם "מצא טוב" פלאן, און דערמיט העלפן זייערע עלטערן זיך שפארן שווערע טויזנטער בשעת שמחה, און פראווען זייער חתונה מיט אן אמת'ע שמחה פריי פון דאגות.

קרעדיט: בחצרות
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שטארקע מהלך אז מען טארגע״ט די בחורים/מיידלעך

די עלטערן דארפסטו גארנישט מסביר זיין, זיי שלאפן נישט פון די חובות.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

איינער האט דעם בראשור?
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
איך מיין קיינעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:55 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין קיינעם »

האבען זיי שוין חתימות פון די מיידלעך? לענ״ד פאר דעם איז נישט דא קיין שום דורעכברוך
איך האלט נישט אזוי ווייל אזוי האב איך מחליט געווען , נאר ווייל אזוי פארשטיי איך….
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

קומט א באזונדערע אסיפה פאר אלע מיידלעך פון צענטע ביז דרייצנטע קלאס.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
זאלציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:01 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלציג »

וואס און ווי גייט מען שפארן?
אוועטאר
אלטע גיטע וויין
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:07 am
לאקאציע:ביים ים

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע גיטע וויין »

ווי אזוי גייט די פלאן ארבעטען ?
וואס אין ווי אזוי גייט מען שפארן געלט ?
זענען אלע וויזניץ א חלק פין דעם אדער נאר מאנסי ?
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

מען דארף רעדן מיט די כלות
בחורים דארפן געווענליך גארנישט
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:11 pm
שטארקע מהלך אז מען טארגע״ט די בחורים/מיידלעך

די עלטערן דארפסטו גארנישט מסביר זיין, זיי שלאפן נישט פון די חובות.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
נישטקש'ע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 22, 2022 11:14 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטקש'ע »

וויזניצע חסידים/תלמידים זענען בטבע שטארק פאלגעדיג, און פאלויען וואס מען זאגט, אלע ווארטען נאר מען זאל זאגן וואס און וויאזוי.
ביי די מיידלעך איז שוין יאר'ן דא אן אויפוואכונג, מען רעדט אסאך אין סעמינאר פון שפארן, זיי פרעגן נאר את הדרך ילכו בה.
לעניית דעתי האבן די וויזניצע א היבש גרינגע פעלד (ביז עס קומט צו פרינציפן און מסורות)
ברוך יאמרו
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:30 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יאמרו »

איינער מיט די בראשור?
לעצט פארראכטן דורך ברוך יאמרו אום מאנטאג יולי 22, 2024 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
היה אומר
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

אינטערסאנט אז עס שטייט אז עס גייט שוין אן פון פאר פסח
און עס ווערט כמעט נישט באריכטעט גארנישט פון וואס עס טוט זיך מיט די פלאן
ווייסט איינער אויב עס ארבעט זיך טאקע אויס
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

געווען אן אסיפה לעצטע וואך דאנערשטאג אין ביהמ’’ד וויזינץ מאנסי, ווי מען האט אפציעל אינדארסירט די פלאן
אבימלך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:06 pm
א אינטערסאנטע זאך צו באמערקן..
בערך 0.00% פון שיסערייען אין די לעצטע יאר זענען געשעהן דורך היימישע אידן...
אבער אינזער חינוך טויג נישט….
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:08 pm

אויף קרעטשמע הערט מען היינט די דרשות.

האבן גערעדט:
ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש.
הגה''צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג .
אדמו''ר מוויזשניץ מאנסי.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

moishy56 האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:47 pm
גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:08 pm
געווען אן אסיפה לעצטע וואך דאנערשטאג אין ביהמ’’ד וויזינץ מאנסי, ווי מען האט אפציעל אינדארסירט די פלאן
אויף קרעטשמע הערט מען היינט די דרשות.

האבן גערעדט:
ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש.
הגה''צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג .
אדמו''ר מוויזשניץ מאנסי.
לימנוב רב
הרה’’צ ר’ יעקב יוסף
אבימלך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:06 pm
א אינטערסאנטע זאך צו באמערקן..
בערך 0.00% פון שיסערייען אין די לעצטע יאר זענען געשעהן דורך היימישע אידן...
אבער אינזער חינוך טויג נישט….
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - ק"ק וויזשניץ מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

נו ווער קען אריינקומען מיט די פלענער?
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

איך מיין קיינעם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:11 pm
האבען זיי שוין חתימות פון די מיידלעך? לענ״ד פאר דעם איז נישט דא קיין שום דורעכברוך
יא!
אבימלך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:06 pm
א אינטערסאנטע זאך צו באמערקן..
בערך 0.00% פון שיסערייען אין די לעצטע יאר זענען געשעהן דורך היימישע אידן...
אבער אינזער חינוך טויג נישט….
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 6:58 pm
איך מיין קיינעם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:11 pm
האבען זיי שוין חתימות פון די מיידלעך? לענ״ד פאר דעם איז נישט דא קיין שום דורעכברוך
יא!
יא! זיי האבען שוין חתימות פון די בחורים... און אויך די מיידלעך.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

היה אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:21 pm
אינטערסאנט אז עס שטייט אז עס גייט שוין אן פון פאר פסח
און עס ווערט כמעט נישט באריכטעט גארנישט פון וואס עס טוט זיך מיט די פלאן
ווייסט איינער אויב עס ארבעט זיך טאקע אויס
ווי דארף עס זיין באריכטעט?!
עס איז א אינערלעכע פלאן, און עס איז גאר מצליח!
צענדליגע שמחות זענען שוין געפראוועט געווארן אויף די מצא טוב פלאן!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
ברוך יאמרו
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:30 pm

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - ק"ק וויזשניץ מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יאמרו »

איינער מיט פרטים?
קנאת סופרים תרבה חכמה...
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:08 pm
געווען אן אסיפה לעצטע וואך דאנערשטאג אין ביהמ’’ד וויזינץ מאנסי, ווי מען האט אפציעל אינדארסירט די פלאן
אויף קול בחצרותהערט מען היינט די דרשות.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

moishy56 האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 12:45 pm
גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:08 pm
געווען אן אסיפה לעצטע וואך דאנערשטאג אין ביהמ’’ד וויזינץ מאנסי, ווי מען האט אפציעל אינדארסירט די פלאן
אויף קול בחצרותהערט מען היינט די דרשות.
נאר היינט? מען קען הערן היינט מארגען און נעכטען מאכט זייער נערוועז מיי אפיניען
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:15 pm
היה אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:21 pm
אינטערסאנט אז עס שטייט אז עס גייט שוין אן פון פאר פסח
און עס ווערט כמעט נישט באריכטעט גארנישט פון וואס עס טוט זיך מיט די פלאן
ווייסט איינער אויב עס ארבעט זיך טאקע אויס
ווי דארף עס זיין באריכטעט?!
עס איז א אינערלעכע פלאן, און עס איז גאר מצליח!
צענדליגע שמחות זענען שוין געפראוועט געווארן אויף די מצא טוב פלאן!
וועלכע זאל נוצט מען?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 1:13 pm
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:15 pm
היה אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:21 pm
אינטערסאנט אז עס שטייט אז עס גייט שוין אן פון פאר פסח
און עס ווערט כמעט נישט באריכטעט גארנישט פון וואס עס טוט זיך מיט די פלאן
ווייסט איינער אויב עס ארבעט זיך טאקע אויס
ווי דארף עס זיין באריכטעט?!
עס איז א אינערלעכע פלאן, און עס איז גאר מצליח!
צענדליגע שמחות זענען שוין געפראוועט געווארן אויף די מצא טוב פלאן!
וועלכע זאל נוצט מען?
https://www.bechatzros.com/post/658678546
.
אטעטשמענטס
nvishnitz monsey.JPG
nvishnitz monsey.JPG (20.39 KiB) געזען 397 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
רייכערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2023 10:59 am
לאקאציע:אינדרויסן פון באנק מיטן ציגארעטל

Re: "מצא טוב" חתונה פלאן - חסידי וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכערמאן »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 10:32 am
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 1:13 pm
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:15 pm
היה אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:21 pm
אינטערסאנט אז עס שטייט אז עס גייט שוין אן פון פאר פסח
און עס ווערט כמעט נישט באריכטעט גארנישט פון וואס עס טוט זיך מיט די פלאן
ווייסט איינער אויב עס ארבעט זיך טאקע אויס
ווי דארף עס זיין באריכטעט?!
עס איז א אינערלעכע פלאן, און עס איז גאר מצליח!
צענדליגע שמחות זענען שוין געפראוועט געווארן אויף די מצא טוב פלאן!
וועלכע זאל נוצט מען?
https://www.bechatzros.com/post/658678546
.
ער האט עס רענאווירט?
נישט איינער פון די וויזניצע עשירים האבן עס עס רענאווירט?
כ'דארף עפעס שרייבן אדער כ'קען עס לאזן ליידיג...?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”