א אשכול מער ווייניגער, מיט שאלות ווי גרויס ביאלא איז... ווער נעמט איבער וכדומה עפעס זאכליכע דברי הערכה טרעפט מען כמעט נישט דא, באמת דארף מען דן זיין לכף זכות דעם ציבור ווייל די ביאלא רבי איז אוועקגעשטאנען פון פרסום זיין גאנצע לעבן, געלעבט מיט הצנע לכת, ממילא כמעט וואס מען האט נישט געהערט פון דעם צדיק, און מענטשן קוקן עס אן ווי עפעס נאך א רעבעלע איז אוועק.. נעם איך די עטליכע מינוט, און איך שרייב דא מיינע שורות, אז מען זאל וויסען וועם בכלל האט כלל ישראל פארלוירען, צו וויסען אויף וואס צו קלאגן.
די ביאלא רבי איז געווען א יחיד בדור, די רבי וואס איז געווען די גרעסטע מחבר ספרים בדורינו, אז מען מאכט א שנעלע חשבון איז עס מער ווי 100 ספרים, ספרים אין אלע מקצועות התורה, ספרים פון אמונה, אין זיינע ספרים זעהט מען זיין גרויסע פארשטאנד אין חינוך, ער איז געווען א געלונגענע מחנך !
ביי קבלת קהל האט מען געקענט זעהן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, רבנים, מחנכים, בעלי תשובות און סתם עמך אידן, אויף יעדע שאלה האט די רבי געהאט די ריכטיגע תשובה.
ווען די רבי זצ"ל האט איבערגענומען די המשכה, כ"א שבט תשמ"ב, איז ביאלא נישט געווען דאס וואס איז היינט, יא עס איז געווען חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך געדרייט ביים חלקת יהושע, וועלכע איז געווען באקאנט אלס קדוש וטהור, אבער נישט אויף אזא פארנעם ווי ביאלא איז היינט, היינט איז עס א אימפעריע פון הונדערטער משפחות, נאנט צו 20 שטיבלעך צעשפרייט איבער ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט.
די רבי איז אדורך די שווערע מלחמה, ווי ער האט מיטגעמאכט גאר אסאך ר"ל, יונגערהייט צובראכן פון די שווערע מלחמה יארן איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל ווי ער האט זיך אריינגעווארפען אינעם ים התלמוד, אין פונוביז ביי הרב כהנמן ז"ל, אין יענע יונגע יארן איז שוין די התמדה פונעם רבי'ן געווען א שם דבר, ער האט גענאסן פון א שטארקע חביבות ביים ראש ישיבה רבי יוסף שלמה כהנמן אז ער האט אים גענומען פאר זיין פערזענליכע חברותא ! און מיט די רבי צוגעגרייט זיינע באקאנטע טיפזיניגע שיעורים. זיינע חברים פון יענע יארן פלעגן אייביג דערציילן איבער דעם רבינ'ס התמדה אז מען פלעגט אים ווי דארפן אויפוועקן פון די גמרא צו גיין עסן ביי הפסקה. די דרך הלימוד וואס ער האט מקבל געווען אין פונביז האט אים אלע יארן באגלייט.
אין יאר תשי"ז, איז די רבי א חתן געווארן ביי הגה"צ רבי אברהם משה באב"ד ז"ל, ווי נאכן חתונה איז ער פארבליבן אין גיעטסהד, ווי ער איז געזיצען מיט די ליטווישע כולל יונגעלייט, און פארברענגט די טעג על התורה ועל העבודה.
איך וואלט געזאגט אז די גאנצע קשר וואס די חסיד האט געהאט מיט די רבי איז געווען דורך די תורה, 30 יאר איז די רבי געזיצען אין לוגאנו, ווען די איינציגסטע עכטע קשר וואס די חסיד האט געהאט מיט זיין רבי איז דורך די ספרים 'מבשר טוב'.
ווען מען וויל ארויסברענגען די עיקר פון ביאלא רבי איז עס תורה, אלעס ארום אים האט זיך געדרייט ארום תורה, יומם ולילה איז געווען לא פסיק פומיה מגירסא, דאס האט ער אריינגעברענגט אין זיין הויף אז א חסידישע בחור מיינט דער וואס איז דבוק אין תורה, טאקע אויך זיין בקי אין חסידישע ספרים, אבער די זעלבע און נאך מער אין בלעטער גמרא !
חוץ פון די ביאלא חסידים, האבן טויזענטע אידן, בפרט בעלי תשובות, געזעהן דעם ביאלא רבי'ן אלס זייער מנהיג רוחני, ער איז געווען פון די גרויסע מנהיגי ישראל, באהאלטן אין פשטות, צו זיין אויף די אויסגאבא דעקלעך וועכנטליך איז נישט געווען פון זיינע תאוות... זיין איינציגסטע שטרעבן איז געווען ווי נאך קען מען אריינשיינען אין אידישע קינדער !
און דאס און נאך אסאך מער ווי דאס האט כלל ישראל פארלוירען לעצטע וואך, ער איז געווען א מנהיג בישראל אבער צו זעלבע צייט א גאון אדיר.
הוקראה הצוואה בביאלא. יש רק אדמו"ר אחד: הבן הגדול הגה''צ ר' לייבוש ראבינאוויטש שליט''א רב ביהמ''ד 'שערי מרדכי' מאנטשעסטער הכתיר במלאת השבעה את אחיו [הבן הרביעי] הרה"צ רבי יצחק יוסף דוב רבינוביץ שליט''א לאדמו"ר החדש כפי הצוואה שכתב הרבי זצ"ל.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
moishy56האט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:20 am
הוקראה הצוואה בביאלא. יש רק אדמו"ר אחד: הבן הגדול הגה''צ ר' לייבוש ראבינאוויטש שליט''א רב ביהמ''ד 'שערי מרדכי' מאנטשעסטער הכתיר במלאת השבעה את אחיו [הבן הרביעי] הרה"צ רבי יצחק יוסף דוב רבינוביץ שליט''א לאדמו"ר החדש כפי הצוואה שכתב הרבי זצ"ל.
את הכינוס פתח האח הבכור הרה"צ ר' לייבוש, שהרחיב בדבריו אודות רצונו של אביו האדמו"ר זצ"ל, ובשמו ובשם כל אחיו פנה לחסידים ואמר, אבינו כתב את הצוואה לפני כמה שנים, וזה היה רצונו, וזה רצוננו גם, למלא רצונו, ואכן אחינו ראוי להנהיג את העדה, ואנחנו שלמים עם כך, ובל ניתן לשום מחלוקת להפריד ביננו.
ברוב רגש סיים את הדברים בברכת 'מזל טוב' לאחיו הצעיר האדמו"ר שליט"א, ואלפי החסידים שגדשו את היכל ביהמ"ד זעקו 'מזל טוב'
אויף אלע אנגערע רבי׳ס איז דא גרויסע דיונים אויף הונדרעט בלעטער וועגען די קינדער און ממלאי מקום. דא האט זיך דער עולם עפי״ר צוריקגעהאלטען און די מנהלים האבען ווייניגער געדארפט פארמעקן און מ׳האט נישט געזעהן רויטע אותיות מיט אזהרות, וד״ל. יא, ס׳איז בעסער צו רעדן וועגען די זינגערס.
הערליך שיין, די אחדות דא ביי די ברודערס, און ביי די חסידים.
א שטאלץ אז אזא אשכול גייט אן געהעריג פאר 6 טעג! ''ווער נעמט איבער? די פערדע זוהן. ווען ליינט מען אויס די צוואה? ככלות השבעה. ווער גייט אויסרופען די הכתרה? הרב בראנד מזקני רבני ביאלא? ניין, למעשה האט אחיו הגדול אויסגערופען די הכתרה''.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
איישישאקהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:30 am
אינטרעסאנט, אפילו זייערע אידיש האט אזא געיטסהעד אקצענט. זיס ממש! זיי באלאנגן נישט אין קיין שום היינטיגע רבישע באקס.
בנו הגדול איז אנדערש. ער האט געוואוינט אין געיטסהעד די ערשטע 40 יאר פון זיין לעבן, און די לעצטע 25 יאר וואוינט ער אין די ליטווישע פרעסטוויטש געגענט אין מאנטשעסטער, ווי ער דינט אלס רב אין א גרויסע ליטווישע שוהל.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
מקנא צו זיין די ביאלא חסידים, מיט די רבי וואס זיי האבן געהאט, און די קינדער וואס ער האט איבערגעלאזט, א שטאלץ, דאס אז די רבי האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די עלסטע זון, זעהט מען ווי ער האט געהאט אזא שטארקע נאמנות אין אים, אז ער וועט אויספירן זיין שליחות און רצון ! א קידוש השם ווי א עלטערע ברודער איז מכתיר זיין יונגערע ברודער, מיט די גאנצע רצון און התבטלות.
להמשיך פעולת צדיק העלפט אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר מערכת תורת אש קרעטשניף סיגוט צו קענען ארויסגעבן תורת רבותינו הק' זי"ע ויבבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א