מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה
איין שיינעם טאג זיץ איך מיר אזוי נאכן דאווענען פארטיפט אין א ספר.. קומט צו צו מיר א איד וואס דאוונט אין מיין ביהמ"ד טעגליך.. זאגט נאר ר' אורי.. כ'דארף וויכטיג ערגעץ אנקומען און כ'האב נישט קיין קאר.. כ'קען אפשר בארגן דיין וואגן פאר אפאר מינוט.. נו טראכט איך מיר אזוי.. כ'ברויך דאך נישט דעם קאר אויפ'ן רגע.. א טובה פאר אן איד.. פארוואס נישט.. כ'דערלאנג איהם די שליסלען און כ'גיי מיר צוריק צום סוגיא..
אריבער געגאנגען אזא שעה צייט.. אפגעענדיגט דעם נושא.. פארמאכט דעם ספר.. כ'גיב מיר א כאפ.. איימענוט.. דער חברה'מאן איז נאכנישט צוריק געקומען.. און כ'האב אפילו נישט זיין נאמבער ווי איהם צו גרייכן.. און כ'ווייס נישט ווי ער וואוינט.. שוין האמער געדארפט צו גיין.. ב"ה אז ס'איז מיר געלונגען צו כאפן א היטש מיט א צווייטן.. וואס קענעך טוהן.. האפנטליך העל איך איהם טרעפן מארגן ביי שחרית.. און כ'וועל צוריק באקומען דעם מאשין..
צומארגנס נאך שחרית.. כ'גיי מיר אזוי ארויס פון שוהל.. אהה והילד הננו.. כ'זעה מיין קארעלע שטיין דארט.. און דער חכם זיצט אינגעווייניג ליינט א צייטונג צו א גליון.. כ'גיי מיר צו.. כ'גיב א קלאפ אויפ'ן פענצטער.. ראולט אראפ.. ער קוקט מיר אן מיט בלעכענע אויגן.. וואס קען איך שוין וועלן פון איהם?.. כ'גיב איהם א פרעג.. רבי איד איר האט אפשר געבארגט מיין קאר..
אהה.. ער גיבט זיך א כאפ.. קען טאקע זיין.. ס'איז דעי קאר וואס איך האב געבארגט פון דיר?.. קען טאקע זיין.. און ער האט מקיים געווען והשיב בשלימות..
.....
כ'ברויך צולייגן אז איינע פון די מינדערוויכטיג געטוישטע פרטים איז אז ס'איז געווען מיין פענע וואס כ'נוץ בקביעות און כ'בין געבליבן סטאק אנדעם.. נישט קיין קאר וואס כ'באזיץ נישט.. אבער מיר ווייסן דין פרוטה כדין מאה.. און בארגן יענעמ'ס א חפץ אן קיין אחריות איז אן אוממענטשליכקייט נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז..
און די מעשה איז שוין חוץ פון קרוב צו א מנין קארס (כ'מיין צו זאגן פענע'ס).. וואס זענען אינגאנצן פארשוואונדן געווארן.. ווען יענער האט עס פשוט איבערגעלאזט ערגעץ צו ווייטער פארבארגט.. און אפילו נישט געדענקט אז ער האט געבארגט עפעס פון איינעם..