סטעטן איילענד בית החיים
1126 Richmond Ave, Staten Island, NY 10314
באקאנט אלס די מקום מנוחה פון רבי יהודה צבי שטיינער אחיו הגדול פון רבי ישעי בן רבי משה פון קערעסטיר.
גאר ווייניג איז באקאנט איבער יענעם בית החיים אבער ווען מ'באזיכט דארט אנטפלעקט זיך א בילד פון א צייט וואס איז אמאל געווען, כמעט 100 אלפים מישראל וואס לויט די מציבות זעהט אויס אז רובם כאטשיג נישט אזוי פרום אבער שומרי תורה ומצוות לכאורה יא געוועהן.
כמעט א יעדע פאר פיס איז דא נאך א שער מיט א גאנצע קהילה אויסגעקריצט אופדעהם, א פרעזידענט, א קאמיטע פירער, א חזן, די קעכעער, די באס דרייווער אא"ז ווייטער.
המקום אומר דרשוני, איך בין זיכער אז די גאוני וידעני די באת"ר ואת"ר האבן עפעס צו ווארפן א ליכט אויפן נעפל און מפענח זיין דעהם פלאץ און לאזן דא א געדענמאל לזכרון עולם.
ווער עס ווייסט פון אן ארטיקל אויף דעהם ביה"ח אדער אפילו אן אזכרה ערגעץ און א ספר, דא איז דעהם ארט צו מיטטיילן.
ווער עס קען א נפטר וואס איז דא נטמן אדער א שטיקל היסטאריע וואס איז דא רעלעוואנט ווערט געבעטן מיטטיילן דא.