וועגן ליינען וויקיפידיע והדומה
(מיינע ווערטער באציט זיך צו א געוויסע תגובה וועגן איינעם ”מייק גרינשפאן”, אבער זיך אריינגעצויגען בנושא פון ליינען וויקפידיע והדומה, ממילא שרייב איך עס עקסטער)
בוודאי איז דא אזא ענין פון קבל את האמת ממי שאמרו, אבער ווען א קיבוצניק שרייבט עפעס איז עס אפילו נישט ווערד נאכצוזאגן, און דאס איז מיין פראבלעם מיט וויקפידיע, ווייל מען קען דארט ווערן א ריזיגע ריזיגע ידען, און נאך על טהרת הקודש (די פילטער בלאקט עס נישט, ווייל אויבן אויף איז עס כשר) אבער ווען דו ווייסט וועלכע לייזיגע מצורעים, פארשמירטע פון קאפ ביז פוס שרייבן דארט, וועסטו כאפן א גרויל, און מער נישט ליינען דארט.
מיין נייגער האט מיך געטראגן אזוי ווייט, אז כ’בין געוואר געווארן אויף איינער וואס שרייבט אסאך דארט איבער אמונות ודעות און אידישקייט בכלליות, איז א גרויסע אפיקורס + נאריש קינד. וואס פאר די ביידע סיבות וואלט איך שוין געדארפט שטיין מיין ווייט פון דארט און נישט אני קוקן בכלל, אבער ליידער די משיכה צו וויסן אינפארמאציע, און היסטאריע וכדומה שלעפט מיך צוריק אהין, נישט אז איך ליין נישט גוטע זאכן, די תוכן (אדער טוח”ן...) זעהט אויס פיין, אבער די שרייבערס... נו...
רבותי, ירא הקהל וישפוט,
וואס זאגן ענק צו מיין דילעמא איבער וויקפידיע?