Re: חיזוק פאר היים קויפער
קוק איבער וויפיל זיראוס דו האסט געשריבן ביזן פינטל, דא שטייט 7M פינטל!שפתותי שושנים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 11:15 pmס'דא א פינטל פאר די לעצטע צוויי זעראויס אויב דו האסט נישט באמערקטנייע ניק האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 2:22 pmוויפיל זעראוס האסטו געשריבן? ס'האט געקאסט 7M און די מארטגעדז איז בחויז 6K פער חודש, כ'מיין דו שטייסט גאנץ גוט..שפתותי שושנים האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 14, 2024 11:16 amיא אזוי איר הערט היים קויפער ברויכן חיזוק...
וואס האט פאסירט?
הערט א געשיכטע
געקויפט אן הייזקעלע ארויסנעמנדיג א מארטגעדזש פון א קנאפע 7000000.00 גלאטע, און דאס איז שוין נאכן אראפלייגן געשוואלענע דריי פופציג און בארגן הונדערט פופציג.
די ראטע וואס איך האב באקומען (און עס האט געהייסן שיין !) איז 6.625 ה"י.
געקלויסט בשעה טובה ומצלחת.
גייט אריבער חודש נאך חודש ווען ביי יעדן פופצנטן פליסט ארויס א נישטיגן קרוב צו ""זעקס אלפים"" .
אבער נישט אויף דעם וויין איך, ווייל אזוי איז די וועג פון קויפן א הויז מ'צאלט די סכום פאר דרייסיג יאר און אזוי טוט יעדער , און אויב יעצט איז די ראטעס טייער וואס קען מען טון.
נאר וואס דען איז די ווייגעשריי,
אזוי ווי יעדער איינער, פלאנט מען צו ריפיינענסן די מארטגעדזש ווי נאר די ראטעס סטאביליזירן זיך עטוואס (יה"ר בקרוב), מאכנדיג א פען און פאפיר חשבון בעסער געזאגט א mouse און עקסעל חשבון שטעלט זיך ארויס אז נאכן אראפלייגן די אסטראנאמישע סומע פון איבער פופציג אלפים דורכאויס די לעצטע דריי פערטל יאר וואס דאס איז חוץ די ארום זיבעציג אלפים אנידערגעלייגט ביים קלויזן האב איך סך הכל באצאלט פון די קרן א קארגע פ-י-נ-ף ט-ו-י-ז-ע-נ-ט ג-ר-א-ש-ן...
אין אנדערע ווערטער לו יצוייר איך מאך א ריפיי יעצט איז די גאנצע פופציגער אראפגעפלאשט אין גארבידזש ווייל איך דארף ארויסנעמען די זעלבע גרויסע מארטגעדזש ווי אין אנהייב.
ויאמר אם כן למה זה אנכי?????????????????????????????????????????
איך האף אז די פירסט נישט אזוי דיינע חשבונות